א געדאנק'ל
די תאווה האט זיך צעפלאקערט אין'עם, און אן קיין איבעריגע צעגערנישן האט ער זיך גענומען ארבעטן פלייסיג עס צו ערהאלטן, אבער אן ערפאלג.
בין איך גרויסע טאטע געשטאנען אין די זייט און געקלערט צו מיר: צדיק'ל וואס מוטשעסטו דיך אזוי? זעסט'עך טאטי'ן שטיין דא, פארוואס בעטסטו אים נישט?!, וועסט עס נאך באקומען אנע שום אנשטרענגונג מצידך!
צי האסטו מורא אז איך גיי דיר עס נישט לאזן האבן? - שפין איך ווייטער מיינע געדאנקען, נו וואס מיינסטו, איך קען דיר עס צונעמען ווען עס ליגט שוין אין דיינע הענטעלעך אויך!...
והנמשל מובן מאליו