בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

מיין טאגליכע האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:51 am
משה יצחקי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:45 am
אוי קומט א נסיעה!!!

קענט וועיט!!!
דו פארסט מיט
יע יע
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
עפשטיין בעקעריי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:12 pm
לאקאציע:ב.פ.

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפשטיין בעקעריי »

כבוד אחי ורעי שותפים במוסד הגדול והקדוש "בוני עולם"

ווי מען האט געהאט געמאלדן וועלן מיר אדורכגיין די גאנצע סדר הנסיעה בעזהשי"ת אנגעהויבן פון מיטוואך נאכט אין עירפארט ביז מאנטאג צופרי ווען מען איז דא צוריק, דבר דיבור על אופניו. די סדר הנסיעה אימעיל'ס וועט זיין איינגעטיילט אין עטליכע מודעות צוליב די פולע פרטים וואס מען דארף מעלדן.

מיטוואך נאכט בשעה 11:30 הייבט זיך אי"ה דער בוני עולם טשארטער פליגער אויפן וועג דיירעקט קיין ריישא, א וועג פון אכט און א האלב שעה. ווי יעדער פארשטייט אליין אז ביי אזא גרויסע ציבור דויערט דאס איינטשעקן און סעקיורטי וכו' א שטיק צייט, דעריבער בעט מען בכל לשון של בקשה עס זאל יעדער מאכן זיכער צו זיין אין עירפארט נישט שפעטער ווי 9:00 אזייגער אווענט! פאר די וואס האבן באשטעלט פלעצער אויף די באסעס וועט מען נעקסטע וואך מודיע זיין פינקליך ווען און פון ווי די באסעס פארן ארויס פון יעדע שטאט באזונדער.

נאכן איינטשעקן די פעקליך וועט זיין אין טערמינעל צוגעשטעלט א ווארימע פליישיגע נאכטמאל, עס וועט זיין אויסגעשטעלט א אויסוואל פון עטליכע געשמאקע מאכלים, געקעיטערט דורך דעם בארימטען פאמיגרענט געשעפט אין פלעטבוש, וואס שטייט אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים, די נאכטמאל איז צוגעשטעלט בנדבת ידידינו עוז, תומך נלהב דמפעלינו, מוה"ר אברהם יודא באנדא הי"ו בעה"ב פון פאמיגרענעט. אזוי אויך וועט זיין אויסגעשטעלט איינגעפאקטע מאכלים, וואס מען וועט קענען מיטנעמען מיט זיך און עסן אויפן פליגער.

נאך וואס די פליגער וועט זיך הייבן אין א גוטע שעה, וועט מען הערן קורצע דברי פתיחה פון אונזער יו"ר הרב ישראל שטערן פון לאנדאן. דערנאך וועט מען מאכן נאכט, דער עולם זאל זיך קענען אויסרוען כמה שעות ביז צופרי. דערנאך וועט מען זיך שטעלן אינאיינעם תפלת שחרית ברוב עם, און א אויסנאם וועט מען נישט האבן קיין קריאת התורה אבער מען וועט עס משלים זיין אי"ה ביי תפלת מנחה אין ליזענסק. נאך שחרית וועט סערווירט ווערן פרישטאג, און דערנאך וועט מען האבן די זכי' צו הערן דברי הכנה לקראת די מקומות הקדושים פון הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט"א בעל פרדס הצדיקים.

נאכן לאנדען אין ריישא בערך 3:00 אזייגער נאכמיטאג ארטיגע זייגער, וועט יעדער אפנעמען די פעקליך, און ארויסגיין פון עירפארט ווי עס וועט אונז דארט אנווארטען א פלאטע פון באקוועמע קאוטש באסעס, וואס וועלן פירען דעם ציבור א וועג פון א האלבע שעה קיין ליזענסק. די פעקליך וועלן בלייבן אויף די באסעס, און יעדער איינער וועט שפעטער ממשיך זיין דעם וועג מיטן זעלבן באס ווי ער איז געקומען. יעדע באס וועט האבן א נאמבער לסימן.

אנקומענדיג קיין ליזענסק בערך 5:00 אזייגער, וועט מען קודם צופארן צום בנין הכנסת אורחים ווי עס וועט זיין צוגעגרייט א מיטאג כיד המלך, קאלט'ס און ווארימ'ס ביד רחבה פארן גאנצען ציבור. אזוי אויך וועט זיין צוגעגרייט א ווארימע מקוה אויפן פלאץ און עס וועלן זיך שטעלן דארט מנינים מנחה מיט קריאת התורה. אזוי אויך וועט דארט זיין צוגעגרייט פאר יעדעם איינעם די שליסלעך פון דעם האטעל צימער אין קראקא, אזוי אז ווען מען קומט אהן שפעטער ביינאכט אין האטעל קען מען תיכף ארויפגיין צו די אייגענע צימער.

בשעה 6:30 וועט פארקומען די מעמד תפלת רבים בקדשי הקדשים ביים ציון פון דעם הייליגען רבי'ן רבי אלימלך, ווי מען וועט אנפילען דעם אהל הקדוש די חדר הכהנים און ארום. מען וועט צוזאמען זינגען נגוני קודש והתעורוות, און זאגן די תפלה קודם התפלה פון דעם הייליגען צדיק וקדוש. דערנאך וועט מען הערן דברי תחינה ובקשה פון דעם שליח פון כלל ישראל, הרב שלמה באכנער הי"ו מנהל מפעלינו, וועלכע וועט מנהמת לבו מעורר זיין רחמי שמים לישועת הכלל והפרט בזכותו של אותו צדיק! דערנאך וועט מען זאגן ספר רביעי תהלים, מיט דער יהי רצון און שלש עשרה מדות.

אלקינו ואלקי אבותינו הי' עם פיפיות שלוחי עמך בית ישראל העומדים לבקש תפלה ותחנונים מלפניך על עמך בית ישראל!!

המשך הנסיעה אין די מודעה פון זונטאג בהר אי"ה



ידידכם עוז



יוסף ירמי' ליפשיץ
רבותי
גייטס לייקן און די מאסן
viewtopic.php?p=5080355#p5080355
באלד באלד
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:27 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלד באלד »

אחי ורעי

עטליכע וויכטיגע מודעות לקראת הנסיעה

איך וועל צוטיילן די מודעות לויט יעדע נושא באזונדער



כשרות המאכלים

אלע געקאכטע מאכלים וואס וועט זיין פון לאנדען אין ריישא ביזן צוריקקומען קיין ניו יארק, וועט זיין אך ורק פון די קאך פון ללכת, וואס שטייט אונטער די שטרענגע השגחה תמידית פון ביד"צ דק"ק מחזיקי הדת אנטווערפן! פארשטייט זיך אז אלע פלייש סיי בשר עוף און סיי בשר בהמה אלעס וועט זיין פון די מהודר'דיגע אנטווערפן'ער שחיטה. דאס איז כולל אלע מעמדים און סעודות און עסן וואס מען טיילט עלי דרך אלעס איז אונטער די השגחה!

בנוגע משקאות. אלע משקאות וואס מען וועט געבן במשך די גאנצע נסיעה איז פון די ארטיגע קאמפעניס האבן נישט קיין השגחה אויפן באטעל אבער עס איז עפראווד דורך'ן הכשר הנ"ל צו ניצען לכתחילה. פאר די וואס זענען מקפיד דוקא צו האבן א היימישע הכשר אויפן באטעל זענען מיר מודיע אז מיר וועלן צושטעלן ביי אלע סעדות און מעמדים וכדו' א טישל ווי עס וועלן זיין אויסגעשטעלט כל מיני משקאות מיט היימישע הכשרים, און מען וועט קענען נעמען פון דארט צו טרינקען.

פאר אידן וואס זענען מקפיד צו עסן דוקא בשר עוף איז מען מודיע, אז עס וועט זיין ביי אלע פליישיגע סעודות אויך בשר עוף, אזוי אויך שבת קודש וועט זיין א טשולענט פון בשר עוף וואס מען וועט קענען בעטן אין די קאך.

א קליינע שינוי אין דעם, איז דער מיטאג סעודה אין ליזענסק, וואס וועט סערווירט ווערן דורך הכנסת אורחים ד'ליזענסק, דארט איז דא א אייגענע קאך וואס שטייט אונטער די שטרענגע השגחה פון כדתיא פון לאנדאן.

דער נאכטמאל אין די ניו יארק עירפארט מיטוואך בהר און אזוי אויך די עסן אויפן פליגער אויפן וועג קיין ריישא, וועט זיין פון די פאמיגרענעט געשעפט אין פלעטבוש, וואס איז אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים, די בשר עוף ביים נאכטמאל וועט קומען פון די בית השחיטה המהודרת פון קרית יואל.

יאכלו ענוים וישבעו!

מקוה

אין ליזענסק ביים אנקומען וועט זיין צוגעשטעלט די ארטיגע ווארימע מקוה פארן ציבור

אין די האטעל אין קראקא, וועט זיין אין די חצר אויפגעשטעלט א טענט מיט א ווארימע "קאראנא מקוה", אזוי אויך וועט מען יעדן טאג אינדערפרי אויך זיך קענען טויבלען אין דעם סווימינג פול פון די האטעל, פרייטאג נאכמיטאג וועט אבער דער סווימינג פול נישט זיין אפן פאר אונזער ציבור, מען וועט קענען גיין נאר אין די קאראנא מקוה.

עס געפינט זיך א מקוה אין קראקא אונטער די בעלות פון ללכת, עס איז צו פארן בערך 20 מינוט פון די האטעל, דער וואס וויל קען פרייטאג נאכנמיטאג פארן אהין און צוריק און ניצען די ארטיגע מקוה, עס וועט זיין צוגעשטעלט א נאמבער פון א קאר סערוויס פאר דער וואס וויל אהין פארן.

זונטאג אין צאנז, וועט די מקוה אין בוני צאנז זיין צוגעשטעלט, פאר דער וואס וויל גיין אין מקוה איידער דעם עלי' לציון הקדוש.

שבת שליסעך

היות אז דער שליסעל פון דער צימער איז מוקצה שבת קודש, וועט זיין צוגעשטעלט "מעגינעט'ס" וואס וועט האלטן די טיר אפען ווען מען געפינט זיך נישט אין צימער במשך השבת. עס איז ראטזאם אז די בערזל אין די אנדערע טייערע חפצים זאל מען באהאלטן אין די סעיף וואס איז דא אין יעדע צימער.



ידידכם עוז



יוסף ירמי' ליפשיץ
לאקאלער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 5:55 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקאלער »

עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:06 pm
כבוד אחי ורעי שותפים במוסד הגדול והקדוש "בוני עולם"

נאך וואס די פליגער וועט זיך הייבן אין א גוטע שעה, וועט מען הערן קורצע דברי פתיחה פון אונזער יו"ר הרב ישראל שטערן פון לאנדאן. דערנאך וועט מען מאכן נאכט, דער עולם זאל זיך קענען אויסרוען כמה שעות ביז צופרי.\
ישראל שטערן קומט ספעציעל פון לאנדאן קיין נ"י צו רעדן אויפן פליגער אדער ער איז סייווי דא?
באלד באלד
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:27 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלד באלד »

@פרישער בחור קום אריין מיט אופדעטס
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

באלד באלד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 5:28 pm
@פרישער בחור קום אריין מיט אופדעטס
איך בין נישט ישראל שטערן'ס מענעדזשער....,
כהאב נישט קיין מושג
באלד באלד
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:27 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלד באלד »

אחי ורעי, דער מודעה איז א המשך צום סדר הנסיעה



נאכן מעמד תפלת רבים אין ליזענסק וועט מען זיך ארויסלאזן בערך בשעה 8:15 א וועג פון א האלבע שעה קיין לאנצוט צום ציון הקדוש פון דעם הייליגען ראפשיצער רב זי"ע בעל זרע קודש, ווי מען וועט זאגן די 15 שיר המעלות און הערן קורצע דברי התעוררות פון הרב מאיר צוויבעל שליט"א.

דערנאך וועט מען צופארן צום אלטן שול אין לאנצוט ווי עס האט געדאווענט דער קדוש אלקי, דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע, ווי מען וועט הערן א דרשת התעוררות בקדושת הזמן והמקום פון דער סקווירא דיין שליט"א. דערנאך וועט מען צוזאמען דאווענען מעריב אין ספירת העומר אין דעם גרויסען מקום קדוש!

נאך מעריב וועט מען פארן א וועג פון בערך צוויי שעה צום האטעל קיין קראקא, ווי עס וועט אונז אפווארטן א ווארימע נאכטמאל, און דער עולם וועט זיך גיין אפריען צום עבודת היום פון מארגן.

ערב שבת צופרי וועלן זיך שטעלן עטליכע מנינים שחרית, פון 8:00 אזייגער צופרי ביז 9:30 אין די שטיבלעך אינעם מיינעס 2 שטאק אין האטעל. א גרויסע מנין וועט זיך שטעלן אין גרויסען בית מדרש בשעה 8:30 ברכות, הודו בשעה 8:45

במשך די גאנצע צייט וועט סערווירט ווערן אין דעם גרויסען זאל א ברייטען פרישטאג פארן גאנצען ציבור.

ומשם יפרד והי' לארבעה ראשים, דא קען מען זיך קלויבן איינס פון די קומענדיגע פיר אפציעס.



נסיעה א'

אוישוויץ – בירקענוי

די באסעס וועלן ארויספארן בשעה 10:30 א וועג פון אנדערהאלבן שעה קיין אוישוויץ, ווי ביים אנקומען וועט יעדער דארפן אדורכגיין זייער סעקיורטי וכו' וואס נעמט א שטיק צייט. דערנאך וועט מען דורכגיין אינאיינעם דעם שרעקליכען אושוויץ'ער גיהנום, ווי אונזערע זיידעס און באבעס צוזאמען מיט זייערע קינדער און אייניקליך הי"ד, זענען אזוי אכזריות'דיג געהארגע'ט און פארברענט געווארן על קידוש השם דורך די בארבארישע נאצישע רוצחים ימ"ש. עס וועט אנווייזען און זאגן פאקטען וועגן דעם שרעקליכען מקום, דער באקאנטער ידען נפלא, הרב ישראל שטערן פון לאנדאן.

נאכ'ן אדורכגיין אוישוויץ א שפאציע פון בערך א שעה, וועט מען פארן מיט די באסעס א וועג פון עטליכע מינוט קיין בירקענוי, ווי נאך א שפאציר אין די באראקן וועט פארקומען דער מעמד זכרון קדושים, ווי מען וועט צוזאמען זינגען דברי התעוררות פון גלות וגאולה אנגעפירט דורך הרב ישכר גוטמאן מיט די קאפעליע, און דענאך וועט מען הערן א פערזענליכע דרשה נלהבה פון הרב שלמה באכנער מנהל המוסד. צום שלוס וועט דער סקווירא דיין שליט"א פארזאגן די תפלה פון קל מלא רחמים און זאגן קדיש לעלוי נשמת די קדושים.

מען וועט פון דארט צוריקפארן אין האטעל ווי מען וועט אנקומען בערך צווישען 5 און 6 אזייגער נאכמיטאג

נסיעה ב'

לעלוב – ראדאשיץ

די באסעס וועלן ארויספארן בשעה 10:00 א וועג פון קרוב צו צוויי שעה קיין לעלוב, צום ציון הקדוש פון דעם אוהבן של ישראל רבי דוד'ל לעלוב'ער זי"ע. מען וועט הערן דארט דברי התעוררות פון הרב חיים יצחק קאפ שליט"א נכד אדמור"י לעלוב, און דערנאך וועט מען דארט זאגן פון קאפיטעל צ' ביז ק'.

דערנאך וועט מען פארן א וועג פון א האלבע שעה קיין ראדאשיץ, ווי מען וועט קודם זינגען די נגוני קודש פון דעם הייליגען ראדאשיץ'ער צדיק, אנגעפירט דורך'ן מנגן נפלא הרב זלמן גוטמאן הי"ו. דערנאך וועט מען הערן דברי התעוררות פון הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט"א בעל פרדס הצדיקים, דערנאך וועט מען זאגן תהלים פון קאפיטעל ק"א ביז קאפיטל ק"ח.

מען וועט פון דארט צוריקפארן אין האטעל ווי מען וועט אנקומען בערך צווישען 4 און 5 אזייגער נאכמיטאג

נסיעה ג'

באבוב

די באסעס וועלן ארויספארן בשעה 10:00 א וועג פון קרוב צו צוויי שעה קיין באבוב, ווי מען וועט זאגן תהלים פון קאפיטעל צ' ביז ק"ח און מען וועט הערן קורצע דברי תפלה פון דעם משפיע הידוע, הרב יוסף ירמי' ליפשיץ שליט"א נכד אדמורי באבוב.

פון דארט וועט מען צופארן אין די אלטע שול אין באבוב ווי מען וועט זינגען נגוני קודש פון מרן הקדושת ציון, במקום הקדוש ווי דער צדיק האט אנגעראכטן זיין הייליגע עבודה אין פארשידענע זמנים במשך השנה.

אויפן וועט צוריק אין האטעל וועט מען זיך אנשטעלן אין בוני צאנז ווי מען וועט גיין אין מקוה לכבוד שבת קודש.

מען וועט אנקומען אין האטעל צווישען 4 און 5 אזייגער נאכמיטאג





קבוצה ד'

איך בלייב אין האטעל



קבוצה ד' איז כולל אזעלכע יחידים וואס ווילען נעמען פריוואטע קארס און פארן צו קברים פון זייערע זיידע'ס וכדו' אדער די אידן וואס ווילען זיך צוגרייטען צום שבת קודש מתוך מנוחה והרחבת הדעת און ווילן נישט פארן אין ערגעץ.



בקשה צו אלע פיר חבורות!

עס איז זייער וויכטיג צו וויסן וואס פריער ווער פארט ווי, כדי מען זאל קענען מסדר זיין פלאץ ביי אלע נסיעות כראוי וכיאות ביטע ריפלייט אייער פלאן אויף בייגעלייגטן לינק, און ביטע טוט עס תיכף ומיד! ישר כח פאר אייער מיטארבייט



נסיעה לקרשאנוב

ביומא דהילולא פון רבי שלמה קרשאנוב'ער זי"ע



ל"ג בעומר געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון דעם צדיק נשגב ופועל ישועות רבי שלמה קרשאנוב'ער זי"ע, כידוע מיט זיין נאמען המסוגל לישועה רבי שלמה בן פיגא. היות אז היום קצר און עס איז נישט שייך מטריח צו זיין דעם גאנצען עולם צו פארן, על כן האט מען מסדר געוועהן אז זונטאג צופרי בשעה 8:30 וועט זיך ארויסלאזן א באס קיין קרשאנוב בראשות הרב שלמה באכנער הי"ו נכד בעל ההילולא!

היות אז די נאכט פון מוצאי שבת וועט זיין ביי אונז א בחי' פון לילה כיום יאיר, איז 8:30 צופרי א מצב פון אשמורת הבוקר, אבער עס איז כדאי דער טירחא, צו קענען זיין אויפן ציון הקדוש פון דעם גרויסען צדיק וקדוש! פון קרשאנוב וועט מען ממשיך זיין קיין צאנז ווי מען וועט אנקומען צוזאמען מיט גאנצן עולם.

דער וואס וויל פארן קיין זונטאג צופרי קיין קרשאנוב זאל ביטע ריפלייען אויך אויף דעם בייגעלייגטן לינק.

https://form.jotform.com/241406464164049







ידידכם עוז



יוסף ירמי' ליפשיץ
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

איך האב שטארק הנאה אז מ'שטעלט אויך צו א וועג צו גיין זונטאג צופרי קיין קשאנוב וואס איז בערך 45 מינוט פון קראקא צו זיין דארט ביומא דהילולא פון ר' שלמה קשאנובער זי"ע
אלס א אייניקל האב איך שוין געטראכט ווען איך וועל דאס קענען אריינשטופן, און ב"ה דער אויבערשטער האט געהאלפן
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

פרישער בחור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:44 pm
מורי ורבותי טייערע פריינט

מיטן ציל צו מאכן נויז און גערודער לטובת די הייליגע מוסד בוני עולם, בין איך זיך מקבל אז בעזר השם אויב די תגובה באקומט ביז נאך די נסיעה כאטשיג 214 לייקס ( כמנין בוני עול"ם) וועלן מיר בעז"ה אייך ברענגן א פולע באריכט אין די טעג נאכן נסיעה!

שפאנט אין אלע אייערע ניקס און הייבט אן לייקן.....

און אין די זעלבע צייט קענט איר נאך זיין פון די גליקליכע משתתפי הנסיעהוועלכע וועלן הנאה האבן פון איבער 4 טעג איבערגעפולט מיט עונג רוחני וגשמי, און זוכה זיין צו זיין א חלק פון די מעכטיגע קאמפיין דעם קומענדיגע זוממער ווי מען בויט יערליך נאך טויזענטער אידישע שטובער https://app.lalechet.com/tour/MasaHabonim

נעמט אייך צאם און בוקט וואס פריער....
ב"ה @פרישער בחור האט שוין 126 לייקס!
פעלט נאך אויס 88 לייקס אז מיר זאלן באקומען א שיינע באשרייבונג, טייערע אידן אין אמעריקע און פון די גאנצע וועלט קומטס לייקן וועט אייך א באשרייבונג זיין
viewtopic.php?t=68306&start=25
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:06 pm
דערנאך וועט מען מאכן נאכט, דער עולם זאל זיך קענען אויסרוען כמה שעות ביז צופרי.
קוקט עפעס אויס ווי דער משגיח וועט זיך ארומדרייען מיט א פלעשלייט און זיכער מאכן אז יעדער שלאפט....
אפשר טאקע זאל יוסף ירמי' זיך ארומדרייען אזוי קען מען זיין זיכער אז קיינער וועט נישט שלאפן....

עניוועי קומט א פעסטע געשמאקע נסיעה, ווי אר לוקינג פארווערד!!
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
עפשטיין בעקעריי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:12 pm
לאקאציע:ב.פ.

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפשטיין בעקעריי »

אפשר קען איינער מאכן א ליסט וואס מ'דארף מיטנעמען?
רבותי
גייטס לייקן און די מאסן
viewtopic.php?p=5080355#p5080355
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:50 am
אפשר קען איינער מאכן א ליסט וואס מ'דארף מיטנעמען?
יוסף ירמי וועט מסמא באלד שיקן
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

פרישער בחור האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 5:29 pm
באלד באלד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 5:28 pm
@פרישער בחור קום אריין מיט אופדעטס
איך בין נישט ישראל שטערן'ס מענעדזשער....,
כהאב נישט קיין מושג
למעשה שיקט מיך איינער אין אישי אז ער קומט פארדעם
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (95.27 KiB) געזען 1571 מאל
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

הער איך עפעס אז זיי גייען למעשה נישט צושטעלן קיין טראנספארטעישן צום עירפארט מארגן ווייל צו ווייניג מענטשן האבן זיך איינגעשריבן
איינער ווייסט מער דערוועגן?
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

אחי ורעי, עטליכע וויכטיגע מודעות




אין אלע מודעות ביז יעצט האבן מיר געשיקט סיי אויף אימעיל און סיי דורך ראבא קולס, פאר די וואס זעהען נישט כסדר זייערע אימיעל'ס. כדי צו מאכן לייכטער פארן ציבור אז מען זאל נישט באקומען כסדר קיין ראבא קאלס, גייען מיר עפענען א "מסע הבונים אינפארמאציע האטליין" ווי מען וועט דארט מעלדן אלע מודעות און אפדעיט'ס במשך היינט און מארגן, סיי מודעות וואס מען וועט שיקען אויף אימיעל און אויך אנדערע וויכטיגע מודעות. אזוי אויך וועט מען במשך הנסיעה געבן מודעות און אפדעיטס פון די נסיעה די נשים און משפחה וועלן אויך קענען אריינרופעןאזוי אז זיי וועלן קענען מיטהאלטן ווי מען האלט און וואס עס טוט זיך. אזוי אויך וועלן פארקומען לייוו האקאופ'ס פון אלע גרויסע מעמדים במשך די נסיעה וואס מען וועט קענען מיטהאלטן פון דעם האטליין.

דער נאמבער פון דעם "מסע הבונים אינפארמאציע האטליין"

718-889-0044




עטליכע וויכטיגע שנוים



פאר די וואס האבן באשטעלט באס טראנספארטאציע צו און פין די עירפארט, טוען מיר מעלדן אז היות עס האט זיך געמאלדן א קליינע ציבור וואס לוינט נישט צו דינגען באסעס, איז דער טראנספארטאציע פון אלע שטעט געקענסילט! מען בעט יעדער וואס קען זיך צוזאמשטעלן מיט א חבר וכדו' זאל מען עס צווישען זיך מסדר זיין, איש את רעהו יעזורו מיט א דרך צליחה בעזהשי"ת! מיר בעטן מחילה אויף דעם אי נעימות ואתכם הסליחה!

נאך א שינוי איז אין דער זמן וואס מען פארט ארויס קיין קרשאנוב זונטאג פארטאג'ס, איך האב געהאט געשריבען אויפן מודעה אז מען פארט ארויס 8:30 צופרי, למעשה איז עס איז א טעות און מען פארט ארויס 10:30 צופרי! עס איז נאך אלץ א פריע זמן ווייל מען וועט זיך לייגן ווען עס שוין לעכטיג און צו זיין גרייט 10:30 וועט מען זיך דארפן מזרז זיין. פרישטאג וועט זיין פון 10:00 אזייגער צופרי. די אנדערע באסעס פון די וואס פארן נישט קיין קרשאנוב וועט ארויספארן 11:30 פארמיטאג אויפן וועג קיין צאנז!



זאכן וואס מען דארף נעמען אויף די נסיעה

טלית ותפלין

דער וואס האלט עס אין בית מדרש זאל געדענקען עס אהיימצונעמען בעוד מועד

פאספארט- ביטע שוין יעצט לייגן אין די טאש וואס מען וועט טראגן מארגן ביים פארן

בגדי חול ובגדי שבת קודש

שבת טלית

שטריימל – ספאדיק

מעיל

קליינע שירעם

פלעסטיק פאר היט און שטריימל

טשארדשער פאר סעלפאן

עדאפטער פאר יוראפ פלאג'ס



וכאן המקום להודיע, אז היות אז יעדער האט אנדערע לימודים סיי גמרא, און סיי ספרי חסידות וכו' וכו' און מיר פארן צו מקומות ווי עס איז ליידער נישטא קיין אידיש ספר צו טרעפן, על כן זאל יעדער ברענגען אלע ספרי קודש וואס ער וויל האבן אדער זיך אליין מאכן קאפיעס פון ספרים זיך ארויספרינטען גליונות וכו' וכו'



מען וועט במשך די נסיעה טיילן די פאלגענגע ספרי קודש. א סידור לחול ולשבת, חומש מקראות גדולות פר' בהר, קונטרס פון עובדות וענינים פון אלע צדיקים וואס מען וועט זיין אויף זייער ציון, אמרות טהורות ראחמיסטריווקא און באר החיים בידערמאן אויף פר' בהר און עניני ל"ג בעומר.







ידידכם עוז



יוסף ירמי' ליפשיץ
עפשטיין בעקעריי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:12 pm
לאקאציע:ב.פ.

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפשטיין בעקעריי »

איך פארשטיי נישט, וויאזוי פלאנט די עולם צו גיין צום עירפארט?
פארקינג פאר 5 טעג קען דאך קאסטן אן אפוטיקי
רבותי
גייטס לייקן און די מאסן
viewtopic.php?p=5080355#p5080355
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

עניוואן פארט מארגן און האט פלאץ פאר צוויי חברה?
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:25 pm
איך פארשטיי נישט, וויאזוי פלאנט די עולם צו גיין צום עירפארט?
פארקינג פאר 5 טעג קען דאך קאסטן אן אפוטיקי
וועלכע עירפארט איך האב עפעס א געדאנק
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

מיין טאגליכע האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:35 pm
עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:25 pm
איך פארשטיי נישט, וויאזוי פלאנט די עולם צו גיין צום עירפארט?
פארקינג פאר 5 טעג קען דאך קאסטן אן אפוטיקי
וועלכע עירפארט איך האב עפעס א געדאנק
JFK
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:39 pm
מיין טאגליכע האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:35 pm
עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:25 pm
איך פארשטיי נישט, וויאזוי פלאנט די עולם צו גיין צום עירפארט?
פארקינג פאר 5 טעג קען דאך קאסטן אן אפוטיקי
וועלכע עירפארט איך האב עפעס א געדאנק
JFK
SponsoredCheapest Airport Parkinghttps:// www.cheapestairportparking.comJFK Parking $4.90/Day - No Promos or Coupons Required
https://www.googleadservices.com/pagead ... Qx6BAgNEAE
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
אוועטאר
mmm
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 21, 2014 8:57 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmm »

עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:25 pm
איך פארשטיי נישט, וויאזוי פלאנט די עולם צו גיין צום עירפארט?
פארקינג פאר 5 טעג קען דאך קאסטן אן אפוטיקי
לוינט זיך פאר מאנטאג אינדערפרי צי קענען שנעלער אנקומען
עפשטיין בעקעריי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:12 pm
לאקאציע:ב.פ.

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפשטיין בעקעריי »

מיין טאגליכע האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:42 pm
משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:39 pm
מיין טאגליכע האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:35 pm
עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:25 pm
איך פארשטיי נישט, וויאזוי פלאנט די עולם צו גיין צום עירפארט?
פארקינג פאר 5 טעג קען דאך קאסטן אן אפוטיקי
וועלכע עירפארט איך האב עפעס א געדאנק
JFK
SponsoredCheapest Airport Parkinghttps:// www.cheapestairportparking.comJFK Parking $4.90/Day - No Promos or Coupons Required
https://www.googleadservices.com/pagead ... Qx6BAgNEAE
כ'האב איבערגעקוקט אלע לאטס וואס זיי האבן פאר אונטער $90 קיין איינס האט נישט מער ווי א 2 סטאר רעיטינג אויף Google מיט זייער שלעכטע reviews
א קאר סערוויס פון די סיטי איז ארום $100 ביידע וועגן סאו לכאורה איז דאס די בעסטע אפשען
רבותי
גייטס לייקן און די מאסן
viewtopic.php?p=5080355#p5080355
עפשטיין בעקעריי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:12 pm
לאקאציע:ב.פ.

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפשטיין בעקעריי »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:28 pm
עניוואן פארט מארגן און האט פלאץ פאר צוויי חברה?
פון ווי?
רבותי
גייטס לייקן און די מאסן
viewtopic.php?p=5080355#p5080355
עפשטיין בעקעריי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:12 pm
לאקאציע:ב.פ.

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפשטיין בעקעריי »

אחי ורעי





ווי מען הערט צוריק פון די חשובע משתתפי מסע הבונים, זענען די געפילען פון עקסטאז און עקסייטמענט ממש רוישיג, יעדער האט דער זעלבער סארט הרגשה, אז הנה ימים באים, מיר פארן אויף גאר א אויסנאם היסטארישע נסיעה שאין כדוגמתה, אזא חשובער און הערליכער ציבור, אזא מורא'יגע פראגראם, וכו' וכו', שטיינעדיג א מעת לעת צו די מסע הבונים קען דער עולם זיך פשוט נישט דערווארטען צו די הייליגע און געשמאקע פרייליכע טעג ההולכים לקראתינו לשלום!!



די וועד הנסיעה טוט זיך באמת אנטשולדיגען פאר די וואס האבן נאך אין די גאר לעצטע טעג אריינגערופען אין זיך פראבירט מצטרף צו זיין, עס איז פשוט נישט געוועהן מעגליך, נישט נאר איז דער בוני עולם טשארטער פליגער אהנגעפילט יעדע איינציגע פלאץ, נאר אויך האט מען אנגעפילט קלענערע קבוצות אויף אנדערע פליגער'ס און אויך דארט זענען מיר אויסגעלאפן פון פלאץ, מיר האפן אז מען פארשטייט אז מען האט פראבירט עד מקום שידינו מגעת ממש אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן, ואתכם הסליחה!



יעדער האט באקומען א אימעיל פון ללכת מיט א קאנפירמעישאן אויף זיין נסיעה, איך וויל באטאנען אז מען דארף יענע צעטיל נישט מיטברענגען, מען דארף ברענגען נאר דעם פאספארט און מען וועט ביים איינטשעקן ערהאלטן דעם "בארדינג פעסס". אבער בתחנונים בעט מען יעדעם איינעם אהן אויסנאם, ביטע טשעקט יעצט אז דער פאספארט געפינט זיך אין א טאש פון א בגד וואס מען וועט מארגן טראגן אין עירפארט, למנוע עגמת נפש פאר זיך און פאר דער גאנצער ארום כמובן.



איך וויל כופל זיין עטליכע נקודות קצרות וואס ללכת האט געמאלדן אין זייער אימעיל וואס איז וויכטיג צו געדענקען



אונזער פליגער פארט ארויס פון טערמינעל 7



פאר די וואס קומען מיט אייגענע קארס, איז ראטזאם צו פארקן ביי טערמינעל 4 וואס דארט וועט מען אנקומען אויפן וועג צוריק אהיים, די פארקינג פון טערמינעל 7 איז פארמאכט.



מען זאל צו זעהן צו זיין אין עירפארט נישט שפעטער ווי 9:00 אווענט!



נאך טשעק אין און סעקיורטי וועט מען אנקומען צום געיט, ווי דארט וועט סערווירט ווערן א ברייטע נאכטמאל, און עס וועלן זיך שטעלן מנינים מעריב וספירת העומר. עס איז ראטזאם צו האבן מיט זיך א מנחה מעריב'ל. פאר שחרית וועט מען טיילן סידורים אויפן פליגער.



די ערשטע שעה פון דער פלייט וועט מען הערן טרעפליכע רייד פון רבי ישראל שטערן יו"ר הנסיעה, דערנאך וועט מען אויסלעשן די לעקטער און מאכן נאכט, און מען בעט יעדער זאל צוהעלפן אז עס זאל זיין רוהיג און שטיל אפאר שעה, אז דער ציבור זאל זיך קענען אויסרוען.



עס וועלן זיך דערנאך שטעלן מנינים שחרית און דערנאך וועט זיין טעימה, און פארן לאנדען וועט מען דברי הכנה פון הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט"א בעל פרדס הצדיקים.



מען לאנדעט אין די עירפארט אין ריישא וואס פון דארט פארט מען גראד קיין ליזענסק



אגב, אין די פריעדיגע מודעה האט מען געשריבען וואס מען דארף מיטברענגען

יעצט לאמיר שרייבן עטליכע זאכן וואס מען דארף נישט מיטברענגען

ספר תהלים, נעגל וואסער טעפל און שיסעל, נעגל שניידער, שיך פיץ, לעכט, קוויטעל פאפיער.



ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו, ווי מען גייט און שטייט!





ידידכם עוז



יוסף ירמי' ליפשיץ
רבותי
גייטס לייקן און די מאסן
viewtopic.php?p=5080355#p5080355
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:43 am
מיין טאגליכע האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:42 pm
משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:39 pm
מיין טאגליכע האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:35 pm
עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:25 pm
איך פארשטיי נישט, וויאזוי פלאנט די עולם צו גיין צום עירפארט?
פארקינג פאר 5 טעג קען דאך קאסטן אן אפוטיקי
וועלכע עירפארט איך האב עפעס א געדאנק
JFK
SponsoredCheapest Airport Parkinghttps:// www.cheapestairportparking.comJFK Parking $4.90/Day - No Promos or Coupons Required
https://www.googleadservices.com/pagead ... Qx6BAgNEAE
כ'האב איבערגעקוקט אלע לאטס וואס זיי האבן פאר אונטער $90 קיין איינס האט נישט מער ווי א 2 סטאר רעיטינג אויף Google מיט זייער שלעכטע reviews
א קאר סערוויס פון די סיטי איז ארום $100 ביידע וועגן סאו לכאורה איז דאס די בעסטע אפשען
אדער נעם דו טרעיןס'גייט זיין ביליגע.
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”