Re: מה נשתנה קווין פאון?
מיין רב שטיצט די קווין, דארף איך יעצט זוכן א נייע רב? געפעלט מיך דיין נערישע סטעיטמענט.....יצחק אייזיקל האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 8:32 amאיך גיי נישט אריין אין די קווין פאון דיון, אבער יא לגבי דעם ליין וואס דו שרייבסט.אותות ומופתים האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 21, 2024 3:05 amאון די איינציגסטעעצה איז צו פאקוסן אויפן חלק פון פילטערונג - עפעס וואס איז גענוי וואס די גדולי ישראל האבן מעיקרא אוועק געשטעלט די מערכה דערויף עד שבאו וכו'.
אלע גדולי ישראל האבן אייניג פארדאמט סמארטפאונס, אינטערנעט איז געווען א פראבלעם, און סמארטפאונס אויך איינמאל געפילטערטע סאשעל מידיע האט אויך אנגעהויבן מאכן חורבנות, דאס האט זיך אנגעהויבן בערך 2 יאר נאך די כינוס כלל ישראל.
איך געדענק ווען האדמור מבאבוב האט אין יאר תשע"ד פארבאטן אריינצוברענגען סמארטפאונס אין ביהמ"ד, ער איז אויפגעקומען מיט די 2 סעלפאון לעזונג, און אין דעם זעלבן יאר האט באבוב 45 נישט אריינגעלאזט אין די מוסדות איינער וואס האט א סמארטפאון. אין אנדערע קהילות האט זיך עס טאקע אנגעהויבן שפעטער. נישט אלע האבן עס גענצליך פארבאטן, אבער אלע האבן דאס אראפגעריסן.
דיין תגובה (און אסאך אנדערע תגובות אין דעם אשכול) מאכן מיך קוקן אין א געוויסע ריכטונג, אז די קווין שטיצערזענען בעצם אזעלכע וואס זעען נאכנישט קיין פראבלעם מיטן סמארטפאונס בכלל; השערה בעלמא.
מיין רב איז סאטמאר רב און לונדון קהילת מהרז"ל.