Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז
האט אים רבי מאיר'ל געפרעגט, אידן האבן הנאה פון דיר, האט דער איד געזאגט מיט שטאלץ אוודאי האבן אידן הנאה פון מיר, צענדליגע אידן האבן פרנסה דורך מיר, און אלע דורכפארער האבן שטענדיג ביי מיר אן אפענע טיר.
דער צדיק מיט זיינע הייליגע אויגן האט גלייך מרגיש געווען אז דער איד זאגט ליגענט, האט ער געזאגט פאר דעם איד, פאר צום צדיק רבי פישל'ע סטריקובער זי"ע ער וועט דיר קענען העלפן.
ווען דער איד איז ארויס האבן זיך די מקורבים שטארק געוואונדערט, וואס עפעס שיקט דער רבי אידן וואס דארפן ישועות קיין סטריקוב.
האט זיי רבי מאיר'ל געזאגט, דער סטריקובער רבי איז א איד וואס זיצט א גאנצן טאג ביי זיך אין שטוב און לערנט, ער פארט קיינמאל נישט ארום און ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אין דער וועלט, פאר אים וועט דעם קרעטשמער געלונגען איינצורעדן זיין בלאפעריי, אז ער העלפט אידן, און רבי פישל'ע וועט מתפלל זיין פאר אים, אבער איך קען דעם קרעטשמער, מיך קען ער נישט איינרעדן.
דער הייליגער אור לשמים האט געהאט א דרך, אז ווען א איד איז זיך געקומען מזכיר זיין פאר א ישועה האט מען די נעמען אריין געשריבן אין א פנקס, און ווען דער צדיק האט געליינט די נעמען און לויט ווי אזוי די נאמען האט געשיינט האט דער צדיק געלאזט יענעם רופן און אנגעוואונטשן, און די ברכות זענען מקיים געווארן.
איינמאל האט הרה"צ רבי מיכל מסאמאטאר זי"ע געשיקט א קוויטל צום הייליגען אור לשמים, און ווען דער צדיק האט געזען דעם נאמען, האט ער געזאגט צום גבאי, איך זעה דא א נאמען ר' מיכל, דער איד איז א גרויסע בעל מדריגה, אבער געב איבער פאר דעם איד אז עס פעלט אים די טהרה פון גיין אין מקו'.
האט דער שליח מיטן קוויטל געזאגט פארן רבין, אז דארט אין סאמאטאר איז נישט פארהאן קיין מקו', ווייל מען קען נישט טרעפן קיין קוואל פון וואסער אונעם גאנצן געגענט, מען האט שוין אלעס פרובירט אבער מען האט נישט מצליח געווען.
האט דער צדיק געהייסן מען זאל זאגן פאר רבי מיכל, אז אין א געוויסע פלאץ אויפן בארג, און געזאגט דעם פונקטליכען פלאץ ווי מען זאל גראבן, און מען וועט דארט טרעפן וואסער.
ווען דער שליח האט דאס געזאגט פאר רבי מיכל, איז ער גלייך געגאנגען צו דעם פלאץ און געגראבן, און לפלא מען האט דארט געטראפן א כשרע קוואל פון מים חיים, און מען האט געהאט א מקו, אבער נאכן הסתלקות פון רבי מיכל איז דער קוואל פארטריקענט געווארן, ויהי לפלא.