גאלשטיינער!!!!! ווי אזוי ווערט מען פון דעם פטור?

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

whateverusay
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:56 pm

Re: גאלשטיינער!!!!! ווי אזוי ווערט מען פון דעם פטור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך whateverusay »

א ברעקעלע שכל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:06 pm
whateverusay האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:01 pm
איך וויל אבער זאגן אז מיינס א קרובה האט דאס געטון, געזען טאקע די גרינע שטיקער ארויסקומען, אבער עטליכע טעג שפעטער איז עס צוריקגעקומען פיל ערגער און אנגעמאכט לעבער אינפלאמאציע אויך ווייל עס איז געווען אזוי שלעכט, אז מען האט געדארפט נאך פראצעדורן אויסער די גאל אפעראציע צו ערשט אויפשטאפן די גאנצע דאקט וואס איז פול געווען מיט שטיינער און געשטערט אלעס ארום פון פונקציאנירן. מען האט דאן געזאגט אז די קלענס וואס דו האסט דא אויסגערעכנט העלפט בלויז ארויספלאשן די נייע שטיינדלעך וואס עס ברענגט אן בשעת מען טרונקט אויל... איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, אבער איך האב אויך געזען ביי מיין פרוי וואס האט יארן זיך געהיטן פון עסן פעטן, געטון אנדערע זאכן אנשטאט ארויסנעמען די גאל בלאדער, און דאן א שיינע פאר יאר שפעטער האט זי געהאט אזא שוידערליכע אטאקע וואס האט אויך צוגעברענגט צו פאנקריאטייטעס אויף א געפארפולע שטאפל און זי ליידט נאך אלץ יארן שפעטער פון די נאכווייען. מיט מיין פערזענליכע ערפארונג ווי סכנה'דיג א גאל קען ווערן, עס איז נישט בלויז יסורים נאר ממש א לעבנסגעפאר וואס קען הרג'נען חלילה די לעבער און פאנקריעס, וואלט איך רעקאמענדירט צו מאכן די גרינגע אפעראציע און בעז"ה מער נישט וויסן פון קיין פראבלעמען...
נאכ'ן עס ארויספלאשן קען מען מאכן אן אולטראסאונד צו זען אויב עפעס איז געבליבן
קען זיין א גוטע עצה
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”