קאמפלימענטיר
א קאמפלימענט
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן
הערט איין מאל א גוט ווארט
וועט ער טראכטן אויפן ארט
אז ס'איז סתם א נערישע שפיל
ער וויל מיר געבן א גוטע געפיל
ביים הערן א צווייטע מאל
נאכדערצו אויב מער אין צאל
וועט ער כאפן דעם באגריף ער
און אנהייבן טראכטן טיפער
אפשר בין איך טאקע עפעס ווערד
שוין צען מאל ס'זעלביגע געהערט
ליגנט טוט מען נישט איבער קייען
הערט ער א קול אין מח שרייען
א קאמפלימענט
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן
טאקע דערפאר
זיי נישט קיין נער
האסט א געלעגענהייט יעדע מינוט
צו מאכן דיין חבר פילן בעסער ווי גוט
אפילו ער שרייט צוריק מיט עניוות
נאכאמאל דעם טריק פרואוו עס
אויב נישט ביים צווייטן דאן ביים דריטן
אדער שפעטער, וועט עס ארבעטן צום גוטן
ער קען נאך איין טאג רוקן ווענט
צוליב דיין אומשולדיגע קאמפלימענט
ער קען דערגרייכן גאר הויעך אין לעבן
פון די גוט ווארט וואס דו האסט געגעבן
א קאמפלימענט
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן
נעם א מינוט און טראכט
נעם עס נישט פאר לייכט
דו וועסט מעגליך טאקע דעם ווארט נישט געדענקען
אבער פאר אים וועט עס אסאך מער ווי דעם שענקען.
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן
הערט איין מאל א גוט ווארט
וועט ער טראכטן אויפן ארט
אז ס'איז סתם א נערישע שפיל
ער וויל מיר געבן א גוטע געפיל
ביים הערן א צווייטע מאל
נאכדערצו אויב מער אין צאל
וועט ער כאפן דעם באגריף ער
און אנהייבן טראכטן טיפער
אפשר בין איך טאקע עפעס ווערד
שוין צען מאל ס'זעלביגע געהערט
ליגנט טוט מען נישט איבער קייען
הערט ער א קול אין מח שרייען
א קאמפלימענט
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן
טאקע דערפאר
זיי נישט קיין נער
האסט א געלעגענהייט יעדע מינוט
צו מאכן דיין חבר פילן בעסער ווי גוט
אפילו ער שרייט צוריק מיט עניוות
נאכאמאל דעם טריק פרואוו עס
אויב נישט ביים צווייטן דאן ביים דריטן
אדער שפעטער, וועט עס ארבעטן צום גוטן
ער קען נאך איין טאג רוקן ווענט
צוליב דיין אומשולדיגע קאמפלימענט
ער קען דערגרייכן גאר הויעך אין לעבן
פון די גוט ווארט וואס דו האסט געגעבן
א קאמפלימענט
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן
נעם א מינוט און טראכט
נעם עס נישט פאר לייכט
דו וועסט מעגליך טאקע דעם ווארט נישט געדענקען
אבער פאר אים וועט עס אסאך מער ווי דעם שענקען.