Re: סטאקס
Hershela האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 11:01 amמיין סטראטעגיע אין טרעידן סטאקס איז צו טוישן צו 3x לעוורידזשט ETF ווען עס איז נידריג און צוריק טוישן צו 1x ווען עס איז צוריק הויך
ווי למשל: עס ליגט ביי QQQ, און ווען QQQ פאלט מיט 30% פון די All time high טויש אויך עס צו TQQQ
און ווען די QQQ קומט אן צו 15% העכער פון די All time high פון פאר עס האט געטראסקעט טויש איך צוריק צו QQQ
וחוזר חלילה ווען די QQQ טראסקעט מיט 30% פון די נייע All time high.
איך פארדין פון דעם אז א קראך זאל זיין א פארדינסט אנשטאט א איבערלעבעניש
מיין פראבלעם איז אז עס ווערט רעקארדירט קעפיטעל געינס אפילו איך האב סך הכל נאר געריקט פון איין פלאץ צום צווייטען אן ארויס נעמען א סענט
מען שאלה איז צו עס דא א פאנד אדער א ETF וואס טוט בערך די שפיל אן דעם וואס מען זאל דארפן טוישן צו א צווייטע ETF און רעקארדירען קאפיטעל געינס (כ'מיין אז) יא
אדער צו עס איז דא עפעס א וועג (חוץ א IRA אדער א DAF) צו טוישן פון איין פאנד צום צווייטען אן דעם וואס ס'זאל ווערן רעקארדירט קעפיטעל געינס