וואלט שוין לאנג געמעגט זיין אן אשכול אויף די קארלסבורגער חצר אין מירון, וואס איז נתייסד געווארן דורך הגה"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל, און ווערט געפירט היינט דורך ממשיך דרכו בנו גאב"ד קארלסבורג. כ'זע נאכנישט אזא אשכול, לכן גיי איך פתיחה.
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי. אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
די יאר האט מען צו געבויעט א נייע גרויסע רחבת'דיגע בית המדרש (געבויעט פון פענעלס), לטובת די טויזענטע אידן וואס קומען קיין מירון בעז"ה.

איש ציוןהאט געשריבן:↑דינסטאג מאי 21, 2024 11:36 pm
די יאר האט מען צו געבויעט א נייע גרויסע רחבת'דיגע בית המדרש (געבויעט פון פענעלס), לטובת די טויזענטע אידן וואס קומען קיין מירון בעז"ה.
אזוי אויך ארבעט מען פיבערהאפטיג צו צוגרייטן גענוג עסן פאר די טויזנטע עולים, נאך וואס די גרעסערע הכנסות אורחים גיין נישט זיין די יאר.
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי. אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
אן אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט אין חצר פון קארלסבורג ערש"ק. אפאר שעה פאר'ן זמן האט משטרה אריינגעקלאפט, כמובן יעדער איז געלאפן זיך באהאלטן אונטער בעטן וכדומה, נאך יעדער איז געווען באהאלטן, האט די אחראי זיי געעפענט די טיר, זיי זענען דארט געשטאנען מיט א בחור פון 13-14 יאר, און די משטרה האט געזאגט אז זיי האבן אים געטראפן אין וואלד, און אז די בחור געדענקט נישט זיין טאטע'ס נומבער (כמובן אז ער האט זיי דאס איינגערעדט), ממילא בעטן זיי אויב מען קען ארייננעמען די בחור אויף שבת. וכך הווה.
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי. אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
כ'קען מיר נישט גענוג באדאנקען פאר די הכנסת אורחים פון קארלסבורג, כ'בין אנגעקומען קיין מירון - נאך שעות קלעטרן אויף די בערג פון צפת ביז מירון - ארום 2 נאכמיטאג, כ'בין געווען הונגעריג און אויסגעמוטשעט, כ'האב געזוכט ווי קען איך עפעס טועם זיין, ליידער האבן רוב הכנסת אורחים'ס נישט פאנקציאנירט דאס יאר. ביז כ'בין אנגעקומען קיין קארלסבורג. דארטן האבן זיי א גרויסע בית המדרש, מיט פיינע קאווע און ערקאנדישן. נאכן זיך אפריען אפאר מינוט בין איך ארויס צו די חצר פון בית המדרש, דארטן איז געווען צוגעגרייט פיל מיט עסן, כמידי שנה בשנה, כאילו עס איז נישט דא קיין משטרה וכו'. בילקעס, טאנא, אייער, אייערשפייז, סעלט'ס וכו' וכו'. כ'האב מיר דערקוויקט דאס הארץ מיט דעם פיינעם פרישטאג. (טאקע די מקווה קאסט אביסל טייער, בין איך געגאנגען צו די מקווה פון טדגי)
אזוי אויך נאכן טאנצן אין חצר, ארום 11 ביינאכט בין איך נאכאמאל אריין אין קארלסבורג, דעמאלט האט שוין אויסגעזען ווי א יעדע יאר, טויזנטע אידן האבן געשטרומט אריין און ארויס, און די סדרנים (כ'מיין דאס יאר האט דאס באשטאנען בעיקר פון קארלסבורגער אייניקלעך וכדומה) האבן געמאכט אן הערליכער ארבעט, זיכער געמאכט אז אלעס זאל קלאפן. אנגעהויבן פון ארויסברענגען די עסן, אויפרייניגען די טישן, קאכן און באקן וכו' וכו'.

אז די ביסט געווען אין קארלסבורג, פארוואס ביסטו נישט צוגעקומען מיר באגריסן... כ'וואלט דיר געגעבן ווי איי פי סערוויס... (אפשר ביסטו יא צו געקומען, קומענדיגע מאל זאג מיר דיין נאמען אויף אייוועלט...)
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי. אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
ב''ה מיר האבן אויך געהאט די זכיה נהנה צו זיין פון די הייליגע ווינקל אנקומענדיג קיין מירון שפעט נאכמיטאג נאכ'ן קלעטערן שעות אויף די בערג (א סיפור פאר זיך) בין איך די ערשטע זאך אריין און קארלסבורג וואונדרעינג זיך צו זיי האבן עפעס צוגעשטעלט נאכן הערן מפי השמועה אז די פאליציי האט זיי שטארק געפייניגט היי יאר ווי שאקירט בין איך געווארן צו זען טויזענטער מענטשן דרייען זיך אריין און ארויס כאילו לא היה איך פערזענליך האב זיך מחיה געווען מיט אכילה ושתיה ביד רחבה און מים קרים על נפש עיפה פשוטו כמשמעו אשריכם כה לחי!
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי. אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
זייענדיג אן אמשינובער חסיד האב איך ווי אלע אמשינובער חסידים זיך געשלעפט און געקלעטערט אויף די בערג און טאלן אנצוקומען קיין מירון, צום ציון פון התנא האלוקי רשב"י. נאך שעות פארן און שעות קלעטרן האב איך זיךב"ה אריינגעכאפט אין די נאכמיטאג שעות ביים אריינגאנג פון דארף וואס איז אנטקעגען בר יוחאי.
אין די ערשטע מינוטן האב איך זיך געדרייט און א בחינה פון וגילו ברעדה, פון איין זייט די שמחה אז מען איז שוין ב"ה אין מירון פון צווייטן זייט די פחד אז משטרה זאל מיר ח"ו נישט כאפן און צוריקטראגן קיין צפת... ערשט נאכן ארומגיין אפאר מינוט אין מירון האבן זיך מיין פחדים בארואיגט, אבער ערשט דעמאלט האט מיין מאגן אנגעהויבן בעטן אירעס, דעמאלט האב איך מיר געכאפט אז שוין 9 שעה וואס כ'האב גארנישט אריינגענומען אין מויל, פון די רגע און ווייטער האב איך שוין נישט געשפירט אלע שניטן וואס כ'האב באקומען, נישט די פיס וואס האבן געהאלטן ביים זיך צוזאם לייגן, מיין מאגן האט געשריגן "געב מיר עסן, אבער שוין!". כ'הייב אן זוכן, ווי קען איך עסן, דא דארט שטייען אינגעלייט און טיילן דעניש"ס אבער דאס איז נישט געווען בכדי צו זאט מאכן א הונגעריגע לייב....
עד שבא הישועה, אויף איינע פון די האטליינ'ס אין אמשינוב האט מען געמאלדן אז אין קארלסבורג איז דא בשפע עסן, כ'האב מיר צוזאם גענומען מיין איבעריגע כוחות און זיך ארויס געלאזט קיין קארלסבורג. אנקומענדיג קיין קארלסבורג, האט זיך אנטפלעקט א מחזה הוד. ווי עס שיינט האט מען אין קארלסבורג זיך בכלל נישט גערעכנט מיט אלע שמועות ווי "די יאר גייט זיין ליידיג..." "א שאד צוצוגרייטן עסן, עס גייט גיין אין מיסט...". נאר אנטשטאט דעם האבן זיי צוגעגרייט פון אלעם גוטן בשפע גדול. געווען דארט א שפע פון עסן ווי בילקעס, דיפס, פיש, זופ, קארטאפל קוגל, לאקשן קוגל, טשאלנט, קושקע, אייער שפייז, טונא, ירקות סאלאט, (פרעג מיר נישט וואס איז די צומישעניש, לכאורה איז נישט געווען גענוג מענטשען אין מירון ביי פרישטאג) וכו' וכו'. (רעדינדיג מיט איינע פון די משפחה דארט זאגט ער מיר אז עס איז טאקע געווען א ספק וואס צוטון, אבער די צד אז אידן וועלן יא אנקומען און דעמאלט וועלן זיי זיין הונגעריג, האט איבער געוואויגן אלע ספיקות.)
שוין אפאר יאר וואס קארלסבורג איז געווארן איינע פון די פעסטונגען פון מירון. (בעצם גייט עס שוין אן צענדליגע יאר, אבער די לעצטע יארן שטארצט עס ארויס גאר שטארק, קען זיין צוליב די הגבלות פון די לעצטע 5 יאר.) אנגעהויבן פון די קאווע, מקווה, ווער רעדט פון די פילע ביהכ"ס וואס כידוע אין מירון איז דא א מאנגעל אין ביהכ"ס.
די יאר איז צוגעקומען די נייע הערליכע בית המדרש, לעכטיג צוכטיג און צו אלעם זייער לופטיג. אזוי אויך איז צו באמערקן די פיינע גוטע באקוועמע בענקלעך אין די נייע בית המדרש, און די גוטע טישן. בקיצור, מחיה נפשות!
אזוי אויך האב איך די יאר צום ערשטן מאל באמערקט די נייע קאך מיט די נייע סטארדזש ראם, איינע פון די משפחה האט מיר געזאגט אז עס שטייט שוין אפאר יאר, איך האב דאס ערשט באמערקט די יאר.
והעולה על הכל די שפע פון אכילה וואס גייט דארט, טאקע פשוטע עסן אבער אזא שפע און אזוי פריש, יעדע רגע זעט מען נאך אן אייניקעל ארויס שטראמן פון קאך אינגאנצען פארשוויצט מיט א טאץ עסן. יעדע מינוט מייניך כפשוטו יעדע מינוט.
איז וויל איך דא איבער געבן מיין יישר כח פאר אלע וואס ארבטן דארטן (זיי זעען אויס צו זיין אייניקלעך/אור אייניקלעך פון גאב"ד קארלסבורג זצ"ל/שליט"א), כ'האב אייך נישט געוואלט שטערן אינמיטן ארבעט אבער יעצט קען איך אייך זאגן: "איר האט מיר ממש געראטעוועט! ווען נישט אייך וויל איך נישט טראכטן וואס וואלט געווען! אשריכם!"