Re: הערשי וויינבערגער - קאמפאזער
איך ווייס ער איז א ספעשל יונגערמאן. למעשה איז ער סעלעברעטי אז נארמאל צו דעבאטירן זיין אויסוואל.נתאי הארבלי האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 9:47 amפאר די וואס קענען ר' הערשל פריוואט איז דאס בכלל נישט קיין חידוש. פארקערט, דאס רעפרעזענטירט ווער ער איז באמת. הערשי איז א דורכגעווייקטער חסידישער יונגערמאן א שיינער תלמוד חכם וועלכער קאכט זיך אין ספרי חסידות. פערצופאל קען איך אים פון ישיבה ווייס איך אז ער האט אלעמאל געהאט א ספעציעלע געפיל צום הייליגן צאנזער רב און ער פארט יעדעס יאר קיין צאנז צום יארצייט. (אגב, פאריאר ביים דברי חיים'ס יארצייט האט ער פארפאסט א הערליכע ניגון אויף א מימרא פונעם דברי חיים וואס וועט ערשיינען בקרוב).א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 7:27 amר' הערשל קוקט אויס זייער פארדווייקעטmoishy56 האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 7:10 amהנגיד רבי יואל לאנדא & הערשי וויינבערגער אויף א פריוואטע נסיעה צום הייליגן תוספות יו"ט
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=k ... t9ZNfjA2h9
ביידעוועי אינטרעסאנט אז ער האט מיטגענומען א כאלאט אנשטאט א רעקל, קליינע שטריימל, דינע טיש באקעטשע אנשטאט בעקעטשע, אבער דעם וואכעדיגן היט האט ער זיך נאך פארגינט...
זאל ער האבן געפועלט אלעס גוטס, סיי אין קראקא און סיי אין אנטווערפען (און סיי אינעם פרייוועט דזשעט...)
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל קענענדיג הערשי'ן פון דער נאנט קומט מיר צו שמייכלען פון אזעלכע סארט תגובות ווי מענטשן האבן אזוי נישט ארויס זיין מהות און מ'מאכט שוין א גאנצע דין ודברים איבער זיין רעקל אדער כאלאט, כאילו זיין קאפ ליגט אים דארט, אין דער צייט וואס זיינע ארומיגע קענען אים אלס אן אמת'ער בעל השגה וואס פארט ווי א ריכטיגער חסיד גיסן טרערן ביים צאנזער רב און זיך שטופן אין פשעווארסק כאפן שיריים פון צדיק.
און שוין.