Re: היי יאר זומער אין שטאט זאלן אלע כיתות פון ת״ת/מיידל שולע בלייבן אפען!!
יא יא איך ווייס פון דעם, איך בין נישט היינט געבוירען...השקפה ברורה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:41 pmא באקאנטע וועג פון זיך ארויסדרייען.אושר עד האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:23 pmאנשטאט שרייבען אויף אייועלט, הייב אויף א טעלפאן און רוף אן די הנהלה פון די מוסדות ווי די שיקסט. און דריי אן אז מען זאל רופן און פארפירען וועגן דעם צו די הנהלת המוסדות, די רבי רב דיין וכו'
איך געדענק אמאל איז געווען עפעס אן אישו אין מיינע קינדערס מוסדות, די עולם האט פארפירט וכו' איך האב אנגערופען די מנהל, זאגט ער מיר אז איך בין די ערשטע וואס רופט אריין אויף די צד...
בין איך נאכדעם ארומגעגאנגען צו די אלע וואס האבן פארפירט צוזאמען מיט מיר, פרעגן צו איינער האט אפשר גערופען און די תירוץ איז געווען ניין. און ווען איך האב געבעטן אז מען זאל רופן האט יעדער זיך ארויסגעדרייט.
מען דארף פארשטיין, יעדער וואס איז אין הנהלה ארבעט שווער. און צו טוישען א סטאטוס קווא איז גאר גאר שווער. סא ווילאנג א מענטש באקומט נישט פרעשור וועט ער זיך אליינס איינרעדן אז די עולם איז נישט אינטערסירט. און עס איז אזוי ביי יעדע ציבורישע אדער מוסד ענין.