רבי אליהו חיים מייזל זצ"ל אב"ד לאדזש - י"ד אייר תרע"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

מיללער האט געשריבן: דאס לעבן און שטרעבן פון רבי אליהו חיים מייזל
דערציילט דורך זיין תלמיד הרב חיים יחזקאל מאזעסאהן פון ניו יארק:
http://kevarim.com/rabbi-chaim-yechezkel-moseson/

זייער אינטערעסאנט.

מערקווירדיג ווי אלע געשריבענע מעשות פון אים ווי די די גאר אלטע צוויי בענדער פון מנחם מענדל און אלע ערציילונגן ווי אימער, רעדט מען נאר פון זיין געוואלטיגע פקחות און זיין געוואלדיגע גוטע הארץ צו העלפן נויט באטראפענע.

כמעט וואס מ'שרייבט נישט פון זיין תורה, גאונות און ליבשאפט צו לומדי תורה.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

היינט נאכט פאלט די הילולא.

היה מפורסם בפקחתו וחכמתו המרובה.

שימש ברבנות בכמה עיירות לפני שנבחר בתרל"ז לשרת בעיר הגדולה לאדז משך ל"ה שנים עד לפטירתו ושם קברוהו בכבוד הראוי
רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27125
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסף שרייבער האט געשריבן: ר' גבריאל סגל אב'''ד שינדאווא (נקרא גם שנאדעווא, ראה יחוסו פה ) ורב''ד בלאדז בן ר' יהושע סגל מרבני ווארשא וחתן רא''ח מייזעל.

בנו ר ' משה מנחם יוסף סגל דיין בלאדז, נספה בשואה בשנת תש''ב הי''ד. ראה עליו בהרחבה פה. חתנו ר' יוחנן ליפשיץ רב''ד בלאדז נספה בשואה ר''ה תש''ג הי''ד.

לפי אוצר הרבנים נפטר ר' גבריאל בתאריך כא אלול תרע''ב איז ברור אז איינע פון די צוויי מאכען א טעות, אדער האט אוצר הרבנים נישט א ריכטיגע דאטום אדער שרייבט די צייטונג בטעות בנו פון רא''ח אנשטאט נכדו.

בעל אוצר הרבנים צודק כי בשנת תרצ''ה ר' גבריאל כבר לא היה בין החיים.

מכתב מרבי משה מנחם יוסף סג"ל הי"ד נכד הרא"ח מייזל מלאדז, משתדל בעד ש"ב ר' נחום דלוגון ממינסק עבור רשיון עליה לארץ
אטעטשמענטס
סגל לאדז.png
סגל לאדז.png (575.65 KiB) געזען 1200 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי אליהו חיים מייזל זצ"ל אב"ד לאדזש - י"ד אייר תרע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט איז די יא"צ פון די גרויסע גאון רבי אליהו חיים מייזל אב"ד לאדזש זצוק"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ש. שרייבער
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:21 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ש. שרייבער »

די אידישע שפיטאל וואס רבי אליהו חיים האט געגרינדעט.

בילד

די מעשה גייט אזוי, רבי אליהו חיים האט געזען וואס האט פאסירט מיט די עפידעימיעס אין פרודזשאן און לאמדזשע (וואו ער איז געווען רב פאר לאדזש) און האט שטארק געוואלט אז אין לאדזש זאל געגרינדעט ווערן א מאדערנע אידישע שפיטאל.

עס איז נישט געגאנגען אזוי לייכט אבען סוף כל סוף האט ישראל קלמן פאזנאסקי איינער פון די גרויסע לאדזשער גבירים מסכים געווען צו געבן 700 רובל א יאר, ווען מען האט געטראפן א פאסיגער בנין האט דער אייגענטומער א גוי נישט געוואלט הערן פון ווייניגער ווי 1200 רובל א יאר, האט רבי אליהו חיים געזאגט פארן גוי אז מען זאל שרייבן דען קאנטראקט מיט פאזנאסקי אויף 700 רובל און די איבעריגע 500 וועט ער צולייגן פון זיין אייגן טאש.

נאך 6 יאר ווען מען האט געדארפט באנייען דעם קאנטראקט האט דער גוי זיך געוואנדן צו פאזנאסקי איינמעלדנדיג אים וועגן דאס באנייאונג פונעם קאנטראקט.

פאזנאסקי האט נישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה האט ער אנגעבאטן פארן גוי 800 רובל א יאר פארן נייעם קאנטראקט, אבער דער גוי לאכט פון אים און זאגט אים אז ער באקומט די גאנצע צייט 1200 רובל א יאר.

פאזנאסקי איז אביסל פארשעמט געווארן פון די פאסירונג און האט אונטערגעשריבן דעם קאנטראקט פאר 1300 רובל יערליך.

שפעטער נאך די פטירה פון רבי אליהו חיים איז שוין נישט געווען גענוג געלט אויפצוהאלטן די שפיטאל און צום סוף האט עס די שטאט איבערגענומען.

נאך א בילד פון די אידישע שפיטאל
אטעטשמענטס
FL19303248.jpg
FL19303248.jpg (123.74 KiB) געזען 499 מאל
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3349
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי אליהו חיים מייזל זצ"ל אב"ד לאדזש - י"ד אייר תרע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ס׳איז גענוי דאס זעלבע בילד, נאר קאלירלאז, און בלויז א טייל פון פאריגן בילד.
ש. שרייבער
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:21 am

Re: רבי אליהו חיים מייזל זצ"ל אב"ד לאדזש - י"ד אייר תרע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ש. שרייבער »

איטשע האט געשריבן: ס׳איז גענוי דאס זעלבע בילד, נאר קאלירלאז, און בלויז א טייל פון פאריגן בילד.

טאקע, נאר צוגעלייגט אלץ די יוניק חלק פון דעם בילד אויפן postcard
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יציב פתגם האט געשריבן: פון ביידע זייטן ליגן עטליכע קינדער און אייניקלעך
בילד



איך בין דארט געווען פאר עטליכע טעג צוריק. די צוויי מציבות אויף די רעכטע זייט שטייען שוין נישט. נישטא קיין זכר פון זיי. עס איז ממש א ווייטאג. בפרט אז איך זעה אז עס איז נאך לעצטענס געשטאנען.

איז נישט דא איינער וואס טוט אין דעם? ווען איך בין דארט געווען האב איך געזעהט גרופעס גוים ארבעטן דארט אויפן בית החיים. איך האב געטרייט צו רעדן צו זיי, אבער זיי האבן געקענט בערך אזויפיל ענגליש ווי איך פויליש. אזויפיל האב איך פארשטאנען אז זיי רייניגן אויף דעם בית החיים. זיי האבן אויך געבעטן צו כאפן א בילד מיט מיר. ווייסט איינער צו וועמען מען קען רעדן וועגן דעם? מען וואלט געדארפט צוריק שטעלן די מציבות פון זיינע קינדער.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי אליהו חיים מייזל זצ"ל אב"ד לאדזש - י"ד אייר תרע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט דער יא''צ פון הגאון הגדול רבי אליהו חיים מייזל דער לאדזשער רב זצוק"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי אליהו חיים מייזל זצ"ל אב"ד לאדזש - י"ד אייר תרע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 10:31 am
היינט נאכט דער יא''צ פון הגאון הגדול רבי אליהו חיים מייזל דער לאדזשער רב זצוק"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”