Re: באלעבאסטע מאגאזין
אזוי קוקט אויס ווען מען שניידט ארויס איין פעידזש פון א מעשה....וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 17, 2024 10:19 amהאט מיר געזאגט א חשובע איד אז ער לאזט מער נישט אריין די אויסגאבע אין שטוב נאך די פסח BPD ארטיקל.
די משל איז פון א מיידל וואס האט קלאר נישט געפאלגט איר מאמע, לייגט נישט צו א פינגער אין קאלט וואסער און ווען די מאמע וויל איר צולערנען איז די מאמע BPD???
קען זיין די מאמע איז טאקע אבער אזא ארטיקל פאר קינדער איז סם המות ממש.
ווי געהערט פון אסאך האט עס אנגעמאכט א גרויסע חורבן ווען אסאך טינעידזשערס האבן אנגעהויבן חלומען אז זייער עלטערן זענען בארדערליין ווען זיי זענען זיי מחנך און ווערן rebellious.
bpd.png
די ציל פונעם שרייבער איז ארויס צו ברענגען די מחשבות און די פילינגס וואס די וויקטעמס גייען דורך, די מיידל האט נישט אריין געלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער, ווייל זי האט פשוט נישט געקענט זיין אינדערהיים.. איר מאמע פייניגט איר, אבער זי פילט נאך אלץ אז זי איז שולדיג,
יעדע זאך וואס איר מאמע טוט איר, טראכט זי אז ס'קומט זיך איר ווייל זי איז א שלעכטע קינד, ווייל דאס איז וואס איר מאמע זאגט איר אגאנצן טאג, אז זי איז א דורכפאל......
ס'האט נישט אנגעמאכט קיין חורבן, בארואיגט אייך.. נישט יעדע קינד וואס פאלגט נישט יעצט, איז די ארטיקל שולדיג. ס'איז נארמאל אז קינדער זאלן נישט וועלן פאלגן.
שטעלט אייך פאר די "שטילקייט"וואס וואלט געהערשט אויב מענטשן וואלטן ווען געזאגט זאכן וואס זיי "ווייסן"