קומט איר פון א געטליכע שטוב??
בין איך געווארן נייגעריג וויפיל אידן אויף אייוועלט קומען פון אזעלכע שטובער, ביטע נאר שטומען די עכטע תירוץ און מיט איין ניק.
גאמאן אייניקל האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 21, 2024 1:22 amגעוועלט בטעות אויף יא. אבער איך בין מוסר מודעה אז ס'איז געווען א טעות, און זיי זאלן ווייטער לעבן גליקליך אינאיינעם ביז משיחס טאג
דאס איז הערשט א געטליך שטוב.. שכינה שרויה ביניהם..אן אייניקל האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 21, 2024 1:22 amגעוועלט בטעות אויף יא. אבער איך בין מוסר מודעה אז ס'איז געווען א טעות, און זיי זאלן ווייטער לעבן גליקליך אינאיינעם ביז משיחס טאג
בין איך שוין אינגאנצען צומישט
וואס איז דא צו ווערן צומישטהדעה והכתיבה האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 21, 2024 6:29 pmבין איך שוין אינגאנצען צומישט
איך ווייס שוין נישט וועלכע תגובה אנצונעמען פאר עכט
איך האף נאר אז ס'גייט נישט אזוי ווייט אז דעי תגובה איז אן עפעקט פין דיין דורוכגאנג ה"י
אנטשולדיגט אויב ס'איז ווייטאגליך,דיין תגובה האט מיר געברענגט א פיזור הנפש אז איך מוז זיך אויסקלארען
נאך אלס נישט אויסגעזאגט?
וואף ביסטו הייליג גערעכט האסט מיר ממש ארויסגענימען די ווערטער פון מוילאיוואן ראזענבערג האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 04, 2024 2:19 pmאיך ווייס נישט אויב דא איז די ריכטיגע פלאץ, אבער גייט מיך נישט אן... איך בין אויפגעוואקסן אין די געטויס (גט-הויז) און ברוך השם, היינט אלץ אן ערוואקסענער און איינער וואס רעדט צו אסאך קינדער, ווי אויך עלטערן וואס זענען ליידער אריינגעדרייט אין די פיינפולע סארט סיטואציע, פיל איך אז איך האב וויכטיגס צו זאגן.
נו איוואן, וואס ווילסטו זאגן? איז אזוי: איך וויל אביסל אויפקלערן דעם עולם, וואס דאס מיינט פאר א קינד באופן כללי אין יעדע אזא געשעעניש.
יעדער וואס האט דאס דורכגעלעבט, האט א ים מיט געשיכטעס און דורכגענג וואס ער קען דערציילן (אדער "פארגעסט" מען, והמבין יבין) אבער איין צד השווה וואס אלע האבן.
און דאס ארויסצוברענגען, דארף מען אביסל ערקלערן די אנדערע זייט, וואס פאסירט מיט א געווענטליכע שטוב. (באמערקונג: ספעציעל נישט געשריבן "נארמאלע" שטוב ודי) אין אלגעמיין קען מען קוקן אויף עלטערן, ווי די ערד אויף וואס קינדער וואקסן, האלב איז די טאטע האלב איז די מאמע. אסאך קינדער האבן פראבלעמאטישע עלטערן טאקע, אבער ווילאנג די צוויי שטייען אונטער די פיס, איז דא בסיס (בּעיס בלע''ז) אויף וואס דאס קינד קען וואקסן. חלילה וחס, אויב גייט איינס פון זיי פון דער וועלט, איז עס א געוואלדיגע פיין פאר דעם קינד. ס'ווערט שווער פאר אים זיך צו קענען באלאנסירן, האלב פון זיין ערד פעלט אים. אסאך מאל וועט דער אנדערע האלב ערד ווערן שטערקער און גרעסער, אסאך מאל וועלן אריינקומען אנדערע מענטשן און העלפן אונטער האלטן דעם קינד, זיכער אז ער גייט פאלן אביסל, אבער מ'קען אים געבן א הייב אונטער, און צוריק ארויף. (איך מאך חלילה נישט אוועק די שוועריגקייט פון יתמות, איך פראביר נאר צו מסבר זיין דעם אויער, אויף די ענין פון קינדער פון אזעכע שטובער. וואס דרך אגב, איז נאכנישט דא קיין ריכטיגע נאמען דערפאר.)
יעצט, ווען עלטערן צוטיילן זיך, קענט איר שוין אליין אויספירן, די צוויי שטיקלעך ערד אונטער דעם קינד, מאכן אן ערדציטערניש..... ער הייבט אן פאלן אביסל, און די ערד צוהאקט אים ווייטער, וויפיל ער פראבירט זיך אויפצוהייבן, קומען די שטיקלעך וואס דארפן אים האלטן, און צוזעצן אים מער און מער..... וואס עס פאסירט אין דעם פאל, קען מען ליידער זען זייער קלאר אויף אלע קינדער ווי מיר, וואס קומען פון צוטיילטע שטובער. אונז האבן נישט קיין בּעיס אויף וואס צו שטיין.... ווען איינער פרעגט מיר אין בית המדרש א פשוטע ''ווער איז דיין טאטע'' קען איך זיך גלייך פאררויטלען פון די פיינפולע מחשבות וואס די פראגע ברענגט מיט זיך.
(יענער אוודאי מיינט גוטס, ער וויל עפענען א שמועס, זיין ''נייס'' וכו')
יעדע מענטש וואס איר זעט, וואס קומט פון אזא שטוב, זאלט איר קלאר וויסן, אונז האמיר זיך אליין געבויעט, אונז האמיר געבראכן ווענט און באנעצט קושענעס אנצוקומען ווי אונז זענען, ווייל קיינער האט אונז נישט פארשטאנען און זיכער נישט אונטער געהאלטן און עכט געשטופט אונזער סוקסעס אין די יארן וואס א מענטש דארף עס די וויכטיגסטע!
נ.ב. לאזט וויסן אויב די זאכן זענען אינטערעסאנט פאר די ליינער, עס איז דא אסאך נושאים וואס קענען נאך ווערן אויסגעשמועס, לדוגמא פארוואס יתומים, עניים אדער קראנקע איז אסאך גרינגער, (און מענטשן זענען מער וויליג) צו העלפן, אבער בני גרושים איז דא א נאטורליכע אפהאלט, אדער וואס די ארגענעזאציע לב לילד טוט אויף פאר אזעלכע סארט קינדער... וכו'
א דאנק. בס''ד קומענדיגע וואך, וועט מען אריין טאנצן אין נאך פונקטן, וואס איז נאכנישט דא עווערנעס ביים היימישן ציבור, ווען ס'קומט צו בני גרושים.על ההרים והגבעות האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:40 amוואף ביסטו הייליג גערעכט האסט מיר ממש ארויסגענימען די ווערטער פון מוילאיוואן ראזענבערג האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 04, 2024 2:19 pmאיך ווייס נישט אויב דא איז די ריכטיגע פלאץ, אבער גייט מיך נישט אן... איך בין אויפגעוואקסן אין די געטויס (גט-הויז) און ברוך השם, היינט אלץ אן ערוואקסענער און איינער וואס רעדט צו אסאך קינדער, ווי אויך עלטערן וואס זענען ליידער אריינגעדרייט אין די פיינפולע סארט סיטואציע, פיל איך אז איך האב וויכטיגס צו זאגן.
נו איוואן, וואס ווילסטו זאגן? איז אזוי: איך וויל אביסל אויפקלערן דעם עולם, וואס דאס מיינט פאר א קינד באופן כללי אין יעדע אזא געשעעניש.
יעדער וואס האט דאס דורכגעלעבט, האט א ים מיט געשיכטעס און דורכגענג וואס ער קען דערציילן (אדער "פארגעסט" מען, והמבין יבין) אבער איין צד השווה וואס אלע האבן.
און דאס ארויסצוברענגען, דארף מען אביסל ערקלערן די אנדערע זייט, וואס פאסירט מיט א געווענטליכע שטוב. (באמערקונג: ספעציעל נישט געשריבן "נארמאלע" שטוב ודי) אין אלגעמיין קען מען קוקן אויף עלטערן, ווי די ערד אויף וואס קינדער וואקסן, האלב איז די טאטע האלב איז די מאמע. אסאך קינדער האבן פראבלעמאטישע עלטערן טאקע, אבער ווילאנג די צוויי שטייען אונטער די פיס, איז דא בסיס (בּעיס בלע''ז) אויף וואס דאס קינד קען וואקסן. חלילה וחס, אויב גייט איינס פון זיי פון דער וועלט, איז עס א געוואלדיגע פיין פאר דעם קינד. ס'ווערט שווער פאר אים זיך צו קענען באלאנסירן, האלב פון זיין ערד פעלט אים. אסאך מאל וועט דער אנדערע האלב ערד ווערן שטערקער און גרעסער, אסאך מאל וועלן אריינקומען אנדערע מענטשן און העלפן אונטער האלטן דעם קינד, זיכער אז ער גייט פאלן אביסל, אבער מ'קען אים געבן א הייב אונטער, און צוריק ארויף. (איך מאך חלילה נישט אוועק די שוועריגקייט פון יתמות, איך פראביר נאר צו מסבר זיין דעם אויער, אויף די ענין פון קינדער פון אזעכע שטובער. וואס דרך אגב, איז נאכנישט דא קיין ריכטיגע נאמען דערפאר.)
יעצט, ווען עלטערן צוטיילן זיך, קענט איר שוין אליין אויספירן, די צוויי שטיקלעך ערד אונטער דעם קינד, מאכן אן ערדציטערניש..... ער הייבט אן פאלן אביסל, און די ערד צוהאקט אים ווייטער, וויפיל ער פראבירט זיך אויפצוהייבן, קומען די שטיקלעך וואס דארפן אים האלטן, און צוזעצן אים מער און מער..... וואס עס פאסירט אין דעם פאל, קען מען ליידער זען זייער קלאר אויף אלע קינדער ווי מיר, וואס קומען פון צוטיילטע שטובער. אונז האבן נישט קיין בּעיס אויף וואס צו שטיין.... ווען איינער פרעגט מיר אין בית המדרש א פשוטע ''ווער איז דיין טאטע'' קען איך זיך גלייך פאררויטלען פון די פיינפולע מחשבות וואס די פראגע ברענגט מיט זיך.
(יענער אוודאי מיינט גוטס, ער וויל עפענען א שמועס, זיין ''נייס'' וכו')
יעדע מענטש וואס איר זעט, וואס קומט פון אזא שטוב, זאלט איר קלאר וויסן, אונז האמיר זיך אליין געבויעט, אונז האמיר געבראכן ווענט און באנעצט קושענעס אנצוקומען ווי אונז זענען, ווייל קיינער האט אונז נישט פארשטאנען און זיכער נישט אונטער געהאלטן און עכט געשטופט אונזער סוקסעס אין די יארן וואס א מענטש דארף עס די וויכטיגסטע!
נ.ב. לאזט וויסן אויב די זאכן זענען אינטערעסאנט פאר די ליינער, עס איז דא אסאך נושאים וואס קענען נאך ווערן אויסגעשמועס, לדוגמא פארוואס יתומים, עניים אדער קראנקע איז אסאך גרינגער, (און מענטשן זענען מער וויליג) צו העלפן, אבער בני גרושים איז דא א נאטורליכע אפהאלט, אדער וואס די ארגענעזאציע לב לילד טוט אויף פאר אזעלכע סארט קינדער... וכו'
זיי ממשיך ווייל דו האסט עס ארויס אויף א נעקסט לעוועל