Re: דרשת הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ - אודות הפירצה פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער
דאס וואס דו לייגסט אראפ איז א פראבלעם פון 'כי באפם הרגו איש' און נישט פון חתן_כלה בילדער, וייל כו''ע מודי אז די כלה מעג יא ווייזן חתן כלה בילדער פאר אירע פרענדס, נאר זיי דארפן זיין נארמאלע מענטשן און פארשטיין נישט צו קאמענטן נעגאטיווע הערות, שוין ובזה סיימתי. איך בין מורא'דיג ביזי היינט.Kosher Travel האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 5:04 pmמגזם זיין? ווייל איר ווייסט נישט? רעב איד, איר ווייסט נישט אלעס. דאס אז איר האט נאך נישט געהערט דערפון, מיינט נישט אז עס געשעט נישט.
איי פארוואס הערט איר נישט דערפון? צום דיין קומען שאלות, און צום רב קומען די פראבלעמען. און זיי הערן יא דערפון!
און ווי אייביג, איעדער האט ליב א מעשה... מיין בני בית האט שווער געארבייט אויף א כלה מען זאל נישט אפלאזן די שידוך 2 וואכן פאר די חתונה! פארשטייט זיך, פשוט אויסגערעד אז זי זאל אליינס מאכן די גיטע החלטה. מיר גלייבן נישט און זאגן פאר יענעם וואס צו טוהן. (נישט א חסידישע כלה, אבער גאר היימיש פרום, יעשיביש). פארוואס? עפעס האט די כלה אפגעמאכט אז די חתן איז א פארקוקעניש... וואס גייט פאר? איך רעד שוין נישט דערפון אז looks are not everything, און די גאנצע engagement איז מען געווען היי מיט זיינע מעשים טובים, זיין מענטשליכקייט, זיין אהוב בין הבריות. די קשיא איז דאך געווען, ער האט דאך יא נושא חן געווען אין דיינע אויגן, פארן און נאכן ווערן א כלה? וואס גייט פאר....??? נאכן גריבלען... אפאר טעג... האט די כלה פארציילט... אז יא, זי האט נישט קיין שום עכטע סיבה, אבער... מאנכע פרענדס וואס האבן געזען די חתן כלה בילדער, האבן געקרומט מיט די נאז אויף זיין looks! דאס מיינט כי בעפם הרגו איש. איך האב געזען א בילד פונעם חתן. ניין, נישט קיין יוסף הצדיק, אבער אויך נישט קיין פארקוקעניש. נארמאל. דאס איז by the way, פארוואס ביי אונז האבן מיר קיינמאל נישט געוואלט מאכן שידוכים פון בילדער! מיר זענען בעל בתי'שע געשטימטע מענטשן, און קיינער קען אונז נישט חושד זיין אז מיר זענען "פארפרומטע-כאניאקישע". אבער מיר האבן, און טוען ווייטער פייטען אז די געמיינע זאך פון בעטן מען זאל אימעילען א בילד פונעם בחור אדער מיידעל זאל זיך נישט אריינכאפן ביים חסידישען עולם! מיר זאגן פאר די חסידישע שדכנים וועס בעטן, הערט אויף! טוישט נישט די סטענדערט ביי אונזער היימישע אידן! אונזערע הייליגע קינדער are much more than their looks. מען קען נישט ארויסהאבן די מהות פון קיינעם אן זיך טרעפן פערזענליך. יא, איך האלט אז looks איז "אויך" וויכטיג. אבער זייער ווייט פון זיין פון די "וויכטיגע" זאכן. און רבותי, דאס אז חתן כלה רעדן ארום פאר די חתונה האט שוין גורם געווען צו אפלאזן שידוכים און "אסאך" גורם געווען אז נאך די חתונה פעלט די קאנעקשאן וואס פעלט אויס! איך רעד אסאך מאל שטותים. אבער רבותי, איך בעט ענק, גלייבט מיר דא "דעט איי קנאו וואט איי עם טאקינג עבייט".