טרעוועל אינשורענס: איז דאס וויכטיג?
טרעוועל אינשורענס דעקט צענדליגער טויזענטער דאלער אין מעדיקל קאוועריזש (50 ביז 100 טויזענט, ווענדט זיך וואס מען קויפט), אנדערע זאגן אבער אז אלע דאקטוירים נעמען אן מענטשן אפילו פון דער פרעמד (אין מיין פאל: לאנדאן ענגלאנד) אן קיין אינשורענס. אפשר ווייסט איינער מער דיטעיל'ס אויב עס איז טאקע אומנויטיג אין געווענליכע פעלער.
עס דעקט אויך פארלוירענע פעקלעך. ד.ה. אויב עס ווערט פארלוירן דעקט דאס ביז ארום 2 טויזענט, און אויב עס ווערט דילעיד א טאג וכדו' דעקט דאס ארום 500 דאלער כדי מען זאל דערווייל קענען איינקויפן די נויטיגע חפצים.
פלייט דילעי'ס אדער קענסעלעישאנ'ס: לענ"ד איז דאס די ווייניגסטע וויכטיג ווייל אין נערמאלע אומשטענדן קענסלט מען נישט קיין פלייט'ס. און עס קאווערט נישט אויב מען איז אנגעקומען צו די עירפארט שפעט וועגן טרעפיק וכדומה