ציטיר
6
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך הכל הבל
»
מיטוואך אוגוסט 09, 2023 10:37 am
מילוואקי'ס ערשטע אפריקאנע אמעריקאנע מעיאר דזשאנסאן איז א דעמאקראט און ארבעט זייער נאנט צוזאמען מיט די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע אהערצושטעלן די לאגיסטיקס פון די קאנווענשאן קומענדיגע למספרם יאר ער זאגט אז ער וואלט געהאט די אפציע פון ווייזן די רוקן און זאגן אז רעפובליקאנער זענען נישט וועלקאם אבער עס איז די גרינגע און נישט ריכטיגע וועג ארויס אצינד ארבעטן זיי אינאיינעם און האלטן אן אויג איבער לאקאלן וואו פראטעסטירער קענען זיך זוכן צו פארזאמעלן ביי די בעפארשטייענדע דעבאטע (דארט דארף מען נישט קיין פערמיט צו פאר פראטעסטן) וועלכע וועט אויך פארקומען דארט און אפשאצן ווי אזוי טראפיק ווערט אפעקטירט און ועלן נוצן די ערפארונג אויסצופלאנירן די זיכערהייט ביים קאנווענשאן נאך איידער ער איז געווארן ערוויילט האט שוין דזשאנאן גענומען א קורצע איבערריס פון זיין קאמפיין צו גיין קיין וואשינגטאן די סי צו פארהאנדלען מיט קאמיטע פארזיצער פרוי מקדעניעל און שטופן רעפובליקאנער אויסצוקלייבן מילוואקי פאר די קאנווענשאן