Re: ר' יצחק שפירא בן הרב אביעזרי זליג
להודות ולהלל האט געשריבן:נחוניא האט געשריבן: בייגעלייגט אז א מציבה פונעם ביה"ח אין קרית שאול פון איינעם ר' יצחק שפירא בן הרב אביעזרי זעליג.
עס ווערט דארטן אויך דערמאנט לזכר זיין ברודער ר' אלימלך וואס איז אוועק ביי די מלחמה.
ווער איז געווען זיין טאטע?
נוסח מצבת אביו
פ"נ הרב הצדיק ר' אביעזרי זעליג בן הרה"צ ר' יצחק מרדכי שפירא אדמו"ר מגבוזידץ חתן האדמו"ר מהרוהוביץ נכד האדמורי"ם רוזין סדיגורא קרלין זצ"ל ולמעלה בקודש המגיד ממזריץ הרב ר' אלימלך מליזענסק השרף ממוגלניצה והמגיד מקוזניץ זצ"ל נלב"ע י"ט תשרי תש"ד ת'נ'צ'ב'ה' "
נוסח מצבת אמו
פ"נ הרבנית הדגולה הצדקת מרת בלומה רייזל ע"ה אלמנת הרה"צ ר' אביעזרי זעליג שפירא מגווזיץ זצ"ל בת הרה"צ ר' חיים מאיר יחיאל האדמו"ר מדרוהוביץ זצ"ל ונכדת הצדיקים הסדיגורא ומבוהוש לבית רוז'ין וממוגלינצא לבית קוז'ניץ והבית אהרן מקרלין נפטרה בכ' מר חשון תשל"ה תנצב"ה
איך האב געטראפן די דף עדות וואס דער ר' יצחק שפירא האט געשריבן פאר זיין ברודער אלימלך (וואס איז דערמאנט אויף זיין מציבה), און מען זעט אז דער ברודער איז געבוירן בשנת תרע"ה אין מאגלניצא, זיין טאטע האט געהייסן ר' אביעזר זעליג און זיין מאמע האט געהייסן רחל.
זעט מען קלאר אז ער איז נישט א זון פון רבי אביעזרי זעליג מגוואדזיץ וזוגתו בלומא רייזל.
פון די אנדערע דפי עדות וואס דער ר' יצחק שפירא האט געשריבן, זעט מען אז זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון רבי יצחק קטן מטיסמניץ.
לכאורה איז זיין טאטע רבי אביעזר זעליג געווען אן אייניקל פון רבי אברהם יהושע העשיל ממאגלניצא, וואס איז לכאורה געווען דער איינציגסטער פון די קינדער פונעם שרף ממאגלניצא וואס איז געבליבן וואוינען אין מאגלניצא.