Re: איפה מושי, איפה שלומי..?
זאגן אז די ישיבה איז שילדיג איז מוראדיג א גוטע אין גערעכטער תריץ, אבער נישט קיין סאלישען.בלויע רעקל האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 16, 2024 7:29 amזייער רירינד...
מ'ברויך געבן פאר די בחורים וואס צו טוהן, די מהלך פון ביז יעצט אז אלע בחורים מוזן גיין פון ישיבה אין איינזיצן פון זעקס צופרי ביז אכטע באנאכט ארבעט נאו-מאר, ווען א בחור גייט ליידיג האט ער גענוג זאכן צו אנפילן זיין צייט, סאיז זייער גרינג היינט צו שאפן מאוויס, אין אפילו ס'גייט ארויס קומען יעדע יאר א נייע יוסעלע בוך מיט באשרייבנוגן פארוואס מאוויס מאכן חרוב די לעבן אין צומישן א מענטש גייט דאס נישט טוישן די פאקט אז ווען בחורים גייען ליידיג איז מאוויס די גרינגסטע וועג ארויס, ביז אכציג יאר צוריק פלעגט זיין די מהלך אז בחורים וואס האבן געהאלטן ביים לערנען האבן געלערנט אין די איבריגע האבן געארבעט! אפשר איז צייט צוריקצוטוישן?!?!
וויינען איז א גערעכטע זאך צו טון.
נאר פארוואס האב איך עס געשריבן, איינס, סתם ארויס צו געבן מיינע ווייטאגען,
צווייטענס, א בחור וואס ליינט דאס, אין איז גערעכט, אין האט הונדערט תריצים צו ארויפלייגן What's app, אין צו קויפן א סמארטפאון, זאל וויסן צו וואס עס קען צוברענגען.
צו ס'גייט אזוי געשען? נישט זיכער.
צו ער גייט קענען לעבן א נארמאלע לעבן מיט א פאון? אויכעט נישט זיכער.
אז א בחור האט כוח צו טראכטן, זאל ער זיך נישט אנהייבן מיט דעם, אויב יא, ווי שפעטער.