שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:29 pm
אויך מיין איך אז אסאך פארזעהן צו לייגן א פינטל סיף פונעם פאראגראף, וואס שטארצט היפש ארויס, און שטערט דעם ליינער.
ענדליך איינער וואס פארשטייט מיין ווייטאג...
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:32 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:29 pm
אויך מיין איך אז אסאך פארזעהן צו לייגן א פינטל סיף פונעם פאראגראף, וואס שטארצט היפש ארויס, און שטערט דעם ליינער.
זעה דא...
גראדע געליינט (און געלייקט).
(ס'איז מיר נאר א חידוש וויאזוי איר האט אזוי שנעל געשריבן א תגובה, און פאראכטן אויך, אבער אויב הייסט איר נאך יוסעלע גולם פרעגט מען נישט קיין שאלות, ווייל דאן האט איר איבערמענטשליכע כוחות, הצלחה מיט שמחה!!)
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:41 pm
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:32 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:29 pm
אויך מיין איך אז אסאך פארזעהן צו לייגן א פינטל סיף פונעם פאראגראף, וואס שטארצט היפש ארויס, און שטערט דעם ליינער.
זעה דא...
גראדע געליינט (און געלייקט).
(ס'איז מיר נאר א חידוש וויאזוי איר האט אזוי שנעל געשריבן א תגובה, און פאראכטן אויך, אבער אויב הייסט איר נאך יוסעלע גולם פרעגט מען נישט קיין שאלות, ווייל דאן האט איר איבערמענטשליכע כוחות, הצלחה מיט שמחה!!)
איך גיי ניסלעך פאר דער שורה:
בניהו האט געשריבן:
איך טוה חלילה נישט גרינגשעצן אין שר העשר׳לעך. איך בין פשוט מיט דיר אויפן זעלבען בלאט אז דיין מיינונג איז צו נאריש צו פארשמירן דיין עכטע ניק דערמיט.
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

אטעם, זייער הנאה געהאט פון דיין הערליכע ארטיקל, און אוודאי אויך פון די תוכן...

(איך האב אלעמאל געהאלטן ווי דיר ביז איך האב געליינט אברהם לייב׳ס צוקער זיסע ארטיקלען דא...)
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

רינגל האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:45 pm
אטעם, זייער הנאה געהאט פון דיין הערליכע ארטיקל, און אוודאי אויך פון די תוכן...

(איך האב אלעמאל געהאלטן ווי דיר ביז איך האב געליינט אברהם לייב׳ס צוקער זיסע ארטיקלען דא...)
איי"ם סאר"י פאר מיין עם הארצות דא, אבער וואס האט זיך געטוישט ווען דו האסט געליינט אברהם לייב'ס ארטיקלען?
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:05 am
רינגל האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:45 pm
אטעם, זייער הנאה געהאט פון דיין הערליכע ארטיקל, און אוודאי אויך פון די תוכן...

(איך האב אלעמאל געהאלטן ווי דיר ביז איך האב געליינט אברהם לייב׳ס צוקער זיסע ארטיקלען דא...)
איי"ם סאר"י פאר מיין עם הארצות דא, אבער וואס האט זיך געטוישט ווען דו האסט געליינט אברהם לייב'ס ארטיקלען?
בין איך געוואר געווארן אז די שפראך פון א פעדער אליין קען אויך זיין ציענד צו ליינען אפילו אן די בעיסיקס וואס @כאפ א אטעם האט באשריבן.
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

רינגל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:26 am

נאכאמאל, ס'איז ציענד? יא!... געשמאק צו ליינען? לאו דווקא...

אויב אן ארטיקל איז איבערוואגיג מיט ציענדיגקייט (?), דאן קען עס איבערוועגן די שרויכלונגען אויפ'ן וועג.
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

בס"ד

דריטע טייל.

פינטלעך.

איך וואלט געזאגט אז דאס זענען די וויכטיגסטע פונקטן אין שרייבן ריכטיג.

די סוד פון א בעל דרשן איז ניגון. די טענער מיט וואס ער שפילט זיך, ארויף און אראפ, שטעלט זיך אפ פאר איין סעקונדע און רעדט ווידער אא"וו.

רעדן איז א ניגון.

ווען א מענטש רעדט, קומט עס שוין אטאמאטיש, ער רעדט, און זיין אינסטינקט זאגט אים וויאזוי צו זינגען זיינע ווערטער אז ס'זאל האבן די ריכטיגע באדייט.

וואס איז אבער מיט ווערטער אויף א בלאט??? ווער זאגט אויס פאר'ן ליינער ווען, וואס און ווי??? ווי ווייסט ער ווען ס'פרעגט, ווען ס'ענטפערט, ווען ס'ווינדערט??? פון ווי ווייסט ער וויאוזוי צו זעצן די ווערטער מיט'ן ריכטיגן ניגון אז ס'זאל האבן די ריכטיגע באדייט?

נעם די וועלט באקאנטע משל פון "טאטע שיק מיר הויזן"...

א בחור אין ישיבה אן קיין פרוטה אין טאש, נויטיגט זיך אין אפאר וויכטיגע באדערפענישן. ער נעמט ארויס א פעדער, שרייבט אפ א בריוו און שיקט עס אפ צו זיינע עלטערן.

די בריוו ענטהאלט פיר ווערטער: טאטע שיק מיר הויזן.

טריקן.

די טאטע ליינט דעם בריוו און ברימט פאר צארן. "אזוי רעדט מען צו א טאטע??? מיט אזוי קאלטקייט? מיט אזא שטרענגע טאן??? 'טאטע! שיק מיר הויזן!',איך בין עפעס דיין חבר"?

די מאמע הערט די שטרענגע ווערטער פונעם טאטע'ן און זאגט: איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט. קוק נאר אריין אינעם בריוו נאכאמאל. קוק מיט וואסערע הכנעה און איידלקייט ער בעהט זיך... כעני בפתח... 'טאטע... שיק מיר הויזן'... אזא צדיק'ל.

ווען מ'שרייבט ווערטער אויף א פאפיר, זינגט זיך די טאן אטאמאטיש אינעם מוח. ס'ווערט נישט אריבערגעפירט אויפ'ן צעטל. די פראבלעם איז ווען מ'מיינט אז יא... מ'פארגעסט אז מ'האט נאר אראפגעשריבן די אותיות. נישט די טראפן.

יעצט צום 'פינטל'...

1) א פינטל איז א סוף פסוק. ער זאגט אז דא גייט מען אראפ מיטן טאן. ס'ענדיגט זיך. מ'שטעלט זיך אפ פאר א רגע. מ'כאפט א אטעם. פונקט אזויווי דו וואלסט עס געזאגט מיט'ן מויל.

(גיי איבער די פריערדיגע שטיקל און באמערק די פינטלעך. צום ערשט ליין עס ווי אין איין טאן. כאילו ס'פארמאגט נישט קיין פינטלעך. דערנאך גיי עס איבער נאכאמאל, און יעצט נוץ די פינטלעך. פלוצלינג האט עס אן אנדערע דערהער.)

2) א פינטל איז לאו דווקא ביים ענדע פון א לאנגע זאץ. ס'קען אפילו זיין נאך איין אדער צוויי ווערטער. די משמעות פונעם פינטל איז צו אויסזאגן די טאן פונעם זאץ, אז מ'זאל עס קענען ליינען ריכטיג, כאילו בעל השמועה עומד כנגדו. דערפאר, אויב ברויך די איינע ווארט א שטארקע אנערקענונג, אזוי אז ווען דו וואלסט עס ארויסגעזאגט וואלסטו זיך אפגעשטעלט, דאן לייג א פינטל.

למשל:

משה האט שפאצירט אויפ'ן גאס מיט א רואיגקייט. שטייט. געלאסן. (מערק די פינטלעך).

פארשטייסט וואס איך זאג?
לעצט פארראכטן דורך כאפ א אטעם אום מאנטאג מאי 20, 2024 11:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יאסעלע פליטמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

די שאלה איז צי מ'קען זיך בכלל לערנען שרייבן, אדער, אויב האסטו נישט נישט דעם טאלאנט - קענסטו זיך לערענען וויפיל דו ווילסט, דו קענסט נישט זינגן און פארטיג!🤔
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

יאסעלע פליטמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:57 pm
די שאלה איז צי מ'קען זיך בכלל לערנען שרייבן, אדער, אויב האסטו נישט נישט דעם טאלאנט - קענסטו זיך לערענען וויפיל דו ווילסט, דו קענסט נישט זינגן און פארטיג!🤔
גוט געפרעגט.

לאמיר עס צוטיילן אין צוויי. שרייבן האט די חלק פון טאלאנט, כשרון און חוש. דערנאך איז דא די פראקטישע חלק, כללים, עצות און טאקטיקן.

צו מ'קען זיך לערנען שרייבן? זיכער אז יא! בלי ספק! איך, אבער, רעד יעצט פון פשוט'ע זאכן וואס איז גרעניצט זיך נישט מיט טאלאנט, נאר די פראקטישע זייט.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זייער פיין, אבער דאס וואס דו שרייבסט
כאפ א אטעם האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:14 pm

2) א פינטל איז לאו דווקא ביים ענדע פון א לאנגע זאץ. ס'קען אפילו זיין נאך איין אדער צוויי ווערטער. די משמעות פונעם פינטל איז צו אויסזאגן די טאן פונעם זאץ, אז מ'זאל עס קענען ליינען ריכטיג, כאילו ביל השמועה עומד כנגדו. דערפאר, אויב ברויך די איינע ווארט א שטארקע אנערקענונג, אזוי אז ווען דו וואלסט עס ארויסגעזאגט וואלסטו זיך אפגעשטעלט, דאן לייג א פינטל.

למשל:

משה האט שפאצירט אויפ'ן גאס מיט א רואיגקייט. שטייט. געלאסן. (מערק די פינטלעך).
אין נוהגין כן, מ'שרייבט מאקסימום א קאמע.. אדער צוויי דריי פינטלעך..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 5:40 pm
זייער פיין, אבער דאס וואס דו שרייבסט
כאפ א אטעם האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:14 pm

2) א פינטל איז לאו דווקא ביים ענדע פון א לאנגע זאץ. ס'קען אפילו זיין נאך איין אדער צוויי ווערטער. די משמעות פונעם פינטל איז צו אויסזאגן די טאן פונעם זאץ, אז מ'זאל עס קענען ליינען ריכטיג, כאילו ביל השמועה עומד כנגדו. דערפאר, אויב ברויך די איינע ווארט א שטארקע אנערקענונג, אזוי אז ווען דו וואלסט עס ארויסגעזאגט וואלסטו זיך אפגעשטעלט, דאן לייג א פינטל.

למשל:

משה האט שפאצירט אויפ'ן גאס מיט א רואיגקייט. שטייט. געלאסן. (מערק די פינטלעך).
אין נוהגין כן, מ'שרייבט מאקסימום א קאמע.. אדער צוויי דריי פינטלעך..
איך בין חולק, במחילת כבודך.

פארשטייט זיך אז מ'דארף נישט אנפילן די בלאט מיט פינטלעך. אבער אין פאלן וואס מ'וויל מאכן א שטארקע איינדרוק אויפ'ן ליינער, אזויווי ווען מ'וואלט גערעדט מיט דראמא, און זיך אפגעשטעלט פאר א סעקונדע, דאן שמירט מען אינטער אן איינפאכן פינטל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך שטים צו צו @כאפ א אטעם , אבער דער משל איז אפשר נישט בעסטער. מ'נוצט דאס צו שאפן טיפע געפילן.

ער האט געשפירט איינזאם. עלנד. איינער אליין אין א רוישיגער וועלט.

די צוויי-דריי פינטלעך איבעראל איז א היימישע משוגעת. אן עליפּסיס האט א ציל, און איז נישט סתם געמאכט פאר די וואס פארדינען אויפ'ן אות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 23916
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

כאפ א אטעם האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 4:12 pm

צו מ'קען זיך לערנען שרייבן? זיכער אז יא! בלי ספק! איך, אבער, רעד יעצט פון פשוט'ע זאכן וואס איז גרעניצט זיך נישט מיט טאלאנט, נאר די פראקטישע זייט.
איז נישט דא א עקסטרע קאמע? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

די תגובה איז געשריבן געווארן מיט דיע אשכול אין מיינד. קומט טאקע א פינטעל? אדער אפשר נישט?
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:35 pm

איין ראקעט איז געשאסן געווארן. געלאנדעט אויף א שטח פתוח, נישטא קיין שאדן אדער פארוואונדעטע.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:27 pm
כאפ א אטעם האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 4:12 pm

צו מ'קען זיך לערנען שרייבן? זיכער אז יא! בלי ספק! איך, אבער, רעד יעצט פון פשוט'ע זאכן וואס איז גרעניצט זיך נישט מיט טאלאנט, נאר די פראקטישע זייט.
איז נישט דא א עקסטרע קאמע? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
מ'וועט עס בעז"ה אדרעסירן.
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:36 pm
די תגובה איז געשריבן געווארן מיט דיע אשכול אין מיינד. קומט טאקע א פינטעל? אדער אפשר נישט?
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:35 pm

איין ראקעט איז געשאסן געווארן. געלאנדעט אויף א שטח פתוח, נישטא קיין שאדן אדער פארוואונדעטע.
איך וואלט עס געשריבן אזוי:

איין ראקעט איז געשאסן געווארן, און געלאנדעט אויף א שטח פתוח. נישטא קיין שאדן אדער פארוואונדעטע.

ווייל די שיסן און לאנדען איז איין זאץ, און די שאדן אפדעיט איז שוין קומענדיגע.
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

פערטער טייל
קאמעס.

בס"ד

יעצט גיי מיר אריין אין גאר א וויכטיגע טייל פון פארבעסערן די שרייבן, און וועט צוגעבן א געוואלד צו דערקענען די ניגון פון די ווערטער, און די כוונה פונעם שרייבער.

אלזא, פריער האב מיר גערעדט פון צוטיילן פאראגראפן צו זאצן, דורכ'ן אריינלייגן פינטעלעך נאך יעדע זאץ.

יעצט וועלן מיר רעדן פון צוטיילן די זאצן אליינס, פון אינערווייניג, צו נאך בעסער זעצן די זאצן...

טעמים המפסיקים
אויב קענט איר די תורה טראפן (טעמים), איז אייך פיל גרינגער צו פארשטיין די דאזיגע פונקט. עס איז דאך באקאנט אז די טראפן זענען צוטיילט אין פארשידענע קאטעגאריעס, טעמים המפסיקים, טראפן וואס זענען מפסיק די גאלאפ פונעם ניגון, למשל די אתנחתא, זקף קטן, סגול אא"וו. דאן איז דא טראפן וואס פארן ווייטער, ווי למשל די פשטא, דרגא אא"וו.

די געדאנק איז, אז א זאץ אליינס ווערט געווענדליך אויך צוטיילט אין אפאר שטיקלעך, וואס אלע צוזאמען פארמירן א זאץ.

א זאץ איז א צוזאמשטעל פון אפאר קורצערע פונקטן, וואס אלע צוזאמען פארמירן דעם זאץ.

1) א זאץ איז א גאנצע בילד. ס'זאגט עפעס פאר זיך, און האט אן אייגענע דערהער.

2) די קורצערע טיילן אינעם זאץ, האבן נישט קיין אייגענע משמעות, נאר זענען צוגעבינדן איינער צום צווייטן, און נאר צוזאמען פארמירן זיי א גאנצע, אפהעניגע זאץ.

- נאך א זאץ קומט א פינטל.

- נאך יעדע קורצערע טייל פונעם זאץ, קומט א קאמע.

למשל, די דאזיגע זאץ וואס איך שרייב יעצט, ענטהאלט צוויי קאמעס.

די ווארט ' למשל' קען נישט זיין קיין זאץ פאר זעך ווייל ס'זאגט נישט גארנישט, נאר עס ברויך א המשך דערנאך. פון די אנדערע זייט איז עס א גאנצע קורצערע טייל פונעם זאץ, און איז היפש אפהעניג פונעם די משל אליינס. דערפאר קומט דערנאך א קאמע.

די זעלבע איז אויך ביי די קומענדיגע טיילן פונעם זאץ.

די ווערטער ' די דאזיגע זאץ וואס איך שרייב יעצט' , איז איין טייל וואס אדרעסירט די זאץ. דערנאך קומט די אנדערע טייל ' ענטהאלט צוויי קאמעס ', וואס באציהט זיך צו א דעטאל אין די זאץ וואס איז אדרעסירט געווארן.

יעצט, אלע דריי קורצערע טיילן צוזאמען, פארמירן צוזאמען א גאנצע זאץ.

אנטשולדיגט פאר'ן מאריך זיין. אבער ס'ברויך אויסגעשמועסט ווערן איין מאל פאר אלעמאל, צו ארויסברענגען די צווישנשייד.

גיי עס איבער, אויב דו האסט נישט פארשטאנען אינגאנצן, און פרוביר אויך צו מאכן היים ארבעט דורכ'ן איבערקוקן פראפעסיאנעלע ארטיקלען, און באמערקן די אויבנדערמאנטע נקודות.

זייט געזונט.
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

בס"ד

המשך

נאך אן אופן ווי מ'לייגט א קאמע אין א זאץ, איז ווען די ווארט איז נישט געשריבן אין די פשוט'ע סדר, נאר כאפט זיך אריין פריער אדער שפעטער.

איך וועל מסביר זיין:

די דאזיגע זאץ, למשל, האט א ווארט וואס איז נישט אין זיין פלאץ.

די ווארט 'למשל', קומט צו געשריבן ווערן אין אנפאנג פונעם משל, אדער צום ענדע. נישט אינמיטן.

ביי די פריערדיגע זאץ, אבער, האב איך אריינגעבלענדט די ווארט 'למשל' אינדערמיט.

אזוי פירט מען זיך צו רעדן און שרייבן, און ס'מאכט עס מער דראמאטיש און/אדער מער נאטירליך.

דערפאר לייגט מען א קאמע פארדעם און א קאמע נאכדעם, צו זאגן: איך בין א גאסט... דא איז נישט מיין ריכטיגע פלאץ.

די זעלבע איז מיט די ווארט 'אבער', וואס כ'האב אריינגעשטעלט אינמיטן פון א פריערדיגע זאץ.
זייט געזונט.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 23916
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אפי ער איז א גאסט, איז ער אבער א המשך פון די ווארט פריער, נישט אזוי?

פראביר עס צו זאגן מיט די מויל. ״די דאזיגע זאץ למשל, האט א איבריגע ווארט.״
עס קומט נישט, אפי׳ נישט אביסל, אז עס זאל זיין א הפסק, אדער אפי א טשענדזש און די טאן, צעווישן די צוויי ווערטער.

איך מיין אז עס זאגט זיך, און ליינט זיך, מער פליסיג. איך רעד נישטא פון א פראפעיסינאל וועג פון שרייבן, איך רעד במציאות.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 3:25 pm
אפי ער איז א גאסט, איז ער אבער א המשך פון די ווארט פריער, נישט אזוי?

פראביר עס צו זאגן מיט די מויל. ״די דאזיגע זאץ למשל, האט א איבריגע ווארט.״
עס קומט נישט, אפי׳ נישט אביסל, אז עס זאל זיין א הפסק, אדער אפי א טשענדזש און די טאן, צעווישן די צוויי ווערטער.

איך מיין אז עס זאגט זיך, און ליינט זיך, מער פליסיג. איך רעד נישטא פון א פראפעיסינאל וועג פון שרייבן, איך רעד במציאות.
נישט ריכטיג.

אונזער וועג פון רעדן באשטייט פון אזויפיל קליינע פרטים, וואס העלפט אינסטינקטיוו פארן מוח צו פארשטיין דער רעדנער. ביים שרייבן, אבער, איז עס נישטא.

אפילו דו שטעלסט זיך נישט אפ צווישן די ווארט 'זאץ' און די ווארט 'למשל', באמערק די דראסטישע טויש אין די ניגון.

די ווארט 'זאץ' און די ווארט 'האט' (-אין אונזער דוגמא), ווערט געזאגט אויפ'ן זעלבן טאן, אבער די ווארט 'למשל' גייט אביסל אראפ. (לייג צו אן אויער.)

ביים שרייבן האבן מיר נישט די אלע פריוועליגיעס, ברויכן מיר ווי מער צו צוהעלפן פאר'ן ליינער.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 23916
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

נאכאלץ מחולק.
ביים שרייבן, אבער, איז עס נישטא.
ביים שרייבן אבער, גייט אין איין אטעם. מען אטעמט נישט אריין פאר די אבער.

But we can agree to disagree
דיסקלעימער, איך קען נישט די כללים פון שרייבן.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 3:45 pm
נאכאלץ מחולק.
ביים שרייבן, אבער, איז עס נישטא.
ביים שרייבן אבער, גייט אין איין אטעם. מען אטעמט נישט אריין פאר די אבער.

But we can agree to disagree
דיסקלעימער, איך קען נישט די כללים פון שרייבן.
איז לאמיר קלאר מאכן:

ע"פ די כללים, ברויך מען זיכער שרייבן כנ"ל.

צו ס'העלפט פאר'ן ליינער, צו קענען בעסער זעצן? זיכער אז יא!

דאן ווי איז אונזער דיסעגרימענט?
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 3:45 pm
נאכאלץ מחולק.
ביים שרייבן, אבער, איז עס נישטא.
ביים שרייבן אבער, גייט אין איין אטעם. מען אטעמט נישט אריין פאר די אבער.

But we can agree to disagree
דיסקלעימער, איך קען נישט די כללים פון שרייבן.
נאכאמאל:

ווען מ'שרייבט:

ביים שרייבן אבער איז עס נישטא.

הערשט א געפערליכע צעמישעניש.

קיינער ווייסט נישט ווער ס'איז קעגן וועמען.

די קאמעס זאגן דיר, האלט דיך רואיג. די ווארט 'אבער' איז אריינגעקומען אן קיין רשות.
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

איך דארף @כאפן א אטעם , נאכן אפליינען די גאנצע זאך, יעצט. WOW

גוט געפינטלט ?
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”