לאמיר זיין דורכזיכטיג.....
לאמיר עס צולייגן אביסל:
געווען איז עס איין טאג אינדערפרי, כ'געב מיך א כאפ אויף, אבער היינט אנדערש ווי געווענליך איז שוין געווען אביסל צו שפעט זינט איך דארף זיין שוין 10 אזייגער אין אפיס, און דא זעה איך מיך ארום קוואדער נאך צעהן נאך מיט פארקלעבטע אויגן,
אן טראכטן צוויי לויף איך ארויס פונדערהיים מיט ציקנייטשטע פיאות מיט אפענע שיך בענדל, און איך לויף אריין אין מקוה אינעם נענטסטן ס'מעדרש, און 5 מינוט שפעטער זיך שוין געזען צוריק די אנדערע זייט פונעם שטאלענעם דלת, א קאווע העט זיין מארגן מערצאשעם,
אבער דא קומט צו צו מיר א איד, גראדע נאך א חבר פון ישיבה קטנה, ער קומט צו מיט זיין געשמאק נאך ווי אמאל און הייבט אן רעדן מיטן פילסטן מאס רואיגקייט ווי כאילו ער האט עפעס א דיעל מיטן זייגער אז ס'זאל זיך גיין אפרוען פאר אפאר שעה,
און אזוי שטיי מיר דארט שוין פאר א גוטע האלבע שעה און כ'זעה נישט קיין וועג ארויס, און דער שטייט און רעדט מיט אייפער אן קיין שום צייכענעס פון א ענדע, און מיין בלוט דרוק האלט שוין ממש פאר א קראך,
איי כ'קען אים דאך זאגן אז איך האב א דזשאב און איך יאג מיך געפערליך סאוי פראביר צו מקצר זיין, אבער כ'ווייס נישט פארוואס איך קען מיך עפעס נישט אויס דריקן וואס כ'וויל זאגן, און די ווערטער קומען פשוט נישט ארויס פון מויל, פשוט כ'האב מורא אז ער זאל זיך נישט באליידיגן...
יעצט לאמיר צוגיין צום פאוינט, וואס כ'זיך שוין לאנג צו ארויסברענגען, מילא לאמיר דיר זאגן חבר טייערע,
איך האב זייער ליב צו שמועסן מיט דיך:
"ווען כ'האב צייט"
כ'האב זייער ליב צו הערן דיין מיינונג:
"ווען דו זאגסט עס מיט א רואיגן וועליום"
דו ביסט זייער געשמאק:
"אבער שטייטצעך מיט א לימיט.."
און ווען כ'זאג דיך אז דיין צווייטן קנעפל (הנקרא: מקוה קנעפל) איז אפן, איז עס נישט ווייל כ'וויל חוזק מאכן:
"נאר ס'איז א זאך וואס באלאנגט פארמאכט"
"און ווען דיין הוט איז ארום געדרייט דארפסטו נישט בלאשן ווען כ'קום עס פיקסן"
און די זעלבע זאך אויך ווען איך אדער דו יאגן זיך, איז נישט מער ווי נארמאל צו זאגן קלאר: חביבי! איך יאג מיך אביסל, סאו"י מיר וועלן רעדן אנאנדער'ס מאל,
די געדאנק איז, זיי אפן!
ס'איז העכסט צייט אראפ צו ברענגען אונזער אזוי גערופענע "איגאו"י", און זיין אביסל אפן סיי מיט זיך און סיי מיט א צווייטען,
וויפיל רויטע פענימער און וויפיל אומבאקוועמע שמועסן, וואלטן געקענט פארמיטן ווערן, ווען אונז וואלט מיר ווען געווען אביסל מער דורכזיכטיג פאר א צווייטען, און בעיקר פאר זיך!!