הוי דן את כל אדם לכף זכות,

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

הוי דן את כל אדם לכף זכות,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

הוי דן את כל האדם לכף זכות

ניגון פארשטיין(מאטי אילאוויטש)



1) מזל טוב א שידוך געשלאסן,
און ביי דעם לחיים האט זיך ברכות געגאסן,
שוין פון פאראויס אויסגענומען,
און ביידע זייטן צושטומען,
א וויכטיגע ענין אין קבלת שבת,

1) מ'וועט דעם שבת פרי מקבל זיין,
צינדען ליכט נישט אינעם זמן אריין,
כאטש פיפצען מיניט לאנג,
ביפאר עס קלינגט די שבת קלאנג,
וועט זי צינדען לעכט מיט התלהבות,

2) און די ערשטע וואך די נאכט טוט שוין צופאלן,
מיט די לעצטע הכנות צום שבת זיך איילן,
זי לויפט נאך די לעצטע מיניט לכ''ש כאפן א שויער,
אבער ביים ארויסקומען זעהט זי מיט באדויער,

2) זי קוקט זי גלייבט נישט וואס קומט דא פאר,
עפעס שטומט נישט, זאכן זענען נישט קלאר,
זי באטראכט דעם שבת טיש, צו זעה איך עכט,
עס ברענט שוין אויפן טיש די שבת לעכט,

3) ביים סעודה'ס שבת זי איז אינגאנצען צושטאכן,
די מחתנס'טע זעהט און פרעגט, וואס ביסטו צובראכן,
זי ענטפערט מיט א שטיל קול,
וואס זאגן דיר איך זאל,
איך ווייס נישט צו מיר זענען א גוטע שידוך געפלעכט,

3) מיר האבן טאקע צוזאמען א קבלה געמאכט,
צו צינדען פרי לעכט נאך פאר עס ווערט נאכט,
אזוי פיל קען ער נישט פארשטיין,
אז אויב האב איך נישט געטוהן פרי זיין,
וועל איך צינדען די וואך אביסל שפעטער די לעכט,

2) די גאנצע זאל ביים שבע ברכות איז איבער געדרייט,
צו מסביר זיין קיינער פארשטייט,
צום ערשטן מאל צינדען נרות שבת האט זי געווארט,
איר לאזן צינדען וואס האט איהם געארט,

2) אבער דער חתן שנעל כאפט זיך פונעם טעות,
מסביר זיין וועל איך דא-עס,
איך דערמאן זיך יעצט ציריק, ווען-איך,
שטיי ביים לייכטער די קנויטן אפברען-איך,

2) ווען אינמיטן מיין טאטע ביים טיר ערשיינט,
שוין צו גיין אין שוהל, איך האב גארנישט געמיינט,
מיט מיין טאטע געקומען אין שוהל דא'ווענען,
פארגעסן און געלאזט די לעכטלעך ברענען,

3) יעצט פארשטיי איך שוין, טוט די כלה זאגן,
א שאד געוועהן די גאנצע פלאגן און קלאגן,
ווען איך טראכט וועהן פון פריער,
צו דן לכף זכות זיין דיר,
וואלט די צימישעניש נישט געשעהן,

3) טייערע ברידער א לימוד פון די מעשה נעם,
זיי דן לכף זכות נישט קיין חילוק וועם,
פאר די טוסט ציריק א אקט,
וואטש! סקען זיין געוואגט,
די גוטע זייט פון יענעם פרוביר צו זעהן,

2) ווי עס שטייט הוי דן את כל האדם,
לכף זכות אויף א וועג א גראדעם,
ווי סאך שענער דער וועלט וואלט געוועהן געוויס,
ווען מ'איז יעדעם נאר דן לכף זכות,

2) סקען זיין אז ס'מאכט נישט קיין סענס,
אבער אפשר דאך, נעם נישט קיין טשענס,
נישט קיין חילוק צו דער עמך איד, דער רב אדער דער שמש,
זיין כוונה לטובה מסתם-איז.


!א גוטן טאג
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: הוי דן את כל אדם לכף זכות,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

זייער שיין!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”