וויכטיגע מעלדונג: מוצ"ש ארום 12:00 וועט מען ארבעטן אויף די סייט סערווער צו פארזיכערן די סעקיוריטי, עס וועט מעגליך זיין אויסגעלאשן פאר קורצע צייטן, א דאנק, מיט פארשטענדעניש.

אנאליז אויף די איראנער פרעזידענטליכער העליקאפטער קראך

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: אנאליז אויף די איראנער פרעזידענטליכער העליקאפטער קראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

לדעתי, אויב זענען עס געווען די איזראעליס האבן זיי עס נאר געטוהן כדי צי שיפטן די פאוקוס פון איראן און פון די גאנצע וועלט... ווייל ווי @גרעיט עיגען האט שוין ערווענט איז ער בלויז אן אפיציעלע פאפעט אן קיין שום מאכט. און נישט ווי למשל קאסים סולעימאני וועלכער האט געהאט די לעצטע ווארט אין די איראנע מיליטער, וועמען עס איז ווי באקאנט געווען אסאך שווערער צי הרגנ'ן.
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: אנאליז אויף די איראנער פרעזידענטליכער העליקאפטער קראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

איראן איז אלץ געווען און גייט בלייבן א צעפארענע לאנד צוליב זייער קולטור. אין דער פרעזידענט פארט אלץ אן בודק זיין די וועטער.

די ליסטע פון אמעריקאנע געקראכטע העליקאפטערס איז גאר גרויס.
חיריק שר הפארברענגען!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנאליז אויף די איראנער פרעזידענטליכער העליקאפטער קראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גרעיט עיגען האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 9:53 pm
פרעזידענט איז דארטן נישט מער ווי עפעס א פאפעט וואס האט נישט קיין עכטע מאכט
אין הכא נמי אז פרעזידענט איז נישט מי יודע וועלכע פאזיציע, אבער רייסי איז נישט נאר געווען פרעזידענט, ער איז געווען א גרויסער ביי די רעליגיעזע עכטע בעלי בתים, פילייכט אפילו דער סאמע טאפ.




זעה איך אז דער אנדערער ערנסטער קאנדידאט איבערצונעמען דעם אייאטאלע איז דער זון זיינער, וואס איז יעצט אביסל שווער צו זעהן געשען זינט עס וועט זיך נישט גוט שפירן און חשדות וועלן פליען, ממילא איז יעצט דא אן ערנסטע אינטערנעל מצב וועם מען זאל שטעלן נעקסט אין די ליניע.


אויב דער זון נעמט טאקע איבער, מיינט עס אז איראן ווערט דע פאקטע א ירושה סארט מלוכה, א שטייגער טאקע ווי צפון קארעע.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”