מיין ערשטער ווייסער האר

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טפסר
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:19 am

מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טפסר »

איך קוק מיך אן אין שפיגל מיט אן ערענסטע געזוכט און פארקנייטשטע שטערן, איך קלאץ אריין אינעם גלאז און קליינע קיצל-כוואליעס פולן אן מיינע געדערים. איך קום צו נענטער מיטן ציל צו כאפן א בעסערע בליק אויפן געשטאלט וועלכע שטייט קעגן מיר און רעפרעזענטירט מיך אינעם ווירטואלן וועלט פון אונטער דעם טויטן גלאז, אבער דער געשטאלט טוט דער זעלבע. איך הייב אויף מיינע אויגן צו באטראכטן די הארעלעך העכער מיין שטערן אבער זיי ווערן שנעל פארשווינדן פון מיין זע פעלד, נאך עטליכע פארזוכן געלונגט עס מיך א שנעלע בליק צו געבן אויף די פאר הארעלעך וועלכע פארדעקן די הויט פון מיין קאפ. איך קוק גוט און איך עס ווערט מיר קלארער, איך פאנטאזיר נישט, עס איז וואר, קליפ און קלאר. שווארץ אויף ווייס, אדער אייגענטליך ווייס אויף שווארץ, איך האב אפציעל אנגעהויבן ווייס צו ווערן, דער ערשטע ווייסער האר האט שוין געצייטיגט. מיט וואקעלדיגע הענט בייג איך מיך צו נענטער צום שפיגל איך בייג אראפ מיין קאפ און פון די ווינקל פון מיין אויג פרוביר איך צו כאפן א קלארערע בליק פון דעם פארווייסטן הארל. אפשר פארט דמיון איך, אפשר איז עס דאך, בלויז א ליכטיגערער האר וואס האט בלויז נישט דעם פולסטן קאליר ווי די אנדערע, אבער ווי מער איך קוק און באטראכט, זעט זיך עס קלארער און קלארער, דער האר איז גענצליך ווייס. יא, דער זעלבער קאליר ווי שניי, ווי קאלעך. א נגע, בליצט אין מיך ארויף קינדערישע פחדים וועלכע באווייזן עטוואס אויסצואצוען מיינע ליפן פאר א קליינע וויילע.

און דאן פאלט מיך ביי א נייע געדאנק אין א לעצטיגע פרואוו זיך צו פארטיידיגן. אפשר איז דאס נישט מיין האר, אפשר האט זיך עס צוגעקלעבט צו מיך, קען זיין עס איז איינפאך א שטיקל פאדעם. דער געדאנק אליין באווייזט מיך צוריק צוגעבן עטוואס זיכערקייט, איך טאפ אן דעם ריין ווייסן האר און איך טו א קליינעם צי געבן, און עס געבט א ציפ אריין ביזן לעצטן פינגער אויפן פוס. איך שטיי דארט קעגן דעם געשטאלט און איך שעם זיך אריין צוקוקן איהם אין פנים, וואס האסטו געמיינט? פון וואו זאל דא פלוצלונג ארויסוואקסן א שניי ווייסע פאדעם? אוודאי איז דאס דיינס, עס איז געקומען דער צייט זאלסט דאס איינפאך אנערקענען און פארשטיין, איך בין שוין עלטער, איך האב שוין אנגעהויבן ווייס צו ווערן.

ווי מער מאל איך זאג דאס צו מיר אליין, קומען מער און מער געדאנקען צו לויפן און זיי צעשטורעמען מיין וועזן.
איך, ווייסער האר? וואס? דאס מיינט אז איך בין שוין אפעציעל אלט? איך האב דאך קוים חתונה געהאט, איך האב נאך גארנישט אנגעיאגט אין לעבן, איך האב מיך איינגערעדט אז איך האב נאך איבער גענוג צייט, אז איך קען נאך זוצן רואיג און ווארטן פאר דעם פאסיגן טאג, פאר דער גלענצנדע געלעגענהייט, צי פאר אנדערע, צו קומען צו מיך. איך האב נישט אין אכט גענומען אז צייט גייט אויך אריבער אויף מיר, איך האב מיך איבערהויפט געלאזט איינרעדן פון מיין תמימות אז נאר אויף יענער גייט צייט אריבער, נאר זיי פארעלטערן זיך, און דא פלוצלונג, אן קיין שום פריעדיגע ווארענונג, אפילו נישט א ווינק, גארנישט, ווי א טריקענע מדבר אינעם טיפן אקעאן האט עס מיך באטראפן, מיין האר איז ווייס, איך ווער שוין עלטער.

איך פרוביר צו צעקייען די אויפטרייסלענדע אנערקענונג אבער איך וויל נאכאלס נישט קומען צו דער באשלוס אז דאס איז עס און איך קען עס שוין נישט צוריק דרייען. פארגאנגען זענען די קינדערישע בלאנדע יארן, פארביי זענען זיי, די זארגפעליגע טעג פון טענץ און געזאנג, די לייכטזיניגע נעכט פון האליעריי און שוואוילטאג. איך קען מיך גיין זוכן גוטע שמירעכצע און זייפן וואס זאלן העלפן פרעזערווירן נאטורליכע פייכקייט, אבער צייט לויפט בלויז איין וועג און דאס איז פאראויס. די יונגער טעג זענען שוין אין די פארגאנגענהייט און אט איז געקומען דער צייט ארויפצוגיין א כיתה. איך קען נישט בלייבן שטעקן זינקען אין געפילן פון נאסטאלגיע און בענקעניש נאך דעם גלארייכן אמאל, צייט צו גיין ווייטער, ווייל יעצט האב איך איינגעזען אז קיינער ווארט נישט אויף דיך, ניטאמאל דיין אייגענע קערפער...
אדם אשר
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 23, 2023 11:41 am

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם אשר »

ביסט א גוטע שרייבער!
גוט געספעלט גוט געזעצט
האסט טאלאנט!!
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

👍👍
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

נעע, לאך דיך אויס.
ס'געווען אביסל ציין פוץ וואס דו האסט נישט גוט אפגעוואשן...
נישטא קיין ווייסע האר, נישט קיין הר הזיתים בלעטלעך, אבי גערעדט. זיך סתם אזוי געפייניגט.
די סארט זאכן געשעען נישט צו סתם עמך יונגעלייט, נאר צו פארעלטערטע מענטשן, וואס הייבן שוין אן טראכטן פון עולם האמת...

אוי נישט דאס האב איך געוואלט זאגן, נאר אז טִפְסָר איז א גוטער שרייבער!
טאלאנטפול און ווארעם ענטפאנגען די מציאות פון דעם אומאפשטעלבארער גאלאפ פון לויפנדע יארן.
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

טפסר האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:02 pm
איך קוק מיך אן אין שפיגל מיט אן ערענסטע געזוכט און פארקנייטשטע שטערן, איך קלאץ אריין אינעם גלאז און קליינע קיצל-כוואליעס פולן אן מיינע געדערים. איך קום צו נענטער מיטן ציל צו כאפן א בעסערע בליק אויפן געשטאלט וועלכע שטייט קעגן מיר און רעפרעזענטירט מיך אינעם ווירטואלן וועלט פון אונטער דעם טויטן גלאז, אבער דער געשטאלט טוט דער זעלבע. איך הייב אויף מיינע אויגן צו באטראכטן די הארעלעך העכער מיין שטערן אבער זיי ווערן שנעל פארשווינדן פון מיין זע פעלד, נאך עטליכע פארזוכן געלונגט עס מיך א שנעלע בליק צו געבן אויף די פאר הארעלעך וועלכע פארדעקן די הויט פון מיין קאפ. איך קוק גוט און איך עס ווערט מיר קלארער, איך פאנטאזיר נישט, עס איז וואר, קליפ און קלאר. שווארץ אויף ווייס, אדער אייגענטליך ווייס אויף שווארץ, איך האב אפציעל אנגעהויבן ווייס צו ווערן, דער ערשטע ווייסער האר האט שוין געצייטיגט. מיט וואקעלדיגע הענט בייג איך מיך צו נענטער צום שפיגל איך בייג אראפ מיין קאפ און פון די ווינקל פון מיין אויג פרוביר איך צו כאפן א קלארערע בליק פון דעם פארווייסטן הארל. אפשר פארט דמיון איך, אפשר איז עס דאך, בלויז א ליכטיגערער האר וואס האט בלויז נישט דעם פולסטן קאליר ווי די אנדערע, אבער ווי מער איך קוק און באטראכט, זעט זיך עס קלארער און קלארער, דער האר איז גענצליך ווייס. יא, דער זעלבער קאליר ווי שניי, ווי קאלעך. א נגע, בליצט אין מיך ארויף קינדערישע פחדים וועלכע באווייזן עטוואס אויסצואצוען מיינע ליפן פאר א קליינע וויילע.

און דאן פאלט מיך ביי א נייע געדאנק אין א לעצטיגע פרואוו זיך צו פארטיידיגן. אפשר איז דאס נישט מיין האר, אפשר האט זיך עס צוגעקלעבט צו מיך, קען זיין עס איז איינפאך א שטיקל פאדעם. דער געדאנק אליין באווייזט מיך צוריק צוגעבן עטוואס זיכערקייט, איך טאפ אן דעם ריין ווייסן האר און איך טו א קליינעם צי געבן, און עס געבט א ציפ אריין ביזן לעצטן פינגער אויפן פוס. איך שטיי דארט קעגן דעם געשטאלט און איך שעם זיך אריין צוקוקן איהם אין פנים, וואס האסטו געמיינט? פון וואו זאל דא פלוצלונג ארויסוואקסן א שניי ווייסע פאדעם? אוודאי איז דאס דיינס, עס איז געקומען דער צייט זאלסט דאס איינפאך אנערקענען און פארשטיין, איך בין שוין עלטער, איך האב שוין אנגעהויבן ווייס צו ווערן.

ווי מער מאל איך זאג דאס צו מיר אליין, קומען מער און מער געדאנקען צו לויפן און זיי צעשטורעמען מיין וועזן.
איך, ווייסער האר? וואס? דאס מיינט אז איך בין שוין אפעציעל אלט? איך האב דאך קוים חתונה געהאט, איך האב נאך גארנישט אנגעיאגט אין לעבן, איך האב מיך איינגערעדט אז איך האב נאך איבער גענוג צייט, אז איך קען נאך זוצן רואיג און ווארטן פאר דעם פאסיגן טאג, פאר דער גלענצנדע געלעגענהייט, צי פאר אנדערע, צו קומען צו מיך. איך האב נישט אין אכט גענומען אז צייט גייט אויך אריבער אויף מיר, איך האב מיך איבערהויפט געלאזט איינרעדן פון מיין תמימות אז נאר אויף יענער גייט צייט אריבער, נאר זיי פארעלטערן זיך, און דא פלוצלונג, אן קיין שום פריעדיגע ווארענונג, אפילו נישט א ווינק, גארנישט, ווי א טריקענע מדבר אינעם טיפן אקעאן האט עס מיך באטראפן, מיין האר איז ווייס, איך ווער שוין עלטער.

איך פרוביר צו צעקייען די אויפטרייסלענדע אנערקענונג אבער איך וויל נאכאלס נישט קומען צו דער באשלוס אז דאס איז עס און איך קען עס שוין נישט צוריק דרייען. פארגאנגען זענען די קינדערישע בלאנדע יארן, פארביי זענען זיי, די זארגפעליגע טעג פון טענץ און געזאנג, די לייכטזיניגע נעכט פון האליעריי און שוואוילטאג. איך קען מיך גיין זוכן גוטע שמירעכצע און זייפן וואס זאלן העלפן פרעזערווירן נאטורליכע פייכקייט, אבער צייט לויפט בלויז איין וועג און דאס איז פאראויס. די יונגער טעג זענען שוין אין די פארגאנגענהייט און אט איז געקומען דער צייט ארויפצוגיין א כיתה. איך קען נישט בלייבן שטעקן זינקען אין געפילן פון נאסטאלגיע און בענקעניש נאך דעם גלארייכן אמאל, צייט צו גיין ווייטער, ווייל יעצט האב איך איינגעזען אז קיינער ווארט נישט אויף דיך, ניטאמאל דיין אייגענע קערפער...
ווייס איך נישט יאך האב שוין ביי די 16 געהאט צוויי דריי ווייסע הארעלעך ס'מיינט נישט גארנישט דארפסט נישט באקומען קיין הרהור תשובה אין רעד דיך נאך נישט איין אז דיין האר שמעקט שוין די הר הזיתים האסט נאך אסאך צו הארעווען ביז די קומסט דארט אן איך ווייס ס'שווער אבער:
ווארט מיט געדולד אזא 60 70 יא אלעס קומט אן בעיתו ובזמנו
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15099
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

א מענטש איז ווייס האלב פון זיין לעבן, ביז די 40 איז מען טונקעל, פון די 40 ביז די 60 האלב טונקעל און האלב ווייס, פון די 60 ביז די 100 איז מען אינגאנצען ווייס
Get Savings $15 Amazon credit when you spend $75
https://amzn.to/4bndMoh

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
טפסר
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:19 am

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טפסר »

אדם אשר האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:06 pm
ביסט א גוטע שרייבער!
גוט געספעלט גוט געזעצט
האסט טאלאנט!!
יישר כח פאר דיינע ווארימע און פארגינערישע קאמפלימענטן. ס'קומט נישט צופיס...
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2782
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

פיין געשריבן

ריכטיג געטראכט

ספעציעל הנאה געהאט פונעם אויספיר:
טפסר האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:02 pm
ווייל יעצט האב איך איינגעזען אז קיינער ווארט נישט אויף דיך, ניטאמאל דיין אייגענע קערפער...
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4120
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

די ביסט זייער א טאלאנטפולע שרייבער
און זייער ריכטיג געשריבן
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

לייק!
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17397
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ווי האבן צדיקים געטייטשט.. ולבנים אומרים לנו עשו.. די ווייסע האר דעמאנען אז מ'דארף זיך נעמען עפעס אויפטוהן..


למעשה האב איך מיין ערשטע ווייסע הערעלע געטראפן אינעם בארד.. קוקט אויס חסידישע אידן קוקן נישט אין שפיגל.. דערפאר גייען מיר מיט בערד..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

טפסר האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:02 pm
איך הייב אויף מיינע אויגן צו באטראכטן די הארעלעך העכער מיין שטערן אבער זיי ווערן שנעל פארשווינדן פון מיין זע פעלד, נאך עטליכע פארזוכן געלונגט עס מיך א שנעלע בליק צו געבן אויף די פאר הארעלעך וועלכע פארדעקן די הויט פון מיין קאפ.
זיך געטראפן שטיין ביים שפיגל... געטשעקט צו מיר וועט אויך געלונגען כאפן א בליק...
ערנסט גערעדט די האסט א גאלדענעם פעדער אונז ווארטן אויף נאך!!!
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15827
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דער טעב איז מיר שוין אפן א לאנגע צייט, אבער כ’אב מיך אפגעהאלטן פון לעהזן צוליבן סקרוך אין די ביינער.

שרעקעדיג אינדיד!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

אא+
דעט"ס אל"ל אי"י קע"ן סע"י!!
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: מיין ערשטער ווייסער האר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ביי מיין טאטע זז"ג און שטארק האב איך נישט באמערקט ווייסע האר ביז אריבער די 50

ביי מיר האב איך שוין ביי די 35 געטראפן א ווייסע האר אין בארד, עס איז דא אידן אונטער דרייסיג און ווערן שוין ווייס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”