געווען אמאל... היינט נאך אויך?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קיסריה
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

געווען אמאל... היינט נאך אויך?

אין די אלטע מעשה-ביכלעך ליינען מיר איבער אינטרעסאנטע טיפ-מענטשן, א כאראקטער וואס דא אין אמעריקע אדער ארץ ישראל, צי אפילו אין אייראפע הערט מען נישט די לעצטע הונדערט יאר.
איז עס ווייל מיר זענען קאמערשעלייזד?
יעדער איז אין זעלבן סארט באקס?
די אמאליגע וועלט פון זיין יוניק, איז מער נישטא?

לאמיר זעהן וואס איז היינט נישטא, אבער אמאל (ליינען מיר) איז יא געווען.

1) אין די מעשה ביכלעך ליינען מיר איבער פראסטע, פשוט'ע מענטשן, וועלכע האבן געווענליך געוואוינט אין עק שטאט. זיי האבן געהאט א נאמען פאר עמי הארצים, קענען קוים עברי. האבן קיינמאל קיין עליה נישט באקומען, קיינער האט זיך אויף זיי נישט אומגעקוקט. ערשט נאך זייער פטירה איז מען דערגאנגען אז דער קליין אויסגעדארט אידל איז גאר געווען א פארבארגענער צדיק, אפשר גאר פון די ל"ו צדיקים. געלערנט יומם ולילה ביינאכט אין שטוב ביי א ליכט - געזאגט תיקון חצות מיט בכיות נאכט נאך נאכט, קיינער האט איבער זיין קדושה וטהרה, צדקות, פרושות, בכלל נישט געוואוסט ביז נאך זייער פטירה. - ערשט נאך זייער פטירה איז מען געוואויר געווארן אז מ'האט זיי פשוט מבזה געווען מיט'ן מקבר זיין בבזיון.

– קענט איר אט אזא עמיצן פארבארגענעם צדיק נסתר וקדוש וטהור?- (ביטע - נישט ר' משה ניו יארקער, אדער שושני).

2) אין די מעשה ביכלעך ליינען מיר איבער יונגע עילויים, וואס דאס גאנצע שטעטל האט גערוישט מיט זיי, פון ווען זיי זענען געווען גאר אינג. – ביי די 8 יאר האבן שוין געהאלטן א דרשה אין שטעטלישן בית המדרש, געשטאנען אויף א קעסטל און געזאגט א דרשה כזקן ורגל. ביי די בר מצוה זענען אלע לומדים פון שטאט ממש ארויס פון התפעלות פון דעם קליינעם גאונ'ס טיפע לומדות און פשט'לעך.

קענט איר אט אזא עמיצן עילוי וואס די שטאט האט גע'שמט מיט אים ביי די 8 יאר און ביי זייער בר מצוה?

3) אין די מעשה ביכלעך ליינען מיר איבער געפערליך קארגע-עשירים, וועלכע האבן נישט געוואלט עפענען דעם טייסטער פאר קיינעם. האבן געהאט א נאמען פון געמיינע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין רחמנות אויף די ארימע באפעלקערונג. ווען דער קמצן איז נפטר געווארן האט יעדער געזאגט: א כפרה פאר אים. א רשע וואס ער איז! נישט געוואלט העלפן זיינע ארימע ברידער, וואס האט ער יעצט פון זיין געלט? וועט מען אים באגראבן דערמיט? ביי זייער לויה האט קיינער נישט געוואלט גיין. ביז דער רב פון שטעטל האט געהייסן דעם שמש אויסקלאפן: מורי ורבותי: דער גרעסטער בעל צדקה אין שטאט איז נפטר געווארן, און יעדער זאל ארויסגיין אים געבן דעם כבוד אחרון. ערשט נאך זייער פטירה איז מען געוואויר געווארן אז זיי האבן גאר אויסגעהאלטן אלע ארימע אידן בסתר, געגעבן שווערע פארמעגנס דורך שליחים און קיינער קיינער האט נישט געוואוסט אז דער קארגער קמצן איז געווען דער גרויסער בעל צדקה, און קיינער אויף דעם עולם האט בכלל נישט געוואוסט אז ער גיט א פרוטה פאר צדקה.

– קענט איר אט אזא עמיצן קארגן עושר אדיר, וואס האט בחייו גארנישט געגעבן קיין צדקה. און מענטשן האבן אים בארעדט כל ימיו. ערשט לאחר פטירתו איז מען געוואויר געווארן אז ער האט וואך נאך וואך אויסגעהאלטן טויזענטער עניים ודלים א גאנצן לעבן אן קיינעמס וויסן. (ביטע נישט ווער ס'האט געגעבן געלט פאר מוסדות התורה שטלערהייט).

ביטע נאר אויפברענגען שבחים פון נפטרים וואס מ'איז געוואויר געווארן זייער אמת'ע כאראקטער, אונטער זייער שלייער וואס זיי האבן געטראגן כל ימי חייהם - נישט קיין לעבעדיגע מענטשן ביטע.
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:51 pm

היינט איז א אפענע וועלט. נישטא מער קיין קליין שטעטלישע ביזנעס און געשעפטן.

אויב איינער לערנט א גאנצע נאכט אין שטוב, און זאגט תיקון חצות מיט בכיות ווייסט מען דערפון - די פיין שמעקערס.
אויב איינער געט מיליאנען שטילערהייט פאר נצרכים, אפילו ס'הענגט נישט קיין צעטל אין ערגענץ - ווייסט מען. די "חברה" קומען שוין אן צו אים. ס'איז אויס סוד.
א יונגל א עילוי נפלא ווייס איך טאקע נישט. - יעדעס קינד גייט היינט אין חדר, ממילא אפילו מיט זיינע כשרונות איז ער העכסטנס אביסל מער פון עוורידזש.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

האסט אביסל גענומען צו ערנסט די אלע מעשיות...

אבער אוודאי איז דא היינט נסתרים....
די הייליגע צאנזע רב זצוק"ל האט אמאל געזאגט ביים טיש,
אז מענטשען מיינען אז א צדיק נסתר מיינט איינער וואס איז עפעס א מאדנע עם הארץ...
זאל מען וויסען אז זיי קענען זיצן דא ביים טיש...

עס זענען אוודאי אויך דא נסתרים וואס באהאלטען זיך אויף א געהיימיספולע וועג היינט צוטאג...
יא איך קען אפאר...

עילוים זענען דא אויך אזוי ווי אמאל,
די ינוקא, הרב שניאור, אויך דא ביים היימישע עולם איז דא ולא אכתוב שמות,

עשירים יא הונדערט פראצענט סאיז דא אסאך מתן בסתר ביי די היימישע ציבור,
פון ר ליפא ברייער ביז משה מענדל מענדלוויטש,
לעצט פארראכטן דורך מקובל אלוקי אום דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

מקובל אלוקי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:18 pm
האסט אביסל גענומען צו ערנסט די אלע מעשיות...
לאמיר זעהן:
עילוים זענען דא אויך אזוי ווי אמאל,
די ינוקא, הרב שניאור, אויך דא ביי היימישע עולם איז דא ולא אכתוב שמות,
מ'האט געבעטן נישט ברענגע נעמען פון לעבעדיגע מענטשן.

עשירים יא הונדערט פראצענט סאיז דא אסאך מען בסתר ביי די היימישע ציבור,
פון ר ליפא ברייער ביז משה מענדל מענדלוויטש,

ר' ליפא ברייער האט געהייסן א עושר אדיר א קמצן? - נישט וואס איך ווייס. (אפשר ווייס איך נישט אלעס)
מעגליך ער האט געטאן חסד. קיין עושר אדיר מיט א נאמען א קמצן זיכער נישט.

ר' משה מענדל מענלדאוויטש איז געווען באוואוסט אלץ בעל צדקה, ער איז געווען אן אדרעס כל ימיו. מ'האט אפשר נישט געוואוסט ווי סאך געלט ער טיילט אויך שטילערהייט. קיין קמצן האט ער נישט געהייסן.

לאמיר מאכן חזרה:
די פראגע איז געווען צי א עושר אדיר קען זיך היינט אויסבאהאלטן, און טראגן א נאמען כל ימיו פון א קמצן, וואס געט נישט קיין טראפ צדקה. און מענטשן בארעדן אים כל ימיו.
דערווייל במחתרת האלט ער אויס די גאנצע שטאט. און מ'ווערט עס געוואויר לאחר פטירתו?

איז דא אזא מענטש היינט?
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

איך מיין אז פון די רבי פון זידיטשוב זאגט מען נאך, אז די צדיקים נסתרים היינטיגע טעג באהאלטן זיך אין ווייסע בעקיטשעס.

די צווייטע קען איך נישט, אבער איך מיין אז מ'פלעגט עס זאגן אויף מיך... (קאנפידענט... ניין?)

די עושר וואס קיינער האט געוויסט אז ער איז געווען א גרויסע בעל צדקה, קען איך נישט. אבער איך קען גרויסע בעלי צדקה וואס מ'האט אויסגעפונען אז זיי האבן נישט איבערגעלאזט קיין איבריגע דאללער ירושה, און יעדע פראפערטי איז געווען פאר'משכן'ט פאר אן אנדערע באנק, וועגן די צדקות.
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

1) חיימאו
2) אלע קינדער פון די נייע דרך הלימוד בת”ת מהר”א קר”י
3) ר’מ”מ מענדלאוויטש ע”ה
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:39 pm

3) ר’מ”מ מענדלאוויטש ע”ה
ר' משה מענדל מענלדאוויטש איז געווען באוואוסט אלץ בעל צדקה, ער איז געווען אן אדרעס כל ימיו. מ'האט אפשר נישט געוואוסט ווי סאך געלט ער טיילט אויך שטילערהייט. קיין קמצן האט ער נישט געהייסן.

לאמיר מאכן חזרה:
די פראגע איז געווען צי א עושר אדיר קען זיך היינט אויסבאהאלטן, און טראגן א נאמען כל ימיו פון א קמצן, וואס געט נישט קיין טראפ צדקה. און מענטשן בארעדן אים כל ימיו.
דערווייל במחתרת האלט ער אויס די גאנצע שטאט. און מ'ווערט עס געוואויר לאחר פטירתו?

איז דא אזא מענטש היינט?
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3497
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:40 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:39 pm

3) ר’מ”מ מענדלאוויטש ע”ה
ר' משה מענדל מענלדאוויטש איז געווען באוואוסט אלץ בעל צדקה, ער איז געווען אן אדרעס כל ימיו. מ'האט אפשר נישט געוואוסט ווי סאך געלט ער טיילט אויך שטילערהייט. קיין קמצן האט ער נישט געהייסן.

לאמיר מאכן חזרה:
די פראגע איז געווען צי א עושר אדיר קען זיך היינט אויסבאהאלטן, און טראגן א נאמען כל ימיו פון א קמצן, וואס געט נישט קיין טראפ צדקה. און מענטשן בארעדן אים כל ימיו.
דערווייל במחתרת האלט ער אויס די גאנצע שטאט. און מ'ווערט עס געוואויר לאחר פטירתו?

איז דא אזא מענטש היינט?
וועלן מיר געוואר ווערן נאר לאחר פטירתו..

איךהאב קלאר אנגעזאגט מען זאל נישט רעדן פון מיינע צדק... (אוטש...)
ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:11 pm
א מאן איז שכל . פינטל. א פרוי איז געפיל. פינטל.
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

די מענטשן זענען דא, מען ווארט נאר אויפן מנחם מנדל פון 200 יאר ארום עס צו דערציילן...
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

איך ווייס נישט וויפיל מעשיות פון קארגע עשירים עס זענען געווען. סאיז איין באוויסטע מעשה ביים תוס׳ יום טוב, און שוין. און אויך דעמאלסט איז איז דער ארעמאן געווען א ארעמאן, און מיט טרערן געוויינט צום גביר, היינט גייט דער ארעמאן אנגעטוען ווי יעדן, פירט א לעבן ווי יעדן, און רעדט זיך אויס צו זיין חבר איבער זיין ביטערע לאגע, און יודן רחמנים בני רחמנים ווענדן זיך צו די עשירים וואס עפענען די טאשן אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געהערט ביז היינט, און שטייצעך מען הענגט נישט קיין הכרת הטוב סיין דערפאר, אזוי סאיז שוין נישט אזא גרויסע סוד. אויך ווייסן די גראסערי אייגענטומער צו זאגן פון פשוטע יודן וואס צאלן אויס יענעמס ארדערס. אה! מי כעמך ישראל.

לגבי די יונגע עילויים, אמאל איז געווען, וואס מיינט היינט? פון לעבעדיגע ווילסטו דאך נישט רעדן, סא ווער יא? אין די ישיבות באפארן מלחמה האבן זיך אפט געמאכט בחורים וואס זענען געווען גאונים מופלגים, ״געקענט״ גאנץ אדער רוב ש״ס מיט פוסקים וראשונים, זייט די ׳סיסטעם׳ איז שטארק איינגעפירט איז דאס אראפגעברענגט געווארן גאר שטארק, מען הערט כמעט נישט אזאנס, יא מאכט זיך אמאל א חתן ענדיגט ש״ס אויף די חתונה, אבער עס קומט נישט צו. ווידעראום די עמי הארצים פון די סדר נאכט האבן מיר אויך שוין נישט.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:51 pm

1) אין די מעשה ביכלעך ליינען מיר איבער פראסטע, פשוט'ע מענטשן, וועלכע האבן געווענליך געוואוינט אין עק שטאט. זיי האבן געהאט א נאמען פאר עמי הארצים, קענען קוים עברי. האבן קיינמאל קיין עליה נישט באקומען, קיינער האט זיך אויף זיי נישט אומגעקוקט. ערשט נאך זייער פטירה איז מען דערגאנגען אז דער קליין אויסגעדארט אידל איז גאר געווען א פארבארגענער צדיק, אפשר גאר פון די ל"ו צדיקים. געלערנט יומם ולילה ביינאכט אין שטוב ביי א ליכט - געזאגט תיקון חצות מיט בכיות נאכט נאך נאכט, קיינער האט איבער זיין קדושה וטהרה, צדקות, פרושות, בכלל נישט געוואוסט ביז נאך זייער פטירה. - ערשט נאך זייער פטירה איז מען געוואויר געווארן אז מ'האט זיי פשוט מבזה געווען מיט'ן מקבר זיין בבזיון.

– קענט איר אט אזא עמיצן פארבארגענעם צדיק נסתר וקדוש וטהור?- (ביטע - נישט ר' משה ניו יארקער, אדער שושני).
כ'פארשטיי נישט. ווארט ביז נאך זייער טויט און דו וועסט נאך הערן איבער זיי.

יעצט לעבן זיי נאך, איז פארווא'זשע וויינסטו?
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

נזר הנבונים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:49 pm
איך ווייס נישט וויפיל מעשיות פון קארגע עשירים עס זענען געווען. סאיז איין באוויסטע מעשה ביים תוס׳ יום טוב, און שוין. און אויך דעמאלסט איז איז דער ארעמאן געווען א ארעמאן, און מיט טרערן געוויינט צום גביר, היינט גייט דער ארעמאן אנגעטוען ווי יעדן, פירט א לעבן ווי יעדן, און רעדט זיך אויס צו זיין חבר איבער זיין ביטערע לאגע, און יודן רחמנים בני רחמנים ווענדן זיך צו די עשירים וואס עפענען די טאשן אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געהערט ביז היינט, און שטייצעך מען הענגט נישט קיין הכרת הטוב סיין דערפאר, אזוי סאיז שוין נישט אזא גרויסע סוד. אויך ווייסן די גראסערי אייגענטומער צו זאגן פון פשוטע יודן וואס צאלן אויס יענעמס ארדערס. אה! מי כעמך ישראל.
מ'רעדט נישט צו ס'איז היינט פאראן עשירים וואס געבן צדקה מתן בסתר. אוודאי איז דא.

די רעדע איז: צי איז דא מענטשן וואס יעדער מיינט אז זיי זענען קארגע חזירים, ווייל זיי שפילן א דאפלטע לעבן. זיי קענען נאר צדקה בסתר און ערשט לאחר פטירתם ווערט מען געוואויר אז זיי האבן שטילערהייט אוועקגעטיילט מיליאנען פאר צדקה. בשעת יעדער האט געמיינט אז זיי געבן נישט פרוטה.
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:03 pm
נזר הנבונים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:49 pm
איך ווייס נישט וויפיל מעשיות פון קארגע עשירים עס זענען געווען. סאיז איין באוויסטע מעשה ביים תוס׳ יום טוב, און שוין. און אויך דעמאלסט איז איז דער ארעמאן געווען א ארעמאן, און מיט טרערן געוויינט צום גביר, היינט גייט דער ארעמאן אנגעטוען ווי יעדן, פירט א לעבן ווי יעדן, און רעדט זיך אויס צו זיין חבר איבער זיין ביטערע לאגע, און יודן רחמנים בני רחמנים ווענדן זיך צו די עשירים וואס עפענען די טאשן אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געהערט ביז היינט, און שטייצעך מען הענגט נישט קיין הכרת הטוב סיין דערפאר, אזוי סאיז שוין נישט אזא גרויסע סוד. אויך ווייסן די גראסערי אייגענטומער צו זאגן פון פשוטע יודן וואס צאלן אויס יענעמס ארדערס. אה! מי כעמך ישראל.
מ'רעדט נישט צו ס'איז היינט פאראן עשירים וואס געבן צדקה מתן בסתר. אוודאי איז דא.

די רעדע איז: צי איז דא מענטשן וואס יעדער מיינט אז זיי זענען קארגע חזירים, ווייל זיי שפילן א דאפלטע לעבן. זיי קענען נאר צדקה בסתר און ערשט לאחר פטירתם ווערט מען געוואויר אז זיי האבן שטילערהייט אוועקגעטיילט מיליאנען פאר צדקה. בשעת יעדער האט געמיינט אז זיי געבן נישט פרוטה.
אויף דעם זאג איך, 1 איך ווייס נישט צו סאיז טאקע געווען אמאל חוץ יענער פון תוס׳ יו״ט, 2 סאיז שווערער במציאות אזא זאך היינט
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:39 pm
1) חיימאו
2) אלע קינדער פון די נייע דרך הלימוד בת”ת מהר”א קר”י
3) ר’מ”מ מענדלאוויטש ע”ה
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

נזר הנבונים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:08 pm
קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:03 pm
נזר הנבונים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:49 pm
איך ווייס נישט וויפיל מעשיות פון קארגע עשירים עס זענען געווען. סאיז איין באוויסטע מעשה ביים תוס׳ יום טוב, און שוין. און אויך דעמאלסט איז איז דער ארעמאן געווען א ארעמאן, און מיט טרערן געוויינט צום גביר, היינט גייט דער ארעמאן אנגעטוען ווי יעדן, פירט א לעבן ווי יעדן, און רעדט זיך אויס צו זיין חבר איבער זיין ביטערע לאגע, און יודן רחמנים בני רחמנים ווענדן זיך צו די עשירים וואס עפענען די טאשן אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געהערט ביז היינט, און שטייצעך מען הענגט נישט קיין הכרת הטוב סיין דערפאר, אזוי סאיז שוין נישט אזא גרויסע סוד. אויך ווייסן די גראסערי אייגענטומער צו זאגן פון פשוטע יודן וואס צאלן אויס יענעמס ארדערס. אה! מי כעמך ישראל.
מ'רעדט נישט צו ס'איז היינט פאראן עשירים וואס געבן צדקה מתן בסתר. אוודאי איז דא.

די רעדע איז: צי איז דא מענטשן וואס יעדער מיינט אז זיי זענען קארגע חזירים, ווייל זיי שפילן א דאפלטע לעבן. זיי קענען נאר צדקה בסתר און ערשט לאחר פטירתם ווערט מען געוואויר אז זיי האבן שטילערהייט אוועקגעטיילט מיליאנען פאר צדקה. בשעת יעדער האט געמיינט אז זיי געבן נישט פרוטה.
אויף דעם זאג איך, 1 איך ווייס נישט צו סאיז טאקע געווען אמאל חוץ יענער פון תוס׳ יו״ט, 2 סאיז שווערער במציאות אזא זאך היינט

אונזערע מעשה ביכלעך איז פול מיט אזעלכע פארבאגענע אידן.
דער בעשה"ק האט געשיקט זיינע תלמידים צו די פשוטע אידן אין עק שטאט און קיינער האט בכלל נישט געוואוסט אז זיי עקזעסטירן. ווי נאר זיי זענען נתגלה געווארן זענען זיי נסתלק געווארן מן העולם.

אזוי גייען די מעשה'לעך. אפשר זענען זיי אלע פאבריצירט דורך יונה קרעפל, כ'ווייס נישט. כ'פרעג נאר צי א מענטש קען היינט שפילן א דאפלט-לעבן.
מאכן אן אנשטעל - כל ימיו - פאר אלעמען - ווי א פשוטער אפגעריסענער בעטלער און גאר זיין א קדוש עליון מאוד נעלה.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

די וואך פרעגט מיר מיין בחור אזוי:
די משנה זאגט אין אבות:

כך היא דרכה של תורה, פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן וחיי צער תחיה ובתורה אתה עמל, אם אתה עושה כן, אשריך וטוב לך.
אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא.

אויב טוט מען אזוי וועט דיר זיין גוט!
ומכלל הן אתה שומע לאו!

ווער עס עסט נישט פת במלח,
ווער עס שלאפט נישט על הארץ
דעם איז נישט אשריך בעולם הזה וטוב לו בעולם הבא?

ציפעדיקע קשיא, אַיאָ?
וועמען קענען מיר וואס עסט פת במלח, און מים במשורה, און שלאפט אויף די קרקע? ווער?

סאו זאג איך אים אזוי:
ווער עס עסט פת במלח, ציבעלע מיט ירקות און א אייער שפייז ער דאל האבן כח צו דינען השי״ת - איז נאך אויך אשריך בעולם הזה וטוב לך בעולם הבא!

ווער עס עסט יוך און לאקשן מיט א שטיקל עוף, איז אקעי.
אבער ווען מ׳ליגט אין עסן - וכו׳ וכו׳ וכו׳ - דאס איז אנאנדערע מעשה.

דער בעשה״ק האט געזאגט אז היינט דארף מען נישט די אלע סיגופים פון אמאל, היינט איז א שוואך דור, רחמנא ליבא בעי, איין אמת׳ע קרעכץ דארף מען היינט.

אבער דא שטייט פת במלח תאכל
מים במשורה תשתה
ועל הארץ תישן
וחיי צער תחיה!

רבוש״ע ווער קען דאס היינט באווייזן?

אפשר האט איינער א תירוץ
אוועטאר
איין
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

קיסריה האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 1:52 am
די וואך פרעגט מיר מיין בחור אזוי:
די משנה זאגט אין אבות:

כך היא דרכה של תורה, פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן וחיי צער תחיה ובתורה אתה עמל, אם אתה עושה כן, אשריך וטוב לך.
אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא.

אויב טוט מען אזוי וועט דיר זיין גוט!
ומכלל הן אתה שומע לאו!

ווער עס עסט נישט פת במלח,
ווער עס שלאפט נישט על הארץ
דעם איז נישט אשריך בעולם הזה וטוב לו בעולם הבא?

ציפעדיקע קשיא, אַיאָ?
וועמען קענען מיר וואס עסט פת במלח, און מים במשורה, און שלאפט אויף די קרקע? ווער?

סאו זאג איך אים אזוי:
ווער עס עסט פת במלח, ציבעלע מיט ירקות און א אייער שפייז ער דאל האבן כח צו דינען השי״ת - איז נאך אויך אשריך בעולם הזה וטוב לך בעולם הבא!

ווער עס עסט יוך און לאקשן מיט א שטיקל עוף, איז אקעי.
אבער ווען מ׳ליגט אין עסן - וכו׳ וכו׳ וכו׳ - דאס איז אנאנדערע מעשה.

דער בעשה״ק האט געזאגט אז היינט דארף מען נישט די אלע סיגופים פון אמאל, היינט איז א שוואך דור, רחמנא ליבא בעי, איין אמת׳ע קרעכץ דארף מען היינט.

אבער דא שטייט פת במלח תאכל
מים במשורה תשתה
ועל הארץ תישן
וחיי צער תחיה!

רבוש״ע ווער קען דאס היינט באווייזן?

אפשר האט איינער א תירוץ
רש"י זאגט אז עס מיינט נישט אז מען דארף טאקע עס טיען
מען דארף זיין גרייט אפילו עס וועט ציקימען צי פת במלח
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:51 pm
געווען אמאל... היינט נאך אויך?

– קענט איר אט אזא עמיצן קארגן עושר אדיר, וואס האט בחייו גארנישט געגעבן קיין צדקה. און מענטשן האבן אים בארעדט כל ימיו. ערשט לאחר פטירתו איז מען געוואויר געווארן אז ער האט וואך נאך וואך אויסגעהאלטן טויזענטער עניים ודלים א גאנצן לעבן אן קיינעמס וויסן. (ביטע נישט ווער ס'האט געגעבן געלט פאר מוסדות התורה שטלערהייט).

ביטע נאר אויפברענגען שבחים פון נפטרים וואס מ'איז געוואויר געווארן זייער אמת'ע כאראקטער, אונטער זייער שלייער וואס זיי האבן געטראגן כל ימי חייהם - נישט קיין לעבעדיגע מענטשן ביטע.
יא, איך קען אזא מעשה מיט א עושר וואס האט נישט געגעבן קיין פרוטה פאר קיין ארימאן זיין גאנץ לעבן.. ער לעבט נאך גראדע מיילע קען איך דיר נישט זאגן זיכער וואס גיי זיין לאחר פטירתו.. אבער די ערשטע חלק פון די מעשה איז זיכער דא בימינו אלה.
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: געווען אמאל... היינט נאך אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

ס'איז היינט די זעלבע ווי אמאל.

אויך היינט זענען די שרייבערס מגזים אין די ביכלעך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”