מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

היינט געהערט ווי צוויי אינגעלייט שמועסן, נוצענדיג גאר ענדליכע ווערטער..

וועלוול: איך וויל נישט געבן א נאמען נאך מיין שוויגער... ווייל איך וויל זי זאל לעבן ביז די הונדערט און פיפציג.

זאבי: הייליגע באשעפער העלף אז מיין שוויגער זאל לעבן ביז די הונדערט און פיפציג... ווייל איך וויל נישט געבן א נאמען נאך איר..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

אויב מען קען נישט גיין צו די הדלקה פון ר' אלימלך בידרמאן
קען מען לערנען באר הפרשה און עס ווערט גערעכענט אזוי ווי מען איז דארט געוועהן
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

שפילקעס האט געשריבן: מוצ"ש מאי 25, 2024 11:45 pm
די פאליציי וואס שפאלטן קעפ און ליידיגן אויס די מערה זענען אמת’ע בעלי מסירות נפש..

זיי קענען דאך דער’הרג’ט ווערן אינמיטן די ארבעט דורך א מיסיל פון חיזבאללה..
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

BMW האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:21 pm
ארטיסטיש האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:49 pm
א שווארצן גוי האט זיך אמאל ציגעשארט צו א נאבעלער איד אויף א סיטי באס אויפן וועג קיין מאנהעטן,
פרעגענדיג מיט א תמימות וויאזוי באוויזן די אידן צו זיין אזוי קליג,
"וואס איז די סוד? וויאזוי זענטס עטס אזוי סמארט?"
דער איד האט אנגעהויבן שפירן אומבאקוועם ווען ער האלט דא אימיטן עסן א פרישען מאראנץ און די שחור פרעגט אים קשיות,
פליצלינג פאלט אים א א גענואלע געדאנק....
ער זאגט פארן שחור, "מיסטער זעהסט דעם מאראנטץ? מיר אידן עסן די שאלאכץ פונעם מאראנץ און אט דאס מאכט אונז קליג"
די שחור קוקט אים אן מיט זיינע גרויסע ווייסע אויגן...
"סיריעסלי?! אר יו דזשאקינג???"
זאגט דער איד "ניין! דאס איז די סוד!"
דער שחור האט צומישטערהייט געפרעגט דעם איד צו ער קען האבן א שטיקל זאגט דער איד "דעס מאכט דאך אינז קליג, סא פאר צוואנציג דאללער קענסטו האבן מיין שאלאכץ..."
דער גוי קווענקלט א מינוט, נעמט ארויס א גלאטן צוואנציגער און מיט א שמייכל געט ער עס פארן איד,
"מ'קען דאך ווען סמארט!!!".....
די שחור נעמט די מאראנצן שאלאכץ גייט צו זיין פלאץ און הייבט אן בייסן די ביטערע שאלאכץ איין ביס נאך די אנדערע....
דער איד פרייט זיך אז די שחור איז זיך צוגאנגען...
אבער נאך א מינוט קומט די שחור צום איד מיט געפערליכע טענות "איך כאפ מיך יעצט אז מיט מיין צוואנציגער קען איך קויפן אסאך מער ווי איין מאראנץ און ווערן אסאך מער קלוגער ווי מיט דיין איינע מאראנץ! ס'נישט קיין גוטע דיל!"

די איד הייבט אויף זיינע אויגן און מיט א שמייכל זאגט ער צום שחור "האסט נאך קוים אנגעהויבן עסן א שטיקל, און שוין ביסטן קליג געווארן..........
האמיר אמאל געהערט די מעשה אביסעל אנדערש פון ר׳ שלמה יעקב געלבמאן ע״ה אזוי:
א יוד איז געפארען אויפען פליגער קיין אנטווערפען און ער האט זיך מיטגענומען א סמאוק פיש צו קענען טועם זיין עפעס נאכען זיך הייבען נעמט די יוד ארויס זיין פישל און נעמט זיך עסן איז געזיצען נעבן אים א גוי און ער האט אנגעהויבען מקנא זיין פרעגט ער דעם יוד וויאזוי זענען יודען אזוי קליג זאגט ער אים ווייל יודען עסען די פיש קאפ און דעס מאכט קלוג זאגט דער גוי אפשר קען איך האבען די קאפ פון די סמאוק פיש זאגט דער יוד ער קען נישט אאוועקגעבען זיין קליגשאפט למעשה זענען זיי זיך דורך געקומען אז פאר הינדערט דאללער געט ער אים עס למעשה דער גוי עסט אויף דעם קאפ סהאט געהאט יענע טעם…. געט ער זיך א רוף אן איך בין אינגאנצען משוגע פאר צען דאללער קען איך האבען אזא גאנצע פישל אין גראסערי זאגט דער יוד זעהסט האסט קוים געגעסן איין פיש קאפ און שוין ביזטו געווארען קלוגער….
דערמאנט מיר.
איינער פרערגט זיין חבר, האסט עפעס א גוטע דזאק ?
חבר: וויפיל אייער קענסטו עסן אויף א ליידיגע מאגן ?
איינער: בערך 8.
חבר: נישט אמת, ווייל נאך איין איי איז דיין מאגן שוין נישט ליידיג.. (כי כי כי כי כי לעולם...)
דער איינער גייט זיך ווייטער, און טרעפט א צווייטן חבר, מיט א געשמאקן גוט מארגן פרעגט ער עם וויפיל אייער קענסטו עסן אוןיף א ליידיגע מאגן ?
צווייטע חבר: בערך 5.
איינער: יוש, ווען דו זאגסט ווען 8 וואלט איך געהאט א גוטע דזשאק פאר דיר.......
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7622
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

א מחותן האט צו געזאגט פאר'ן חתן צוויי יאהר קעסט, יעדן טאג צוויי סעודות.
נאכן חתונה האט די חתן געבעטן אז ער וויל 4 יאהר מיט איין סעודה.
האט די שווער געזאגט איך וועל דיר געבן 8 יאהר אן קיין סעודה.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
זעצל גראצאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:55 am
א מחותן האט צו געזאגט פאר'ן חתן צוויי יאהר קעסט, יעדן טאג צוויי סעודות.
נאכן חתונה האט די חתן געבעטן אז ער וויל 4 יאהר מיט איין סעודה.
האט די שווער געזאגט איך וועל דיר געבן 8 יאהר אן קיין סעודה.

יוי האב איך געלאכט!!
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:55 am
א מחותן האט צו געזאגט פאר'ן חתן צוויי יאהר קעסט, יעדן טאג צוויי סעודות.
נאכן חתונה האט די חתן געבעטן אז ער וויל 4 יאהר מיט איין סעודה.
האט די שווער געזאגט איך וועל דיר געבן 8 יאהר אן קיין סעודה.
געוון א שווער וואס האט צו געזאגט 10 יאר קעסט. 10 טעג נאך די חתונה זאגט דער שווער פארן איידים אז דער פסוק זאגט יום לשנה, איז שוין פאריבער 10 יאר און דער קעסט איז שוין פארריבער.
זאגט דער איידים, אז אוויב מען וואוינט מיט א פרוי פאר 10 יאר און זי האט נישט קיין קינדער, קען מען איר אפ'גט'ן. זיי אזוי גוט און נעם אהיים דיין טאכטער.
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4435
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

ווי לאנג נעמט די ברכה וואס מ'מאכט אויף א קאווע?

זייער לאנג
פון מודה אני ביז ותלמוד תורה כנגד כולם - און צומאל אויך די גאנצע קר"ש
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7304
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

@יאנאש

וויאזוי פלעג "ער" דערציילן...

דער איידעם האט גערופן דעם שווער צו דין תורה, אז ער האט אים צוגעזאגט קעסט פאר 5 יאהר און גארנישט.

דער שווער פרעגט: איין מאהל א וואך פיש, צוויי מאהל א וואך הינער פלייש, איין מאהל בהמה פלייש, מיטוואך מילכיגס, און נאכער שבת מיט אלע סעודות איז נישט גענוג?

דער איידעם: ס'יז גענוג, אבער דו גיבסט עס נישט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

מפי השמועה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:28 pm
ווי לאנג נעמט די ברכה וואס מ'מאכט אויף א קאווע?

זייער לאנג
פון מודה אני ביז ותלמוד תורה כנגד כולם - און צומאל אויך די גאנצע קר"ש
אבער סי'ז נישט די לענגסטע ברכה...
די ברכה אויף פרישטיג נעמט לענגער...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
ערנסט
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:43 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט »

א איד האט געריפען זיין דיין פרעגן אויב ער זעט א נארמאלע מענשט צו ער דארף מאכן א שהחיינו

זאגט אים די דיין רוף מיר ווען סאיז נוגע..........



ווי פלעגט מען זאגען די ווארט נארמאל טרעפט מען שוין כמעט נישט היינט חוץ אויפען וואש מאשין אין אפילו דארט איז עס שוין אפגעריבען
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

ערנסט האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:23 pm
א איד האט געריפען זיין דיין פרעגן אויב ער זעט א נארמאלע מענשט צו ער דארף מאכן א שהחיינו

זאגט אים די דיין רוף מיר ווען סאיז נוגע..........



ווי פלעגט מען זאגען די ווארט נארמאל טרעפט מען שוין כמעט נישט היינט חוץ אויפען וואש מאשין אין אפילו דארט איז עס שוין אפגעריבען
פארוואס ווען א משגע'נער קומט אריין אין בהמ"ד דרייט זיך יעדער אויס קוקן ?

אזויווי איינער וואס פארקויפט שיך, באמערקט ער אלע שיך אין בהמ"ד.
איינער וואס פארקויפט רעקלעך, באמערקט אלע רעקלעך אין בהמ"ד.

אוזי אויך איינער וואס פארקויפט משגע'תן, באמערקט אלע משגע'תן אין בהמ"ד
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

א איד וואקט אין גאס און זעהט א אינגעלע וויינט, פרעגט ער אים: אינגעלע וואס וויינסטו אזוי?
זאגט אים די אינגעלע: איך וויין אזוי, אז דו ווילסט וויין אנדערש...


באלאנגט אין ’קליינע אוצרות’ אין מעלות
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:49 pm
א איד וואקט אין גאס און זעהט א אינגעלע וויינט, פרעגט ער אים: אינגעלע וואס וויינסטו אזוי?
זאגט אים די אינגעלע: איך וויין אזוי, אז דו ווילסט וויין אנדערש...


באלאנגט אין ’קליינע אוצרות’ אין מעלות
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4435
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

באקאנט אז ווען איינער קומט אריין אין ביהמ"ד און שרייעט: האלאו! דו משוגע'נער!
וויפיל אירע דרייען זיך אויס צו אים...
(אזוי ווי 'די נער זאל ארויסגיין פון מקוה!...')
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

די new York police גייט אנהייבן ניצן Toyota Sienna's פאר פאליציי קאר'ס,
כדי די היימישע ציבור וואס קען זיך נישט ערלויבן צו קויפן מעכטיגע קארס, זאלן יא האבן וואס צו קויפן צו זיין מעכטיג...
נישט דער קלוגסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 3:05 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דער קלוגסטער »

שטייט, ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי. האט די קאצקער געזאגט: "ונשארה שפחה".
האט א ליטוואק געטראפן די ווארט אין א ספר, האט ער צוגעשריבען: "פשיטא, מי שיחררה"
האט א חסיד צוגעשריבען: "ראה ליטוואק קאצקע ווארט, ונשאר ליטוואק..."
לערן זיך פון יעדעם וועסט ווערן קלוגער
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

נישט דער קלוגסטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:53 pm
שטייט, ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי. האט די קאצקער געזאגט: "ונשארה שפחה".
האט א ליטוואק געטראפן די ווארט אין א ספר, האט ער צוגעשריבען: "פשיטא, מי שיחררה"
האט א חסיד צוגעשריבען: "ראה ליטוואק קאצקע ווארט, ונשאר ליטוואק..."
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4435
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

פארוואס א בעטערי קאר האט נישט קיין לעכער אין זיין נאז?
ווייל אזוי ווי עס האט נישט קיין געז פעלט נישט אויס קיין לופט צו קענען אטעמען
ערנסט
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:43 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט »

א איד קומט אהיים פין שול מיט זיין קאר אין וויל פארקען-
ווער עס ווייסט וואס מיינט פארקען אין ווילימסבורג ווייסט אז עס איז פון די עבודה קשהס,,
שיקט דער איד ארויס זיין בחור פון קאר און זאגט אים איך גיי בעקן אין די וועסט מיר זאגען ווען איך זעץ אריין!
ערלעדיגט!
ער הייבט אן בעקן
שטיל,
בעקט ווייטער
שטיל,
נאך איין בעק אין באאאאאאם........
זיין בחור קומט צו
טאטי?
יא!
פינקטליך 10:05...........
נישט דער קלוגסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 3:05 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דער קלוגסטער »

האט א רבי'לע אריינגערופען זיין גבאי פאר פסח, און האט זיך אנגעהויבען נאכפרעגן ווי מען קען באקומען די בעסטע מצה, די גבאי האט זיך אזוי אנגערופען מיט וואונדער:"איך האב געמיינט אז די רבי האט שוין נישט קיין טעם אין עסן".
האט די רבי גע'ענטפעט: "יא יא, א טעם אין עסן האב איך טאקע נישט, אבער צו "קראנטש" פארשטיי איך נאך..."
לערן זיך פון יעדעם וועסט ווערן קלוגער
זעצל גראצאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

ערנסט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:36 pm
א איד קומט אהיים פין שול מיט זיין קאר אין וויל פארקען-
ווער עס ווייסט וואס מיינט פארקען אין ווילימסבורג ווייסט אז עס איז פון די עבודה קשהס,,
שיקט דער איד ארויס זיין בחור פון קאר און זאגט אים איך גיי בעקן אין די וועסט מיר זאגען ווען איך זעץ אריין!
ערלעדיגט!
ער הייבט אן בעקן
שטיל,
בעקט ווייטער
שטיל,
נאך איין בעק אין באאאאאאם........
זיין בחור קומט צו
טאטי?
יא!
פינקטליך 10:05...........
זעהט אויס א גוט ווערטל אבער כ'פארשטיי עס נישט, קען מיר איינער מסביר זיין?
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

זעצל גראצאוויטש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:16 pm
ערנסט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:36 pm
א איד קומט אהיים פין שול מיט זיין קאר אין וויל פארקען-
ווער עס ווייסט וואס מיינט פארקען אין ווילימסבורג ווייסט אז עס איז פון די עבודה קשהס,,
שיקט דער איד ארויס זיין בחור פון קאר און זאגט אים איך גיי בעקן אין די וועסט מיר זאגען ווען איך זעץ אריין!
ערלעדיגט!
ער הייבט אן בעקן
שטיל,
בעקט ווייטער
שטיל,
נאך איין בעק אין באאאאאאם........
זיין בחור קומט צו
טאטי?
יא!
פינקטליך 10:05...........
זעהט אויס א גוט ווערטל אבער כ'פארשטיי עס נישט, קען מיר איינער מסביר זיין?
הגם עס לוינט נישט צו מסביר זיין א וויץ.. אבער:
דער טאטע האט געזאגט פארן בחור ער זאל אים זאגן ווען ער קראכט אריין, האט דער עקש פארשטאנען אז ער דארף געדענקען פוננקטליך די זמן ה’קראך... די קראך איז געשעהן.. איז ער געקומען שרייען: טאטי! ס’געווען פונקטליך 12:34:56! אדער 10:05....
זעצל גראצאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:19 pm
זעצל גראצאוויטש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:16 pm
ערנסט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:36 pm
א איד קומט אהיים פין שול מיט זיין קאר אין וויל פארקען-
ווער עס ווייסט וואס מיינט פארקען אין ווילימסבורג ווייסט אז עס איז פון די עבודה קשהס,,
שיקט דער איד ארויס זיין בחור פון קאר און זאגט אים איך גיי בעקן אין די וועסט מיר זאגען ווען איך זעץ אריין!
ערלעדיגט!
ער הייבט אן בעקן
שטיל,
בעקט ווייטער
שטיל,
נאך איין בעק אין באאאאאאם........
זיין בחור קומט צו
טאטי?
יא!
פינקטליך 10:05...........
זעהט אויס א גוט ווערטל אבער כ'פארשטיי עס נישט, קען מיר איינער מסביר זיין?
הגם עס לוינט נישט צו מסביר זיין א וויץ.. אבער:
דער טאטע האט געזאגט פארן בחור ער זאל אים זאגן ווען ער קראכט אריין, האט דער עקש פארשטאנען אז ער דארף געדענקען פוננקטליך די זמן ה’קראך... די קראך איז געשעהן.. איז ער געקומען שרייען: טאטי! ס’געווען פונקטליך 12:34:56! אדער 10:05....
אזא ויץ האט זיך שוין געלוינט מסביר צו זיין
ס'איז א גוטס!
אוועטאר
אוהב חסידים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:21 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חסידים »

ערנסט האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:23 pm
א איד האט געריפען זיין דיין פרעגן אויב ער זעט א נארמאלע מענשט צו ער דארף מאכן א שהחיינו

זאגט אים די דיין רוף מיר ווען סאיז נוגע..........



ווי פלעגט מען זאגען די ווארט נארמאל טרעפט מען שוין כמעט נישט היינט חוץ אויפען וואש מאשין אין אפילו דארט איז עס שוין אפגעריבען
אויף היינטיקע שטייט שוין נישט נארמאל, עס שטייט רעגעלער.
בדרך החסידות נלך ובה תחזי ומינה לא תזוע, ובאותה מסילה נעלה כי לא יזנח לעולם ה' את עמו, וכבר הבטיחנו כי לא תשכח מפי זרעם וזרע זרעם עד עולם ובכל דור ודור יש צדיקים שהקב''ה מאיר עיניהם בתוה''ק וישורו דרכם לפני ישראל ויתהלכו לפני ה' בארצות החיים.
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”