משפט האנטער ***בלויז נייעס***

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אפעלאט געריכט ערלויבט פאר האנטער ביידען אפצושטופן זיין שטייער פראצעס אויף סעפטעמבער למספרם

די געריכט האט אנגענומען די ארגומענט אז עס איז אים זייער שווער זיך צו גרייטן אויף ביידע פראצעסן אין די זעלבע צייט
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

איך זע נישט אין ערגעץ רעדן דערפון,

עפעס איז געווען לעצטענס מיט א וויסלבלויער פון די CIA בנוגע חתן דינן'ס אינוועסטעגעישן?!

@הכל הבל
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5364
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

קו ירוק האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 11:50 am
איך זע נישט אין ערגעץ רעדן דערפון,

עפעס איז געווען לעצטענס מיט א וויסלבלויער פון די CIA בנוגע חתן דינן'ס אינוועסטעגעישן?!

@הכל הבל
די וויסלבלויער לעבט שוין לאנג נישט

ער איז געגאנגען שפאצירן מיט די באועינג וויסלבלויערס
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

American Dream האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 11:56 am
קו ירוק האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 11:50 am
איך זע נישט אין ערגעץ רעדן דערפון,

עפעס איז געווען לעצטענס מיט א וויסלבלויער פון די CIA בנוגע חתן דינן'ס אינוועסטעגעישן?!

@הכל הבל
די וויסלבלויער לעבט שוין לאנג נישט

ער איז געגאנגען שפאצירן מיט די באועינג וויסלבלויערס
שטיות, עס איז געווען פאריגע וואך אין די נייעס.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א לעכטיגן פרימארגן!


מארגן עפנט זיך די פראצעס אקעגן האנטער ביידען איבער די גאן קלאגעס


צום ווידערזען בעז"ה!
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

לוקינג פארווערד צו זיין אין געריכט הויז דורך @הכל הבל 'ס פעדער!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א לעכטיגן פרימארגן!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט ביידען הויבט היינט אן זיין טאג אין ווילמינגטאן דעלעוועיר וואו די פראצעס קומט פאר אבער וועט שפעטער אפרייזן צו ווייט פלעינס ניו יארק און דאן צו גרינוויטש קאנעטיקוט פאר קאמפיין אוונטן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

250 מענטשן זענען געווארן אראפגערופן און עס איז ערווארטעט אז צווישן היינט און מארגן וועט מען אויסקלויבן פון זיי 12 דזשורארס אין צוגאב פון 4 אלטערנאטיוון
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

האנטער איז שוין אין געריכט און געקומען אין באגלייטונג פון די ערשטע פרוי וועלכע איז זיין שטוף מוטער

אויך זיין האלבע שוועסטער איז מיטגעקומען
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

האנטער האט געדארפט אריברגיין די רוטינע זיכערהייט אונטערזוכונג ביים אריינגיין אין די געביידע

ער האט אייגנטליך געדארפט ווארטן א האלבע מינוט אז די מעטאל דעטעקטאר זאל זיך ריסעטן און די געריכט אפיציר האט זיך אנטשולדיגט פארן אים לאזן ווארטן אבער האנטער האט יענעם בארואיגט אז ער איז אקעי
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

האנטער בעט פון א פריינד אוועקצולייגן א זיץ פאר זיין פרוי וועלכע דארף נאכקומען
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוליב די ריזיגע פלייץ פון פעטאנציאלע דזשורארס ווערן דזשורנאליסטן נישט ערלויבט אין הויפט געריכט צימער נאר געשיקט צו א זייטיגע צימער וואו עס דארף ווערן צוגעשטעלט א בלויז אודיא פארבינדונג אבער עס ארבעט נישט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פארשריפטן ווען עס קומט צו באריכטן נייעס ארויס פון געריכט איז פיל שווערער ווי ביי די טראמפראצעס

די מאנהעטען געריכט האט ערלויבט פאר דזשורנאליסטן צו נוצן לעפטאפס אינעם זייטיגן צימער (אבער נישט קיין טעלעפאנען) אבער אינעם איצטיגן פאלדארפן רעפארטער נעמען זייערע האנד געצייכנטע באריכטן און פארלאזן די געביידע און בלויז אינדרויסן קענען זיי עס איבערגעבן פאר אנדערע אדער אריינקלאפן די אינפארמאציע אין לעפטאפס

איינמאל מען איז אינדרויסן קען מען מער נישט צוריק אריין בעפאר די פויזע
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ערשטע דזשוראר קוואליפיצירט באזירט אויף אירע ענטפערס אבער ווערט דערנאך פארשיקט נאכן זאגן אז ער וועט נישט קענען זיין אומפארטייאיש גלויבנדיג אז עס איז א רעכט צוגעטיילט דורך דער פון אויבן צו קענען באזיצן א ביקס
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צווייטע פאטענציאלע קאנדידאט ווערט באשטעטיגט אלס ערשטע דזשוראר מיט די צושטימונג פון אלע זייטן

זי האט ביישטייערט און וואלונטירט צו די הילערי קלינטאן קאמפיין אין 2008 למספרם אבער זאגט אז זי קען זיין אומפארטייאיש אין באצוג צו האנטער
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער בלאקירט די אויפטריט פון א קאלאמביע אוניווערסיטעט פסיכיאטאר וועלכע די סניגור האט געוואלט ברענגן אלס עד עקספערט

יענער האט געזאלט אויפברענגן צווייפלען אין די באהויפטונג פון די פראקורארן אז האנטער האט ווירקליך געוואוסט אז ער איז קלאסיפיצירט אלס דראג אדיקט אין 2018 למספרם ווען ער האט זיך איינגעהאנדלט א ביקס

די ריכטער שרייבט אז וויבאלד דער דאקטאר האט נישט געקנעט קלארשטעלן פאר די קטיגור וואס עס זענען זיינע מיינונגען איבער א רייע פאקטן אין די קעיס לאזט עס זיי איבער אין די טונקל אן קיין מעגליכקייט זיך צוצוגרייטן צו א ריכטיגע קרייץ פארהער און דעריבער וועט ער נישט קענען אויפטרעטן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פארטיידיגונג האט אויך געוואלט נוצן א געשניטענע ווערסיע פון די גאן אפליקאציע פארום און אנווייזן אז אין 2021 למספרם האבן די געשעפט אייגנטומער ארויסגעשניטן טייל פון די דאקומענט

די ריכטער האט עס אבער שארף אפגעווארפן זאגנדיג אז די טייל וואס מען האט אוועקגעשניטן און גענציך אומרעלעוואנט צו די קעיס און שארף געטאדלט די פארטיידיגונג אז סיי וועלכע פארזוך אויפצוברענגן צווייפלען אין די פאליטישע מאטיוואציע פון די געשעפט אייגנטומער באזירט אויף זייער האנדלונג מיט די דאקומענט וועט אומ'יושר'דיג צומישן די דזשורי און נישט ווערן טאלערירט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דריטע דזשוראר קאנדידאט באשטעטיגט אן קיין קעגנערשאפט

זי האט געהערט איבער די קעיס פון סי בי עס נייעס וואס זי האלט מיט יעדע נאכט אלס איר איינציגסטע נייעס קוואל

איר שוועסטער האט אן היסטאריע פון דראג אדיקציע און איז געפונען געווארן שולדיג אין דעלעוועיר פאר קרעדיט קארד שווינדל און דראג קלאגעס מיט 10 יאר צוריק אבער איז זינט דאן ריין

זי שטעלט קלאר אז איר שוועסטער'ס פרשה וועט נישט אפעקטירן איר אומפארטייאישקייט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פערטע קאנדידאט גע'פסל'ט צוליב קעגנערשאפט פון די פראקורארן צוליב פינאנציעלע דרוק

זי ארבעט אויפן שטונדע און איז די איינציגסטע קוואל פון איינקופט פאר איר פאמיליע פון 3
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איז פארהאן אינטערעסע אין די קעיס אדער זאל מען זיך קאנצעטרירן אויף די טעגליכע נייעס?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15844
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אינטערעסע איט איז!
אזזזוי
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 24, 2023 11:26 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזזזוי »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 10:14 am
איז פארהאן אינטערעסע אין די קעיס אדער זאל מען זיך קאנצעטרירן אויף די טעגליכע נייעס?
הכל הבל יעדע זאך וואס דו ברענגסט איז אינטערעסאנט!!
לעצט פארראכטן דורך אזזזוי אום מאנטאג יוני 03, 2024 10:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פיפטע קאנדידאט באשטעטיגט אן קעגנערשאפט

זי ארבעט פאר די סיקרעט סערוויס אין וואשינגטאן די סי אינאיינעם מיט איר מאן

זי האט נישט קלארגעשטעלט אויב זי פלאנט אפצוהאלטן אן אינטערוויו מיט אייוועלט'ס אבימלך
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט האנטער ***בלויז נייעס***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זעקסטע קאנדידאט קוואליפיצירט טראץ קעגנערשאפט פון די פארטיידיגונג

זי האט שטארקע שטעלונגען איבער די רעכט צו באזיצן געווער און גלויבט אז פאליטיקאנטן קימערן זיך מער איבער געלט ווי איבער גאן זיכערהייט

ריכטער פרעגט עטליכע מאל אויב זי קען שטלן אירע נייגונגען אין א זייט און אורטיילן אומפארטייאיש

צו ערשט האט זיך בלויז געקענט פארשפרעכן צו פרובירן אבער עווענטועל געזאגט אז זי וועט וועט עס באווייזן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”