א מינוט אין קאלעך אויוון!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

כ'בין גרייט אין א מינוטפון א פרוי איז צווישן 8 און 14 מינוט.

כ'קום אהיים אין א מינוטפון א מאן איז צווישן 17 און 28 מינוט.

כ'גיי ארויס פאר א מינוטפון א בחור איז צווישן 33 און 52 מינוט.

כ'קען האבן די טעלעפאן פאר א מינוטפון א ערוואקסן מיידל איז צווישן 1:04 און 1:37 מינוט.

אז א קאר זאל ווערן overheated אריבער 80 ווען אינדרויסן איז אין די 60' נעמט ווייניגער ווי 10 מינוט!

א קינד אינעווייניג האט בערך 15 מינוט צו לעבן אין א overheated קאר!


גייסט אריין צו מנחה? גראסערי פאר א פרישטאג? ווארטן אויפ'ן אשת חיל? לאז נישט דיין קינד אין קאלעך אויוון!!!



נומערן זענען בלויז פאר אילעסטראציע. אדרבא פרובירט עס אליינס אויס.
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

ש'כח
זייער וויכטיג צו געדענקן זומער און אגאנץ יאר.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

image (4).png
image (4).png (36.75 KiB) געזען 1741 מאל
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
כתיבה וחתימה טובהושנת גאולה וישועה
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

Screenshot 2024-05-13 111904.png
Screenshot 2024-05-13 111904.png (29.67 KiB) געזען 1386 מאל
אוועטאר
דזשי רי בי
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

יערליכע זומער אווערנעס

לאז נישט דיין קינד פאר קיין רגע אליין אין קאר!
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4792
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

שווערע אינצידענט אין שטאט בית שמש אין אר"י וואו א צוויי יעריג מיידל געפונט זיך אין א קריטישן צושטאנד נאכן בטעות ווערן איבערגעלאזט אין א קאר
ד' בהר פ״ד

עס האט פאסירט אויף רחוב רבי ברכיה אין שטאט, ווען דאס קינד איז באמערקט געווארן אין די קאר, און הצלה האבן אפגעפירט דאס קינד אין שפיטאל זייענדיג אין א שווערן צושטאנד. די ציבור איז מתפלל פאר: נועה בת נעמה לרפואה שלימה.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/106394
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ייש"כ נויז מאשין.

מיינע מינוטן באשטייען גראדע פון גענוי 60 סעקונדן, לא פחות ולא יותר, און דאך האב איך אן אבנארמאלע פאוביע פון איבערלאזן א קינד אין קאר, ה' ישמרנו.

viewtopic.php?t=40172
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:46 pm
LOOK BEFORE YOU LOCK

א שווערע טראגעדיע האט פאסירט היינט אין בית שמש, ווען א צוויי יעריגע קליין קינד איז בטעות איבערגעלאזט געווארן אין א קאר רח"ל, אין די צייט וואס די וועטער איז געווען זייער הייס, און שפעטער ווען מהאט איר געטראפן איז שוין ליידער נישט געווען וואס צו טון רח״ל .
IMG_6187.jpeg
בילד
גראבע ליגנער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:19 pm

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבע ליגנער »

כ'האב גראדע געהערט די וואך א מעשה פון א יוד אין לאנדאן, וואס דארט גייט די סדר אז אנשטאט באסעס איז דא פיל מיט ווענס וואס נעמען די קינדער צו חדר, אז א מאמע האט באקומען א פאון קאל 2:40 נאכמיטאג אז זי זאל גיין אויף פיקן איר יונגעל פון די ווען וואס איז געפארקט א שיינע פאר מינוט אוועק פון חדר, ווייל די ווען דרייווער האט אים בטעות געלאזט דארט א גאנצן טאג, אין יעצט באמערקט....
כ'וויל נישט טראכטן וואס וואלט געווען ווען ס'פונקט הייס יענע טאג...
מדבר שקר תרחק!
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 9:58 am
image (4).png
קיינמאל נישט געוויסט דאס. איך בלייב צומאל זיצן היבש לאנג אין אן אויסגעלאשענע קאר, אויב איז די וועטער גוט (למשל זומער ביינאכט)
גוט צו וויסן
קוה אל השם רבותי
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

ברוך השם אז די קינד אין בני ברק נעכטן האט איבערגעלעבט.

לאמיר אבער יא טראכטן וואס וואלט פאסירט געציילטע מינוט שפעטער, און זיך ארויסלערנען א מוסר השכל.

בפרט אין די וועטער דעי וואך!
ויברך דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:54 pm

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויברך דוד »

2 יעריג קינד ליידער נפטר געווארן אין אשדוד נאכן זיין אליינס אין א פארמאכטע קאר איבער צוויי שעה
דאס קינד פון האט זיך געפונען אין די קאר פאר ארום 2 שעה איידער מען האט זיך געכאפט און גערופן פאר הילף. אמערדזשענסי לייט האבן אפגעפירט דאס קינד צום אסוסא שפיטאל אין א זייער ערענסטן צושטאנד און איז ליידער נפטר געווארן. בשורות טובות.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/108852
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: א מינוט אין קאלעך אויוון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

אין א פרואוו צו ברענגען אויפמערקזאמקייט ביי עלטערן איבער די סכנה פון איבערלאזן קינדער אין קארס אין די הייסע זומער טעג אפילו פאר א קורצע צייט וואס האט שוין ליידער פאראורזאכט צו שווערע טראגעדיעס ה"י, האט א לאקאלע חברים מיטגליד פון סענטראל דזשערסי געטראפן א וועג וויאזוי דאס צו ארויסברענגען אין פולן זין פון ווארט, ער האט געלייגט עטליכע ׳פייס׳ פון רויע פיצא אויף די ווינדשיעלד פון זיין קאר אפן צו די זון פון די פאדערשטע פענסטער און דאס געלאזט אונטער די זון, עס האט נישט גענומען לאנג אין די פיצא איז געווען גענצליך אפגעבאקן גרייט צום עסן. דאס ברענגט ארויס באשיינפערליך ווי הייס א קאר ווערט פון אינעווייניג ווען די עיר קאנדישאן איז פארלאשן און וואס קען ליידער פאסירן ווען א קינד ווערט דארט איבערגעלאזט אין אזעלכע אומשטענדן.
אטעטשמענטס
unnamed - 2024-08-29T122335.891.jpg
unnamed - 2024-08-29T122335.891.jpg (72.03 KiB) געזען 111 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”