נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- ישראל_הלוי
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 28447
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
וואלה: דראמא אין די לופט - אן אל על עראפלאן וואס האט געזאלט לאנדן אין מדינת ישראל האט היינט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין סאלאניקי, גריכנלאנד נאך אן אינצידענט מיט א גבר אלים אויפן פליגער.
- ישראל_הלוי
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 28447
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
אפדעיט: אן אראבישער פאסאזשיר האט פרובירט זיך איינצוברעכן אין די קאקפיט אויף אן על אל רייזע פון פראג קיין תל אביב.ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 8:42 amוואלה: דראמא אין די לופט - אן אל על עראפלאן וואס האט געזאלט לאנדן אין מדינת ישראל האט היינט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין סאלאניקי, גריכנלאנד נאך אן אינצידענט מיט א גבר אלים אויפן פליגער.
די זיכערהייט וועכטער האבן איהם אומשעדליך געמאכט און
דער עראפלאן האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין גריכנלאנד און איבערגעגעבן דעם פארדעכטיגטן פאר די גריכישע פאליציי.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
די קאמיוניקאציע מיניסטער שלמה קרעי האט היינט געגעבן באשטעטיגונג פאר סטארלינק צו ארבעטן אין מדנ"י, אזוי אויך גייט עס מעגן ארבעטן אין די פעלד שפיטאל פון די UEA אין רפיח.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
צה''ל און די פאליציי פארשן אויס יהודה פוקס (דער ממונה אויף די סאלדאטן אין יו"ש) פאר דער פארדאכט פון פאלש עדות זאגןאין יאר 2007 למספרם,
פוקס איז פארפיינטעט ביי די מתנחלים וואס באשולדיגן און בעפארצוגן די ארטיגע אראבער פאר די מתנחלים און זיי כסדר רודפן.
פוקס איז פארפיינטעט ביי די מתנחלים וואס באשולדיגן און בעפארצוגן די ארטיגע אראבער פאר די מתנחלים און זיי כסדר רודפן.
- ישראל_הלוי
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 28447
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
די פאליציי אין מדינת ישראל האט געבעטן דעם הילף פונעם ציבור אפצוזוכן א בחור שמואל פרנץ 13 יאר אלט פון מודיעין עילית וואס פעלט שוין זייט נעכטן. די פאליציי האט דערווייל נישט קיין שום שפירן.
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20240306_080031_799.jpg (21.73 KiB) געזען 24872 מאל
- ישראל_הלוי
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 28447
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
זעה איך אז די נייעס איז פון אפאר שעה צוריק. ער איז שוין ב"ה אפגעפונען געווארן געזונט און שטארק.ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 06, 2024 8:00 amדי פאליציי אין מדינת ישראל האט געבעטן דעם הילף פונעם ציבור אפצוזוכן א בחור שמואל פרנץ 13 יאר אלט פון מודיעין עילית וואס פעלט שוין זייט נעכטן. די פאליציי האט דערווייל נישט קיין שום שפירן.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20240306_080140.jpg (62.67 KiB) געזען 24872 מאל
- אזוי גאר!
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9231
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
- לאקאציע:עולם השפל
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
ער האט געזאגט פארדעם אז ער גייט ארויס אויף אפאר טעג צו זיך אויסליפטערןישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 06, 2024 8:00 amדי פאליציי אין מדינת ישראל האט געבעטן דעם הילף פונעם ציבור אפצוזוכן א בחור שמואל פרנץ 13 יאר אלט פון מודיעין עילית וואס פעלט שוין זייט נעכטן. די פאליציי האט דערווייל נישט קיין שום שפירן.
זאל איך גיין ביים צענער?
- ישראל_הלוי
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 28447
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
די רעגירונג אין איטאליע האט זיך אפגעזאגט צו באשטעטיגן דעם התמנות פון בעני כשריאל צו די פאזיציע פון מדינת ישראל אמבאסאדאר אין רוים, ווייל ער איז א מתנחל, וואס איז געווען ביז לעצטנס דער בירגערמייסטער פון מעלה אדומים.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
אונגארן האט געגעבן ערשטע באשטעטיגונג ער זאל זיין די אמבאסאדאר צו בודאפעסטישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 07, 2024 5:35 amדי רעגירונג אין איטאליע האט זיך אפגעזאגט צו באשטעטיגן דעם התמנות פון בעני כשריאל צו די פאזיציע פון מדינת ישראל אמבאסאדאר אין רוים, ווייל ער איז א מתנחל, וואס איז געווען ביז לעצטנס דער בירגערמייסטער פון מעלה אדומים.
- יידישע קהילות
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9743
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
נעבעך
דריי בחורים פון ישיבת שובו בנים - ברלנד זענען אומגעקומען אין א קאר קרעש אויפן וועג פון/צו קברי צדיקים.

עס איז געווארן באוויסט אז אלע קלאגעס וואס די מדנ"י פראסעקיוטער האט אריין געגעבן איבער "אטיילנעמען אין אן אומגעזעצליכע פארזאמלונג" אין די לעצטע צוויי אלגעמיינע קאלאנדער יארן זענען געווען אנטקעגן חרדים, אפי' עס האט נישט געפעלט קיין פראטעסטן אין לאנד אין די תקופה.
"אטיילנעמען אין אן אומגעזעצליכע פארזאמלונג" איז אן אלטע געזעץ פון די צייטן פון די ענגלענדער וואס דינט אנצוקלאגן אטייל נעמער אין פראטעסטן אן א פערמיט ווען עס איז נישט עפעס אנדערש איבער וואס זיי אנצוקלאגן.
"אטיילנעמען אין אן אומגעזעצליכע פארזאמלונג" איז אן אלטע געזעץ פון די צייטן פון די ענגלענדער וואס דינט אנצוקלאגן אטייל נעמער אין פראטעסטן אן א פערמיט ווען עס איז נישט עפעס אנדערש איבער וואס זיי אנצוקלאגן.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
א באריכט דורך דער מדנ"י דזשענעראל אינספעקטאר דינט אויף אז א קאמפיוטער וואס האט געהאט אויף זיך דאקומענטן איבער די ברוטאלע פרשה פון די ילדי תימן איז געווארן "פארבארגט" דורך די מדנ"י ארכיוון פאר אן אומבאקאנטער מענטש אן נעמען זיינע פרטים, און עס איז "פארשווינדן" געווארן,
אזוי אויך איז דא 138 פאלדערס איבער דער געשיכטע וואס זענען נעלם געווארן פון די מדינה ארכיוון דורך די זעלבע שיטה.
אזוי אויך איז דא 138 פאלדערס איבער דער געשיכטע וואס זענען נעלם געווארן פון די מדינה ארכיוון דורך די זעלבע שיטה.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
אויפרייס:
א ריכטער אין מחוזי איתן אורענשטיין און א לויער אפי נווה זענען פארדעכטיגט אין נעמען שוחד און אין הפרת אמונים.
דאס איז א פרשה אויף וואס די מדינה רעדט שוין לאנג, אבער יעצט וועט מען זיי עמטליך אנקלאגן.

די שר לביטחון פנים איתמר בן גביר האט גערופן די הויפט פון די פאליציי (מפכ"ל) פאר א הערינג פאר'ן ווערן אפגעזאגט.
די יועצת משפטית (וואס פייט קעגן די עקזיסטירענדע ממשלה מיט ציין און נעגל) האט געשריבן פאר'ן שר בן גביר אז ס'איז נישט געזעצליך זיין שריט (זיך אננעמנדיג פאר'ן מפכ"ל), און אין די זעלבע צייט אריין געגעבן א בקשה אין בג"צ קעגן דעם. דער בג"ץ האט געפסקנ'ט צייטווייליג אז די ממשלה די ענטפערן אויף די טענות פון די יועצת משפטית בין ביינאכט.
בן גביר האט געענטפערט פאר'ן בג"ץ: די הערינג וועט בטל ווערן, אבער איך וועל אויספירן די מסקנה פון די וועדת חקירה פון די אסון מירון און עס ברענגן צו די ממשלה אז זיי זאלן מחליט זיין ווען די הויפט פון משטרה (מפכ"ל) וועט ווערן אפגעזאגט פון אמט.
ער האט מוסף געווען, אז דאס וואס די יועצת משפטית האט געטוהן איז געווען אן אירע סמכות (ד.מ. זי האט זיך אריין געמישט אין עפעס וואס ליגט נישט אין איר הענט) די סיבה פארוואס מ'האט געוואלט מאכן די הערינג איז געווען אז די מפכ"ל זאל קענען ענטפערן אויף די טענות וואס איז דא אויף אים, אז ער וויל נישט ענטפערן מוז ער נישט.

- חברונער
- שר האלפיים
- תגובות: 2815
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
- לאקאציע:בדרך לצידון
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
בן גביר האט גערופען די פאליציי שעף קובי שבתאי פאר א הירינג בעפארן אים אפזאגן א חודש א האלב פאר די צייט וואס ער דארף מילא גיין.
עד כאן די נייעס, פון דא גייט אלעס ריפלעי......!!
די תנועה לאיכות השלטון האט עפלייט צו בג''ץ, בג''ץ האט געבעטן ענטפערס פון בן גביר, יועמשי''ת האט דערקלערט אז עס איז נישט לעגאל, אא''וו חד גדיא חד גדיא
באם א געהאקטע האק

אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.
אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.
אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
לפיד: אויב די ממשלה וועט אראפ ווארפן די מפכ"ל אלץ סמך פון די מסקנות פון די וועד חקירה פון מירון, דארף מען אויך אראפ ווארפן נתניהו אויפן זעלבען סמך.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
די וועדת חקירה זאגט אנדערש.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]
ללא חשש גילוי.
צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]
ללא חשש גילוי.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
ריכטער אורענשטיין און אפי נוה זענען באפרייט געווארן אויף בעיל.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
איילת שקד איז היינט גערופן געווארן צו איבערגעבן עדות, אין די שטאפל איז עס נאך אן אפענע אויספארשונג אין וואס זי מוז נישט ענטפערן און זי איז נישט נחשד אין קיין עבירה, אבער עס קען זיך אלס טוישן צו אן אויספארשונג אונטער אן אזהרה.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
יו"ר דגל התורה ח"כ משה גפני זאגט אז אויב די חרדישע מלמדים און טיטשערס ווען נישט באקומען זייער געהאלט, זאגט ער זיך אפ פון דער רעגירונג זונטאג צופרי,
ער האט קלאר געמאכט אז דער רעגירונג שטייט פאר זייער גרעסטע קריזיס פון זייער איינשווערונג.
ער האט קלאר געמאכט אז דער רעגירונג שטייט פאר זייער גרעסטע קריזיס פון זייער איינשווערונג.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
ער זאגט ביי א אינערליכע ליטווישע מסיבה אז די איצטיגע אפהאלטן די געלטער דורך איינגישטעלטע אין משרד האוצר און משפטים איז ריין צוליב מלחמת דת אן קיין סיבה מקצועית
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
פון וועדת הכספים, נישט פון די ממשלה
די ניק איז מער נישט אקטיוו
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**
מדנ"י אמבאסעדאר צו דער UN גלעד ארדן וועט זיך צוריקקערן קיין מדנ"י דעם זומער נאך פיר יאר דינען אין די פאסטן, מען האט אים אנגעטראגן צו ווערן מדנ"י אמבאסעדאר צו אמעריקא אבער ער האט עס אנטזאגט.