ניגוני דזשיקוב
בס"ד
עס זענען שוין דא עטליכע אשכולות איבער ניגוני חצרות בית ראפשיץ אבער קיין אשכול מיוחד פאר ניגוני דזשיקוב איז נאך נישטא. עס וואלט טאקע געווען א געראטענע זאך יא צו האבן, ווארום ניגונים מבית דזשיקוב בפרט מזמן הרה"ק בעל אמרי נועם זי"ע ובנו הרה"ק העטרת ישועה זי"ע און שפעטער זענען מיוחד במינם און זענען אנדערש פון די אלגעמיינע ראפשיצע ניגונים.
אווי רוב רובן פון די ראפשיצער אייניקלעך זענען די דזשיקובע רביים אויכט געווען געבענטשטע בעלי תפלה און בעלי מנגנים, דער הייליגער עטרת ישועה בנוסף צו זיין שטארקע כח התפלה האט ער אויכט מחבר געווען עטליכע ניגונים וואס פון זיי איז געבליבן באקאנט היינט ארום 5.
אין די שפעטערע יארן פונעם אמרי נועם און אזוי אויכט איבער די גאנצע תקופה פון די עטרת ישועה'ס הנהגה, איז געווען דער אויסגערופענער חסיד דער בעל מנגן נפלא ר' שמחה טוביה עדער ע"ה וואס האט פארפאסט פולע ניגונים פאר די דזשיקובער הויף. ר' שמחה טוביה איז מעגליך דער מחבר פונעם וועלטס בארימטן דזשיקובער לכה דודי.
ר' שמחה טוביה האט געהאט 5 קינדער וואס זענען אלע געווען בעלי מנגנים און זיי האבן אנגעפירט די ניגונים און געשטאנען בראש פונעם וועלטס בארימטן כאאר בבית מדרשו של העטרת ישועה, דער כאאר איז באשטאנען געווענליך פון 16 משוררים, און עס זענען דא וואס זאגן אז אין ספעציעלע מאורעות האט דער כאאר געקענט גרייכן צענדליגער צענדליגער בעלי מנגנים.
הרה"ק ר' אשר ישעיה מרימנוב זצ"ל דער יונגסטער זוהן פונעם אמרי נועם, אויף וועם מיר האבן אן אשכול מיוחד איבער זיינע ניגונים , איז געווען א וועלטס פארפאסער ווי באקאנט, בנוסף צו זיינע אויסגערופענע וועלטס ניגונים האט ער אויכט פארפאסט פולע ניגונים אויפן דזשיקובער שניט וואס מען האט געזינגען בבית מדרשו של אחיו העטרת ישועה, ביניהם א לכה דודי (געברענגט אינעם קומענדיגן תגובה)
דער גרויסער וויזשניצער חסיד דער בארימטער מלחין ר' ניסן יוסט הי"ד איז ווי באקאנט אריגינעל געווען א דזשיקובער חסיד און איז אריבערגעגאנגען קיין וויזשניץ נאך די בקשה פונעם אהבת ישראל צו זיין שוואגער דער עטרת ישועה. עס איז נישט באקאנט ניגונים וואס ר' ניסן האט מחבר געווען אין דזשיקוב.
אנדערש ווי זיין טאטע די רבי ר' אליעזר'ל, פון זיינע זוהן דער עטרת ישועה און ר' אשר'ל רימנובער, זיין אייניקל דער אמרי חיים פון וויזשניץ, זיין ברידער ר' משה'לי ראזוואדאווער - האט דער אמרי נועם נישט פארפאסט קיינע ניגונים.

ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!
זרע קודש נצבים
זרע קודש נצבים