שעפעלע
נישט לאנג צוריק געבוירן ער
ער שפירט ווי א פארלוירענער
פארבלאנדשעט פונעם סטאדע
און פונעם געטרייען פאסטוך אוודאי
אזוי איינזאם עלנד און אינג
וואו איז דער פאסטוכל'ס קלינג
ער ווייסט נישט וואו אהין צו קערן
צו וועט ער אמאל געפינען ווערן?
פארוואס זוכט מען מיר נישט בכלל
פארשטייט ער נישט מאמענטאל
צו דען א מערק געטאן האט קיינער
אז עס פעלט פון די סטאדע איינער?
א גרופע צוזאמען געווען מיר זענען
אבער קיינער טוט נישט דערקענען
אז עס איז געווארן פופצן פון זעכצן
ער וויינט מיט זיפצן און קרעכצן
צו איז מעגליך אז קיינער זעט
אז עפעס שרעקליך צו מיר געשעט?
טייערע איד הער זיך גוט איין
אמת טאקע, ס'פיל מיט פיין
אבער דוקא דאן, אינעם מצב געדיכט
קען מען טרעפן עקסטערע ליכט
ווען מען איז פארלוירן אן קיינעם
טרעפט מען זיך נאר מיט איינעם
נאר מיט זיך, די גוף און די נשמה
און טאקע דאן קען מען טרעפן א נחמה
ווייל ווען מען איז מיט זיך אינגאנצן
טוט מען אנערקענען פרישע שאנסן
מען טרעפט זיך מיט די אייגענע תחינה
און מ'זעט אז דער איינציגסטער ממונה
איז נאר דיר, אין דיין גאנצן לעבן
און דו באשליסט וואו צו שטרעבן
איינזאם זעט עס אפשר טאקע אויס
אבער מ'גייט פונעם באקסל ארויס
מ'פלאנירט אויס ווי אזוי זיך אומצוגיין
אפילו ווען מ'איז עלנד, איינער אליין
מ'וועט דיר בקרוב צום סטאדע צוריק טראגן
אבער האפענטליך וועסטו שוין דאן פארמאגן
עטוואס מער אמת'ע און ריינע קלארקייט
און נייע סטראטעגיעס צו געווינען דעם פייט.
ער שפירט ווי א פארלוירענער
פארבלאנדשעט פונעם סטאדע
און פונעם געטרייען פאסטוך אוודאי
אזוי איינזאם עלנד און אינג
וואו איז דער פאסטוכל'ס קלינג
ער ווייסט נישט וואו אהין צו קערן
צו וועט ער אמאל געפינען ווערן?
פארוואס זוכט מען מיר נישט בכלל
פארשטייט ער נישט מאמענטאל
צו דען א מערק געטאן האט קיינער
אז עס פעלט פון די סטאדע איינער?
א גרופע צוזאמען געווען מיר זענען
אבער קיינער טוט נישט דערקענען
אז עס איז געווארן פופצן פון זעכצן
ער וויינט מיט זיפצן און קרעכצן
צו איז מעגליך אז קיינער זעט
אז עפעס שרעקליך צו מיר געשעט?
טייערע איד הער זיך גוט איין
אמת טאקע, ס'פיל מיט פיין
אבער דוקא דאן, אינעם מצב געדיכט
קען מען טרעפן עקסטערע ליכט
ווען מען איז פארלוירן אן קיינעם
טרעפט מען זיך נאר מיט איינעם
נאר מיט זיך, די גוף און די נשמה
און טאקע דאן קען מען טרעפן א נחמה
ווייל ווען מען איז מיט זיך אינגאנצן
טוט מען אנערקענען פרישע שאנסן
מען טרעפט זיך מיט די אייגענע תחינה
און מ'זעט אז דער איינציגסטער ממונה
איז נאר דיר, אין דיין גאנצן לעבן
און דו באשליסט וואו צו שטרעבן
איינזאם זעט עס אפשר טאקע אויס
אבער מ'גייט פונעם באקסל ארויס
מ'פלאנירט אויס ווי אזוי זיך אומצוגיין
אפילו ווען מ'איז עלנד, איינער אליין
מ'וועט דיר בקרוב צום סטאדע צוריק טראגן
אבער האפענטליך וועסטו שוין דאן פארמאגן
עטוואס מער אמת'ע און ריינע קלארקייט
און נייע סטראטעגיעס צו געווינען דעם פייט.