Re: בודאפעסט אדער פעסט?
די היינטיגע בודאפעסט באשטייט פון 3 שטעט. בּוּדא (אויפן/אובן) און איר שכן אובּוּדא (אלט-אויפן/אובן ישן) אויף איין זייט טייך, און פּעסט אויף די צווייטע זייט טייך.
מיט הונדערטער יאר צוריק איז געוועזן א שטארקע אידישע קהילה אין אובן און אין אויבן ישן (די צווייטע איז מיט די יארן גענצליך איינגעשליגען געווארן אין די ערשטע).
אין די שפעטערע תקופה איז די אידישע געמיינדע הויפטזעכליך געווען קווארטירט אין פּעסט.
די שטעט האבן זיך עווענטועל פאראייניגט אין תרל"ג, והנה די היינטיגע גרויסע שטאט "בודאפעסט". אבער "פּעסט" איז נאך אלס פארבליבן אינעם היימישן לעקסיקאן.
פעסט, בודאפעסט. ביידע באציען זיך צום זעלבן בחור..