האלאו איך בין אויך א נארמאלע מענטש!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
תהילים זאגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:39 pm
לאקאציע:ביים תהילים'ל

האלאו איך בין אויך א נארמאלע מענטש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהילים זאגער »

איך ווייס נישט פארוואס איך שרייב דא, אבער אז עס טוט ווי שרייבט מען.
תהילים'ל טוט לעצטנס אביסל אין גרעפוקס פאר מוסדות אין קהילות, אין איך האב מיר אנגעשטויסן אין א פראבלעים וואס איז זייער אנגעגעסן, דהיינו אז מענטשן מיינען אז א שיינע עד, פאוסטער, מודעה, ווערט באשאפן פון פינגער ארויס אווי גארנישט,
וואס דיזע אידן פארשטייען נישט איז אז מאכן גרעפיקס דארט צייט מען דארף אויפקומען מיט איידעס
אויפסעטן א צעטל אין פעדש לעיאוט, וכו'
אין עס מאכט אז דיזע אידן דערמאנען זיך אזוי 5'נפע נאכמיטאג אז איך דארף וויכטיג האבן א צעטל פאר היינט ביינאכט, אדער פרייטאג 2 שעה פארן זמן אז איך האב נאכנישט קיין צעטל פאר פרק, וכדומה
אין מען קאלט אן דעם גרעפיקער אין די שמועס גייט בערך אזוי
- האלאו קענסט מיר נאך מאכן א צעטל עס זאל זיין נאך זיין גרייט אויף שבת?
- עם נישט עכט די ווייסט אז עס איז שוין באלד שבת אין איך האב נאך טויזנט זאכן צו טוהן ביזן זמן
- יא אבער איך בין אויס מענטש די מגי"ש האט יעצט קאנפורמד אז ער איז גרייט פארצולערנען
- בסדר אבער איך בין שוין נישט אין אפיס, ביטע זיך דיר א צווייטן
גייט דורך 15 מינוט און ער רופט צוריק
- האלאו
- יא תהילים'ל איך בין סטאק טוה מיר א טובה און מאך מיר די צעטל קא"ם א"ן די ביסט פיין (דא קומט ער אריין מיט זיין חניפה), מאך מיר די צעטל איך וועל דיר צאלן אביסל מער (???? ווען האב איך לעצט געזען א גרייצער פון אים),
- אבער די ווייסט אז עס איז שוין באלד שבת?
- יא אין וועגן דעם צאל איך דיר מער
- נא תהילים'ל איז דאך א גוטער זאגט ער פיין דאס מאל וועל איך דיר דאס טוהן
תהילים'ל לויפט אויפן וועג צום מקוה אריין אין אפיס'ל אין עפענט אויף די קאמפיוטער און הייבט אן צו ארבעטן אויף די צעטל, און אפאר מינוט אריין אין די ארבעט אפ"ס די קאמפיוטער האט געכאפט א ערב שבת דרימל................................................................
וואס טוט מען דא דער בחור רופט דאך יעדע פאר מינוט זעהן צו עס איז שוין גרייט (כאילו אז דאס גייט מאכן אז די צעטל זאל ווערן גרייט שנעלער)
- נא עס איז שוין גרייט
- גיב מיר נאך אפאר? מינוט
- אקעו אבער מאך עס שנעל
- נא נא
- רוף מיר ווען עס איז גרייט עס איז שוין באלד שבת (יעצט דערמאנט ער זיך?)
שוין די קאמפיוטער איז שוין אויסגערוהט מען נעמט זיך צו די ארבעט, מרוקט אהין אביסל מער ארויף אין שוין עפעס האט זיך געמאכט, איך רוף אים אן אין איך זאג אים אקעו איך שיק דיר עס אריין
גייט נישט אדורך אפאר מינוט און ער רופט צוריק
- שכוע"ך אבער איך געדענק פאר איך האב געזעהן אין די לוח המודעות 2 יאר צוריק א שיינע פרק צעטל ווען כ"ק אדמו"ר מהודא נאנאש איז געווען דא אין שטאט צוגאסט איך זוך אויף די בילד אין איך שיק דיר עס אריין אפשר קענסטו עס נאכמאן איך מיין די געדאנק
- צדיק'ל נישט יעצט רוף מיר נאך שבת איך דארף נאך גיין אין מקוה ++++
- אקעו
שוין א הערליכע שבת אדורך אויף משפחת זאגער"ל
מאנטאג צופרי טרעף איך אים אין ס'מעדריש אין איך פרעג אים האסט שוין די צעטל?
זאגט ער מיר יא איך שיק דיר עס אריין ע"ס סאו"ן איי"ם אפענונ"ג מי"י אפי"ס
זאג איך אים פיין
גייט אדורך מאנטאג ולא נודע
דינסטאג איך דערמאן אים אינמיטן טאג אבער נא"ו ריספאנ"ס
מיטוואך סעי"ם ע"ז יעסטערדע"י
גיי איך אריין יעצט אין אפיס והנה דער בחור איז דא מיט א ליסט פון דא ביז מארגן
וואס ער דארף גרייט פאר צופרי
דא האט תהילים'ל שוין געפלאצט ממילא קום איך דא אין איך וויל דיר זאגן מיין טייערע פריינד אמת די צאלסט מיר זייער שיין אבער זאלסטו וויסן אז די ביסט נישט מיין איינציגסטער קוסטומער אין איך האב נאך אסאך ארבעט וואס ווארט מען זאל קעי"ר נעמען דערפון, אז שריי מיר נישט אן אז מיינע זאכן ווערן גרייט די לעצטע מינוט ווען די גיבסט עס אריין א מינוט פאר די לעצטע
איך בין א נורמאלער? מענטש פונקט ווי דיר און איך וויל זייער שטארק האבן א נורמאלער סדר היום באט אין די לעצטע שטיק צייט זייט איך האב אנגעהויבן צו טוהן ארבעט פאר דיר זעה איך מיר אהיים קומען סאך שפעטער ווי געראכטן וכו' מיין גאנצע סדר היום ווערט נאכדעים פארדרייט
סאו פון היינט אין ווייטער מאך איך מיט דיר א תנאי כפול יעדע זאך וואס די דארפסט שיק אריין 3 טעג פאר די דארפסט עס גרייט.
און אויב נישט זיך דיר א צווייטן

גענוג געשריבן איך האב מיר סתם געדארפט אויסבלאזן ביי
אבימלך האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:43 pm
אזויווי איך קען נישט ארויסגיין מיט צעפלויגענע פיאות, אזוי קען איך נישט ארומגיין מיט פארשוועכטע ציצית.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14867
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: האלאו איך בין אויך א נארמאלע מענטש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

זיי נישט קיין נארמאלע מענטש.
האב א קארד אן פייל.
ערב שבת דארף %70 זיין באצאלט אפ-פראנט און יעדע רעוויזשן אן עקסטערע פי!
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5738
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: האלאו איך בין אויך א נארמאלע מענטש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

אין קרית יואל דרייט זיך לעצטנס א נארמאלע מענטש
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”