זענען בוקיפינג קאמפעניס עכט "בעק אפיס קאמפעניס"
מיר זעהט אויס ווי באמת זענען זיי נישט קיין בוקיפינג קאמפעניס, זיי זענען נאר בעק אפיס קאמפעניס. פון אביסל ריסערטש, זענען די בוקס פון בוקקיפונג קאמפעניס נישט גוט.
די סיבה איז לכאורה, ווייל די מעין זאך פון די קאמפעניס איז פויקעסד אויף בעק אפיס, מען קומט נישט אהן צו אדורעכטוען די בוקיפינג חלק. ועוד בוקיפינג פארלאנגט זיך א פראפעשענעל וואס קען די זאך גוט.
אין די גויאישע וועלט, האבן זיך צוויי זאכן בכלל נישט צוזאמגעשטעלט. בוקיפינג קאמפעניס אפערן נאר בוקיפינג, דהיינו רעקאדירן זאכן אזוי ווי די הלכה איז און אויף א פראקטישע אופן אז מען זאל קענען האבן די ריכטיגע פינענשאל אינפארמאציע וואס פעללט אויס צו וויסן. בעק אפיס איז א גענצליך אנדערע אינדערסטרי.
מסתבר איז אויך אזוי, פירן אן אפיס מיט בוקיפינג פארלאנגען צוויי אנדערע סעט פון סקילס.
איז עס טאקע אזוי? האט איר געהאט ערפארונג מיט א בוקיפינג/בעק אפיס קאמפעני? זענט איר געווען צופרידן מיט די בוקיפינג? איז דא א צורך פאר עכטע בוקיפינג קאמפעניס אין די היימישע מארקעט?