רבי יצחק אייזיק טויב מקאלוב זי"ע - ז' אדר ב' תקפ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

כבוד הרב
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

פלאחותיך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 1:51 am
אפשר איז דא איינער וואס קען מיר ארויסהעלפן, מיר האבן מקובל אין משפחה אז מיר זענען אייניקלעך פון הרה"ק ר' אייזיק'ל קאלוב'ער, איינס פון די עלטערע אייניקלעך הר"ר דוב לעגמאן ע"ה ברענגט עס אויך אין א בריוו (וכשלמדתי במארגרעטען היה שם הראזלער רבי ז"ל והוא אמר לי כי אני נכד של הרב מקאלוב זי"ע),
ווי אויך האט האדמור מקאלוב א"י געזאגט פאר אנדערע בני המשפחה אז ער געדענקט אויך אזוי אבער ער איז נישט זיכער געווען פונקטליך ווי אזוי, אין די משפחה האט מען געוויסט אז עס איז דורך די באבע אשת מו"ה דוב בער האלצער ז"ל מפערעטשין (מו"ץ בשאמלויא, תלמיד חתם סופר, ור'הילל ל"ש מקולומיה)
יעצט איז אזוי,
1) זיין זיוויג ראשון איז געווען מרת חי חוה אסתר בת הרב ר' בנימין הארטמאן אב"ד (הראשון) בשאמלויא,
כהאב געזיכט איבער דעם ר' בנימין ס'זייער ווייניג באשריבען וועגען אים אדער וועגען זיין ווייב, סך הכל ווייסט מען אז זי האט געהייסן רבקה און זי ליגט אין דעש, איז בכלל מעגליך אז רי בנימין אדער זיין ווייב זאלן זיין אייניקלעך און הרב ישראל בערגער נכד ר'בנימין הארטמאן הנ"ל זאל נישט דערמאנען קיין ווארט פון דעם און די מגילת יוחסין און שמחת יצחק און די עשר'ליך?

2)זוג"ש של בער הנ"ל היתה מרת חיה שרה ב"ר ישעי' דימאנטשטיין מהידאלמאש, ר'דוב לעגמאן ע"ה שרייבט אז דער ר' ישעי איז געווען א דיין אין הידאלמאש, אפשר איז זי געווען די אייניקל

3) אויך נישט אויסגעשלאסן אז אפשר דורך זיינע עלטערן
אביו של ר' דוב בער היה מו"ה יודא האלצער בן פעסעל מ'מעזא-טשאטה ומנו"כ שם
ושם אמו לאה בת פראדעל ג"כ מנו"כ שם
איך בין א איינקיל פין רבי פנחס האלצער ז"ל מוואלקוי [כפר סמוך לעיר שאמלוי] בן רבי בער'ל האלצער ז"ל מפערטשין ווי עס קיקט אויס איז רבי פנחס געבוירען מזוו"ר שהיה חתן רבי בנימין הארטמאן אב"ד שאמלוי

פאר אפאר חדשים צוריק האב איך געהערט די ערשטע מאל אז אפשר זענען מיר גאר איינקליך פין היילגער קאליבער. איך האב געטראפען ש"ב רבי שלום אליעזר פרענקל [בן רבי לייב בן רבי יצחק מטאשנאד חתן רבי פנחס הנ"ל] פארציילט ער מיר אז ער האט גערעדט מיט א משפחה לעווי פין א"י צאנזע חסידים איינקליך פין רבי פנחס אין זיי זאגען אז זיי זענען איינקליך פין קאליבע'ר אין ביי זיי איז אייביג געווען אזוי מקובל אין זיי האבען אפילי נישט געוויסט אז סאיז דא א ספק דערין זיי זאגען אז ביי זיי אין די משפחה איז דא די נאמען יצחק אייזיק, אין האדמו"ר מקאליב ז"ל מארה"ק האט געזאגעט אז ער גדענקעט נאך רבי פנחס האלצער אין ער האט האט נאך אידערהיים געוויסט צי זאגען אז ער איז א קאליבע איינקיל, נאר פארשטייטס זיך אליין אז זיי האבען נישט די סדר היחוס. משא"כ דו"ז רבי לייב פרענקל ז"ל מאנטווערפען-קרית יואל הנ"ל האט קיינמאל נישט דערמאנט אז ער איז קאליבע איינקיל

האב איך פראבערט צי זיכען אביסל אויף רבי בערל מפערטשין אין אויף זיין שווער רבי בנימין הארטמאן כהאב נישט געטראפען ציפיל [חוץ אז זיי זענען געווען געהויבנע חשובע אידען פני העדה]
אבער דארט ווי מען דערמאנט שוין יא רבי בנימין אדער רבי בערל ווערט נישט דערמאנט קיין שום שייכת קיין קאליב
אבער לויט מיין חשבן דארף רבי בנימין זיין א איידעם ביי א זין צי איידעם פין קאליבער, אין די זעלבע ביי רבי בערל א זין פין רבי יודא לייב וואס איז געווען א איידעם ביי זין אדער טאכטער פין קאליבער
איך ווייס נישט ווען רבי בנימין איז געבוירן אבער ער איז אוועק בשנת תרכ"א איך האב נישט געזען אז ער זאל האבען אוועק אינג איז אויב מען זאל זאגען אז ער איז געבוירען אין די תק"ן יארען קען מען נאר זאגען אז זיין רעבצין [וואס איז לכאורה געוועט בערך אזוי אלט ווי ער] איז געווען א איינקיל פין קאליבער וואס איז געבוירען תקי"א מען קען אריין שטיפען נאך א דור אין דאס מיינט אז רבי בנימינ'ס רעבצין איז געווען א איר איינקיל אין מוועט דארפען זאגען אז רבי בנימין איז אוועק אינטער די פיפציג אין דאס קען שטימען פארוואס מען ווייסט נישט גענוי די יחוס

יעצט קיקענדיג אין ספר באר יצחק תולדות חייו של הרה"ק מקאליב זי"ע וואס איז ארויסגעקימען אפאר יאר צריק, זעה איך אז מען ווייסט כמעט נישט קיין פרטים אויך די איינקליך חוץ מבנו רבי משה חיים שהיה בזוו"ר חתנו של הרה"ק בעל עטרת צבי מזידטשויב זי"ע, מען דערמאנט די קינדער יעקב, מאיר, לייבוש, אשר, יחזקאל, אין א טאכטער רבקה שמנ"כ בטשענגער [סשטייט נישט איר מאנס נאמען אויף די מצבה]
אבער ווי איך האב געזען אין געהערט אין סאיז זעלבסט פארשטענדליך אז סאיז געווען כמה משפחת אין אונגארין פאר'ן קריג וואס זענען געווען קאליבע איינקליך מיו"ח פין די אויבען דערמאנטע קינדער [אין באר יצחק ברענגעט ער עטליכע מאל פין כ"ק אדמו"ר מקאליב שליט"א לרפו"ש בשם א משפחה קרוב הישיש טויב, סאיז געווען משפחת לעווי משפחת לאנדא זקינו של רבי אלעזר דוד פריעדמאן ז"ל ועוד אין מען קען טרעפען היבש מצבות פין קאליבע איינקליך אין די שטעטליך אין אונגארין, אני הק' האב אמאל געטראפען א איד אין פלארידע טויב א בא"ב]

יעצט מיין השערה איז אז אויב מען איז איינקליך איז עס פין די טאטע אדער מאמע פין רבי בערל האלצער מפערטשין אין ער איז געווען א איינקיל אדער אפשר גאר א איר איינקיל אויף GENI שטייט אז ער געבוירען צווישען 1828 1834 איך ווייס נישט די מקור אבער סאיז מסתבר אז סקומט פין די פילע איינקליך, ער איז אוועק תרנ"ז אפילו אויב ער איז געבוירען 1828 דאס איז תקפ"ח קען מען זאגען אז ער איז געווען א איר איינקיל פין קאליבער וואס איז געבוירען תקי"א אין כל שכן אויב ער איז געבוירען אפאר יאר שפעטער [אין דאס שטימעט אויך אז רבי פנחס איז געווען זיין דריטע קינד אין ער איז געבוירען געווארען בערך תרי"ג ווי עס שטייט פארשריבען]

די סיבות וואס סאיז מער מסתבר צי זאגען אז רבי בערל איז געווען א איינקיל אין נישט זיין רעבצין
איז אזוי
א) ווי דערמאנט לויט די יארען דארף רבי בנימין זיין א איינקיל אין נישט קיין איר איינקיל, אין סאיז צי מפורסמדיגע נאמען ער איז געווען א רב שאמלוי אין ווערט דערמאנט אין כמה ספרים אין קיינער זאל נישט דערמאנען אז ער איז געווען א איידעם ביי קינד פין קאליבער

ב) דאס אז רבי ישראל בערגער וואס איז אליין געווען א א קאליבע איינקיל דורך זיין רעבצין זאל עס נישט דערמאנען איז גאר א שטארקע פלא, אפילו ביי יחוס איז דא די כלל אז לא ראינו אינו ראיה איז דא אביסל אנדרעש ווייל ער האט א גאנצע מגילת יחוסין אין א סדר התקשרות ווי ער שרייבעט כל מינע וועגען ווי אזוי ער איז מחותן מיט אלע צדיקים אויף אלע ארליי אופנים
אין אפילו אויב מען וועט זאגען אז רבי בנימין האט אויך געהאט צוויי זיווגים אין ער אליין איז נישט געווען א איינקיל וואלט ער עס כאטש געדארפעט דערמאנען צי האבען נאכמאל א שייכות מיט קאליב ווי סאיז די שטייגער דארט

ג) ווי דערמאנט איז געווען אסאך קאליבע איינקליך וואס איז נישט דא ציפיל פרטים אויף זיי קען מען גרינגער זאגען אויף רבי לייב האלצער [וואס מען ווייסט אויך ניש קיין ווער סאיז געווען זיין שווער] אז ער איז געווען זין אדער איידעם פין די טאכטער פין קאליבער אדער א איידעם ביי איינע פין די זין
[איך טראכעט א אינטערסאנטע השערה אז קען אפיליו זיין אז מען איז א איינקיל פין די זין מאיר אדער יעקב וואס האט מתחילה נישט אזוי געטויגט אין וועגען דעם האט מען נישט געהאלטען אזוי די סדר היחוס צי סאיז געווען א גט וכדומה, נאר די קאליבע איינקליך האבען יא געוויסט צי זאגען]

אויב איינער קען העלפען ביטע זיך פארבינדען
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”