א שטאנדהאפטיגע גרונד! (פרשן הפרשה)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

א שטאנדהאפטיגע גרונד! (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

פרשן הפרשה - פרשת אמור


א שנעלע איבערזיכט אויף נחי'ס היסטאריע צייגט אז ער איז שכל געבענטשט. פון אייביג אן איז נחי געווען קליגער פון אלעמען.

אלס קליין בחור'ל פון קוים דרייצן יאר האט ער שוין פארשטאנען צו פאליטיק בעסער ווי די גרויסע און אלט געזעסענע מידיע לייט פון די נייעס סטאנציעס, מיט א שורה צוויי האט ער אפגעוואנדן זייערע רייד און זיי גענצליך צונישט געלייגט. ''א שאד נאר אז זיי זענען נישט גרייט מיר צו דעבאטירן אין די עפענטליכקייט'', האט נחי זיך אויסגערעדט צו זיינע חברים ווען אן אנטוישטע מינע שוועבט אויף זיינע באקן. עס וואלט זיך זיכער גע'ענדיגט מיט א קלארע געווינס פאר נחי.

ווערנדיג עלטער האט נחי זיך אריינגעלייגט און וויסנשאפט, אסטראנאמיע, ארכעלאגיע, ביילאגיע און בעיקר אין די חכמה פון בויען - ארכיטעקטור. אויך דארט האט אים זיינע שנעל דרייענדע מוח צעלן שטארק ארויסגעהאלפן און ביז א קורצע צייט אפשניט האט ער שוין איינגעפאקט די גרויסע פראפעסארן איןדעם געביט. זיינע חברים זענען געשטאנען ארום אים געשפאנט און פלעגן אויסנאגן מיט הונגער יעדער ביינדל פון זיין חכמה קוואל.

ווען נחי איז געווען אכצן מיט א טאג איז ער צוכאפט געווארן פון די פאליצעס און איז בשטו''מ א חתן געווארן. אלע האבן אייניג פאראויסגעשאצט אז נחי גייט ווערן א קאנטרעקטור, די דשאב איז ווי גאגאסן פאר אים. און טאקע ער האט זיי נישט אנטוישט.

ביז א וואך נאך די חתונה האט מען אים שוין געקענט זען זיך דרייען אויף די גאסן מיט שמאלע הויזן און געלן העלמעט ארויפגעהאנגען אויפן וואקלדיגן קאפ זיינער. ער האט ארויפגעקלעפט א גרויסן פאפיר אויף זיין וויהעקל מיטן אויפשריפט - ''נחי'ס שיינע געביידעס'' און היידע, די ביזנעס איז אריין אין אפעקט.

ווען איינע פון זיינע חברים האבן אים א פרעג געטון אויב ער האט זיך געלערנט קאנטרעקטינג איידער ער האט זיך אריינגעיעגט אינעם ליין האט נחי דאס אנגענומען ווי א באליידיגונג, ''זאלן זיי זיך לערנען פון מיר'' האט ער געזאגט מיט אן איבערוויגנדע שטאלץ-שמייכל אויפן פנים.

נחי'ס ערשטע דשאב איז געווען גאר קאמפלעצירט. איינער האט אנגעבאטן צו בויען א גרויסע געביידע פאר קאמערציאלן באניץ. אבער אנדערש ווי געווענטליך ווען מען בויעט א געביידע וואס דאן איז די צווייטע שטאק גראד העכער די ערשטע שטאק און באזיצט די זעלבע שטח ווי די ערשטע איז דא די ערשטע שטאק געווען שמעלער און הערשט ביים צווייטן שטאק האט עס געדארפט זיך אויסברייטערן מער, עדליך צו א הויקער.

נחי האט אינוועסטירט לאנגע נעכט זיך צו גרייטן פאר דעם דשאב. יעדער נאכט איז ערשינען א פרישע טוץ פון לויזיגע סטאטוס'ן ווי נחי איז געזעסן מיט זיין שיינעדיגן נאז און מסביר מיט געשמאקע חשבונות און פארפלאנטערטע ענגליש ווערטער די טיפע באגריפן פון קאנטרעקטינג. ''מענטשן מיינען אז דאס קומט צו פיס'' זאגט נחי צו זיינע געציילטע צוהערער, ''עס איז נישט אזוי, מען דארף דאס ארויסהאבן''. ער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס זיין באזע פון צוהערער האלט זיך אין איין פארשמעלערן.

קוים עטליכע טעג אריין אין נחי'ס בוי פראיעקט איז די שטאט אויפגעציטערט געווארן. מאסיוו הויכע גערוישן האבן זיך געהערט אינעם גאנצן אומגעגנט ממש ווי א באמבע אויפרייס און א וואלקן פון שטויב האט זיך באזעצט אויף יעדן פלאכן ארט. עפעס איז נישט אין טאקט ביי נחי'ס קאנסטרוקציע זאנע.

נחי איז געקומען צו לויפן אין איין אטעם און עס האט אים שיעור נישט געקאסט די הויזן זיינער. וואס גייט דא פאר?! האט ער געשריגן מיט בייז בלוט. קיינער האט אים נישט געדארפט ענטפערן, די מציאות האט גערעדט פון זיך אליינס. די גאנצע צווייטע שטאק וועלכע איז געווען געבויעט אויף נחי'ס היימישע פאטענטן און פיליזאפישע טעאריעס איז זיך געגאנגען שלאפן און האט זיך אראפגעגליטשט אויף די ארומיגע הייזער אנזייענדיג כאאס. שטיקער שטאל און אנדערע ברוכווארג האבן פארמירט א בארג אופן גאס ווען איר שפיץ איז העכער ווי די עוורעסט בארג פון נעפאל'. בלינקעדיגע לעמפעלעך האבן זיך דערנענטערט אין אן אנדייטונג פאר נחי צו הייבן פיס. און אזוי האט ער געטון.

***

שטייט די וואך אין פרשה. ''אמור ואמרת''. זאגט רש''י - להזהיר גדולים על הקטנים.

בדרך רמז קען מען דאס זעצן אביסל אנדערש: להזהיר, גדולים על הקטנים. טייטש - להזהיר, זייט געווארענט, גדולים על הקטנים, די גרויסע זאכן קענען נאר קומען נאך די קליינע.

צו ערשט דארף מען בויען פעסטע יסודות און הערשט דאן קען מען זיך רוקן צו העכערע מדרגות. אויב איז די הויכע זאכן נישט געבויעט אויף קיין פעסטן גרונד וועט דאס צוזאמפאלן ווי נחי'ס סטראקטורן. עס וועט נישט האבן קיין קיום. וויכטיג צו געדענקען.

***

לאמיר אבער נישט פארגעסן די פשוט פשט אין רש''י. פשוט פשט מיינט דאס אז די עלטערע זאלן ווארענען די אינגערע. על אף דאס איז עפעס וואס אין די היינטיגע ליבאראלע וועלט הערט זיך דאס ווי דיקטאטורשאפט, וואס הייסט, ווער האט דיר געפרעגט?! אבער די תורה האט זיך נישט געשראקן פון די טענות.

נאך מער, שטודיעס באזירט אויף סטאטיסטיקס צייגן אז 'מיינד יאר אוען ביזנעס' איז פון די מערסט באניצטע סלאגאנען ביי בחורים און ישיבה. וואס די ראש ישיה מגי''ש אדער חבר זאגט און עס שמעקט נישט זאגט דאס.

ווען מען ווערט אביסל עלטער ווערט עס פארטוישט מער צו אזא 'ליוו ענד לעט ליוו' סטייל, דאס טייטש - לעב און לאז אנדערע לעבן, מיש דיך נישט אריין.

אבער די תורה זאגט אונז אנדערש. יא, עס איז די אחריות פון די עלטערע צו זאגן מוסר פאר די אינגערע. ווען די זיידע און שוהל זאגט דיר צו זיין שטיל ביים דאווענען אדער ארויסצולייגן דיין טלית אויפן קאפ דארפסטו נישט אנהייבן צו שימפן און בלאזן, ניין, בייג דיר די קאפ און הער אויס. דאס איז זיין פליכט.

***
און נאך א פשט…
להזהיר גדולים, וויאזוי קען מען זיך באווארענען אויף די גרויסע זאכן, על הקטנים. דורכן פארזיכערן די קליינע זאכן. די יצר איז נישט קיין נאר, ער ווייסט ווי אזוי צו האנדלען אפי' מיטן חשובסט'ן אינגערמאן, ער האט זיך זיין סטראטעגיע.

קודם הייבט אן מיט חסידישע מנהגים, זאגנדיג אז אויף די זאכן ברויך מען נישט אזוי שטארק מקפיד זיין. דערנאך רוקט ער זיך אריבער צו די לייכטע דרבנן'ס (נישטא אזא זאך) און הערשט דאן די דאורייתא'ס. די מעטאד דאס צו באקעמפן איז דורכן אראפ שטעלן א פיס גלייך און אנהייב און נישט אפטרעטן פון די דעפענסיווע ליניעס אויף קיין שום פאל!

די וועג צו האלטן א קאר אין א גוטע צושטאנד איז דורכן זיכער מאכן אז אלע טיילן פון דעם קאר ארבעטן און אפערירן ווי עס באדארף. אויב לאזט מען נאך דאס און יענץ טרעפט מען זיך מיטאמאל מיט ראסטיגע וואגאן וועלכע פארט נישט גוט. די זעלבע איז מיט א מענטש. אויב וויל מען בלייבן ערליך און אפגעהיטן מוז מען זיך באהיטן פון די קליינע זאכן ווייל דאס ברענגט צו צו די גרויסע.

ווען רודי דזשיליאני איז געווארן איינגעשוואירן אלס מעיאר פון ניו יארק סיטי אין יארע 1993 איז די סיטי געווען א דשונגעל פון פארברעכנס. די ווילדע און ברוטאלע מאפיע גרופעס האבן געהערשט איבער די גאסן מיט אן אייזערנע פויסט און אלע האבן פון זיי געציטערט. פייער אויסטוישן איבער די גאסן פונעם סיטי איז געווען א נארמע און די מאפיע פירער האבן געהאט די לעצטע ווארט איבער וואס זאל יא אדער נישט פאסירן אין דעם סיטי.

דזשיליאני וועלכע איז געווען א הארטער מאן און א שטייפע פירער האט באשלאסן צו ברענגען א סוף דערצו. די טעכניק זיינער וואס ער האט אינפאסירט איבער ניו יארק האט זיך גערופן 'זירא טאלאראנץ', דאס הייסט אז אויף יעדער מינדערוויכטיגע פארברעך האט מען געהאט אויסצושטיין די פולסן חומר הדין.

בלויז צו קאלירן א סאבוועי וואגאן מיט גראפיטי איז גענוג געווען צו ארעסטירט ווערן. די לאגיק דערונטער איז אז קליינע פארברעכנס דערקייקלען זיך צו גרויסע און אויב האקט מען אפ די געפאר ווען עס איז נאך קליין ווערט מען באהיטן פון די גרויסע.

אט אזוי האט מען צוריק געשטעלט ארדענונג איבער די גאסן פון ניו יארק און אזוי ברויך מען האלטן סדר ביי זיך אין הארץ, מען לאזט נישט דורך קיין קליינע פארברעכענס אזוי וועט מען נישט צוקומען צו קיין גרויסע….

***
און שוין. גוט שבת!!!



פאר הערות און קאמענטארן אדער זיך ארויסצוסיינען אצו באקומען דעם גליון אויף אימעיל שיקט אריין צו: [email protected]
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום פרייטאג מאי 17, 2024 3:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: א שטאנדהאפטיגע גרונד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

Untitled document.pdf
(55.18 KiB) געווארן דאונלאודעד 8 מאל
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: א שטאנדהאפטיגע גרונד! (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

כדרכו בקודש האט דער בוטשער צוגעשטעלט די וואך פין א פיינעם קוואליטעט
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
פליסיגע טינט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 2:28 pm

Re: א שטאנדהאפטיגע גרונד! (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליסיגע טינט »

ביזטזעכער? האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:26 pm
כדרכו בקודש האט דער בוטשער צוגעשטעלט די וואך פין א פיינעם קוואליטעט
יאפ טאקע עפעס ספעציעל.
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: א שטאנדהאפטיגע גרונד! (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »



זייער שטארק!

ש'כח פאר'ן אונז מהנה זיין וואך איין וואך אויס.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א שטאנדהאפטיגע גרונד! (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

ייש"כ הרב בוטשער פאר די פרישע ווארע. שטייף אמת יעדעס ווארט. (אפילו סציפט אביסל)

בד"וו אויב ווילסטו מסבירן וויאזוי די גאסן האבן אויסגעקוקט אונטער דינקינס, קענסטו זאגן אז מ'זאל ארויסקוקן פון פענסטער...
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: א שטאנדהאפטיגע גרונד! (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

א שטאנדהאפטיגער ארטיקל מיט א שטארקע גרונד!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: א שטאנדהאפטיגע גרונד! (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

אן אייניקל האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 11:32 pm
ייש"כ הרב בוטשער פאר די פרישע ווארע. שטייף אמת יעדעס ווארט. (אפילו סציפט אביסל)

בד"וו אויב ווילסטו מסבירן וויאזוי די גאסן האבן אויסגעקוקט אונטער דינקינס, קענסטו זאגן אז מ'זאל ארויסקוקן פון פענסטער...
אידעך עס נישט אזוי געפערליך

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א שטאנדהאפטיגע גרונד! (פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

קהילת יקנה''ז האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 9:46 am
אן אייניקל האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 11:32 pm
ייש"כ הרב בוטשער פאר די פרישע ווארע. שטייף אמת יעדעס ווארט. (אפילו סציפט אביסל)

בד"וו אויב ווילסטו מסבירן וויאזוי די גאסן האבן אויסגעקוקט אונטער דינקינס, קענסטו זאגן אז מ'זאל ארויסקוקן פון פענסטער...
אידעך עס נישט אזוי געפערליך
מ'רעדט פון די סיטי..
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”