אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:53 am
יהודה אריה האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:57 am
אויש כ'בין אויך דארט געווען......😓
נא

אפשר ביסטו גרייט צו שערן מיט דער עולם ווי אזוי האסט באוויזען צו מער נישט דארט זיין.

כגלייב סאיז דא מענטשען וואס קענען באשטיין אויך נישט מער דארט זיין און זיכען עדווייס.
וואס איך האב געטוהן. פרעגסט דאך יא גוט.

איז אזוי, קודם האב איך גוט געסאפערט. דעס איז געווען מיין ערשטע סטעפ.

איך בין געווארן אראפגעקוקט פון פילע מענטשן וואס האבן נאר געזעהן מיין דרויסן. מענטשן וואס היינט האט דער באשעפער געמאכט דארפן צומאל מיין הילף

דערנאך בין איך געגאנגען פאר טערעפי. נאך צוויי טערעפיסטן וואס האבן געטויגט אויף כפרות. (עקטשולי ניטאמאל כפרות, כפרות האבן א ניצן.) בין איך אנגעקומען צום גוטן שליח.

דערנאך איז געקומען אפאר יאר פון טערעפי, בכלל נישט קיין גרינגע ארבעט. דארט האב איך איינגעזעהן אז די סאשעל ענגזייעטי איז סך הכל א שלייער פאר אנדערע זאכן, און מיט די צייט געלויבט גאט מער נישט געהאט די ענגזייעטי + געווארן באקוועם אין מיין אייגענע הויט.

אראפצושרייבן די טערעפי פראסעס איז נישט קיין גרינגע מעשה בכלל.
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

אפגענומען מיר דעם לשון...
אוועטאר
חרדי חסידי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 31, 2023 3:34 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרדי חסידי »

ממש מיטגעזינגען(מיטגעוויינט) ביים נשמה ניגון פון משה גאלדמאן א ניגון וואס כהאב שוין צוגעהערעט הונדערטע מאל אין אלע שווערע צייטען.
צייט איז ווערדפול
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 3:29 pm
לאקאציע:גלות

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט איז ווערדפול »

איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אזוי גוט אראפצולייגן מיין לעבן אויפן האר

איך וויין... אוי טאטע!

גראדע קומט מיר אריין א הרגש אז דאס איז ספאנסערד ארבעט פון איינעם מיט כוונה פינגעראפדריקן פון פג צו אויפשאקלען דעם עולם פון אינעווייניג דעם עולם פון וואס אזויפיל היימישע אידן זענען, אז דאס איז ווי א לעבן פון טויט!

למעשה צו יא צו נישט דארף זיך אויפוועקן אביסל
עורו ישנים משנתכם פארוואס איז דא אזויפיל יונגעלייט וואס מוטשענען זיך מיטן זיך טרעפן דאס,פלאץ און בית מדרש אדער און כולל, פלען וועגן מקומט פון א אנדערע שטאט און מקען קען נישט צופיל חברים פון דארט און מען זיצט אליין!
ועד ועוד ועוד...
ר' איד הער מיך גוט אויס:
די טראכטסט פון דיר, און דיין חבר/שותף/קינד/ ווייבטראכט פון זיך....פינטל .
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3249
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

דזשאסט wooooow, דאס איז דאך גין גאלד!
דאס ברויך באקומען די העכסטע מאדאל וואס איז שייך אין די ארטיסטישע - קונסט אקאדעמיע.

רויע הארציגע געפילן, געמישט מיט בלוטיגע געגועים אין מעטאלענע רצונות, ליינענדיג די שורות שפירט ווי איידעלע זיידען געמישט מיט א ווייכע לעדער.

איך וואונטש דיר די בעסט, קום צירוק מודיע זיין ווען די זעסט זיך ארויס אי"ה.
לייקוס
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע:לעיקוואד

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

נישט ווייט צוגיין,איך געדענק אליין,יעצט ביסט אונטער א שטיין,און א טיפע הייל,
ליגסטו מיין קרוין,לאנגע יארען שוין,מיין נפש׳ל לייקוס ממממממלך שלי.

אוי לייקוס לייקוס, שטיי אויף פון דיין שלאף געטרייער לייקוס זאג וואס איז צוטאהן, זעע וואו צופראקט ער איז דייייין אומשולדיג זעעל,און אלע אגענדעס און קאסטעיומס נעמען זיך פאר לייקוס נישט אהן.

אבער ווען מוועט הערן די זעלל ברעכט אויס און א געשריי יא!
וועט מען פונעם איגאודיגע קבר אויפשטיין גיך יא!
און מיין זעעל,מיין הארץ און געפיל,
מיט א פרייהייט זיי וועלען זיך געבען א צו שפיל,
און אויף די מינוט וועט זיך געבן א ריק פילע שיטות ואגענדאוס,
המשך יבוא

מקען שרייבען טעג און נאכט,
על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי,
אוי סבענקטסיך צו דיך,מיין יונגעלע און מיר, געלעבט האסטו אומשולדיג און זיס, כמות שהוא אהן קיין יוסט.
געזעצען האסטו שעות, מיט דיר אליינס זיך באגעניגענט,
זיצען זעע איך דיך, ביים אלף בינה ביים חומש,און בית מדרש אדער אינדערהיים,
שטיל איינער אליינס,מיט דיר מיין זעעל מיין געפיל ,אוי וואו עכט, אוי ווי גוט ביסטו.
מצאוני השומרים הסובבים,
אוי וואו נעריש בין איך געווען,ווען פאר די גרויסע בין איך געפאלען,
געוואלט האב איך נאר אביסעל פון מיר ארויסגיין,א בטלן א חוזק נישט חלילה פאר די בולי אויסקוקען.
א פיסק און טשארם געהאט האביך א גוטע,צוביסלעך אן איידענטעטי געבויעט א פרישע,א שארפער,א קלוגער,א בעל כח ומח.
א פאנצער א מויער אהן קיין טויער, געבויט האטזיך עס אהן קיין אויפהער!
א דענקער,א טאלאנטפולער,א cool guy,
א שטילער,א באזעצענער, א בעסערער,
א סטאנדארד א העכערע, ארונגענעמען מיט א קליקע פון די גוטע,נישט אהער קומען ביטע,איהר באלאנגט צו די קלאס די דריטע.

די איגאו ער וואקסט,נאך א מויער,נאך א באקס,געפילען געמאכט נאר,פאר אומערוואקסענע גאר,

גיין דארט נישט פאר מיר עס פאסט,איך בין נישט דיין אורח דיין גאסט,אפילו די האסט די מאה און איך בין די דל גאה,צומיר די זאלסטיך בייגען,מיר קען מען נישט זייגען.

פארלאפען זענען די יארען,ביקשתי את שאהבה נפשי,די פארגעסענע יונגעלע,וואס פאר די מענטשען נישט געברויכט געפעלען,גגעלוימט און די גאסען פון חעלעם.
רחצתי את רגלי איככה אטנפם,
כאב מיך שוין א במה אויפגעבויעט,וויאזוי קריכט מען אראפ,די וואנט די דיקע,א לץ א גוטע,פון די עליטע,
וואו קער איך מיר צוריק,צו מיין געפיל מיין פרינציפ,
איך וויל לעבן מיט אן אמת,לא כי בני החי ובנך המת,
לאמיך שוין זיין א שוטה וואו איידער א טויטע,

אשפוך לפניו שיחי צרתי לפניו אגיד,בהתעטף עלי רוחי ואתה ידעתי נתבתי,באורח זו אהלך טמנו פח לי,הבט ימין וראה ואין לי מכיר אבוד מנוס ממנו אין דורש לנפשי,זעקתי אליך ד, אמרתי אתה מחסי חלקי בארץ החיים,
הוציאה ממסגר נפשי להודות את שמך,

בי יכתירו צדיקים כי תגמול עלי

די אויבערשטער ער העלפט,ווען צו עם מטוט זיך אן אומקער,א לייער נאך א לייער פון די איגאו ספאלט,מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, א קליינע שיין אריבער דעם וואנט ערשינען,אחזתי ולא ארפנו,די שיטות סטוט צורינען,לאמיר פון דעם חושך וצלמות אנטרינען.

השיבה לי ששון ידעך ורוח נדיבה תסמכנו.
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

איד27 האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:10 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:06 pm
מיטלייד האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:36 pm
איך זיץ, ליין, און וויין.
האסט עס גאר גוט ארויסגעברענגט מיט אלע קאלירן
איך קום פון דארטן, און בעזר הבורא, וברוב רחמיו וחסדיו האב איך מיר ארויסגעדרייעט דערפון.
אבער פון צייט צו צייט כאפט עס מיר נאך אן פאר א טאג צוויי אדער מער, און פיינפול איז נישט דאס ווארט, עס איז ממש א בחינה פון עולם חשך, דער רבוש''ע זאל שוין היילן אלע אידן.
אפשר שרייבסטו ווי אזוי האס דיר ארויסגעדרייט פון עס? אסאך אידן דא ווארטען נאך פאר הילף
@מיטלייד ביטע טייל מיט, טאמער ס'שטערט דיך נישט.
אין קורצן:
1. זיך געמוטשעט פאר בערך 20 יאר.
2. זיך געוואנדן פאר הילף.
3.געגאנגען פאר א איינס אהאלב יאר אויף טעראפי.
4. גענומען מעדיקעשאון פאר איינס אהאלב יאר.
5. איך האלט קלאנעפין ביי מיר צו יעדע צייט, אז אויב איך פיל ווי איך פאל אריין אין די סייקל נעם איך. (איך האב גענומען בערך 4 מאל אין די לעצטער 4-5 חדשים.)
איך וועל פרובירן שפעטער מאריך צו זיין מער אין יעדע פון די 4 שטאפלען.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

א גרויסער חלק פון די פראבלעם איז נישט בעצם דאס זיצען אליינס און בית מדרש פארמאכט און זיך איינרעדען אז דער קוקט אויף מיר דער רעדט פון מיר דער האט יעצט געלאכט פון מיר, נאר נאך סך גרעסער איז אז ער רעדט זיך איין אז יעדער באמערקט אז ער זיצט זיך פארמאכט און יעדער איז פארנומען רעדן נישט סתם פון אים נאר גאר פון זיין פראבלעם.

ממילא וויבאלד ער רעדט זיך איין אז יעדער טראכט יעצט אז ער האט סאשעל ענעקזייטי פראבירט ער מיט זיינע גרעסטע כוחות צושפילען כאילו ער האט נישט מורא פון קיינעם און מאכט זיך אויסזעהן א פנים כאילו ער איז מיטן פולסטען רואעקייט באקועם אויף זיין מקום.

די גוטע נייעס איז אז דאס לאזט אליינס נאך דער עלטער מען ווערט.

די וועלט זאגט א ווערטעל אז:

פון די 20 ביז די 40 איז מען נאר פארנומען טראכטן וואס יענער זאגט אויף מיר וואס יענער טראכט פון מיר.

פון די 40 ביז די 60 הייבט מען אן לעבען און א מצב ווי וואס גייט מיך אן וואס יענער זאגט כהאב אים סייווי פארפאקט.

פון די 60 ומעלה הייבט מען אן זעהן אז יענער האט קיינמאל ניטאמאל געטראכט פון דיר.

מען זאגט א ווארט אז יענער האט נישט קיין צייט צוטראכטען פון דיר ווייל ער איז פארנומען טראכטען וואס מען טראכט אויף אים.

ברכה והצלחה!
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

מיין נישט סייענטיפישע אפיניאן איז אז "סאשעל ענקזייעטי" איז עכט נישט קיין עכטע דיאגנאז. ס'איז אלעמאל עפעס טיפער פון דעם. די וועג צו ארבעטן אויף סאושעל ענקזייעטי איז נישט צו איבערצייגן דעם מענטש אז "מענטשן קוקן אים נישט אראפ", נאר אז "ער זאל זיך נישט אראפקוקן", ער זאל זיין באקוועם מיט זיך, און אויטאמאטיש וועט די SAD אוועקגיין.

כ'בין נייגעריג צו הערן דעת החולקים.. אויב איינער קען שערן פארקערט ווי דעם...
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

תגובה דורך שטארקע אור »

מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:45 am

איך בין נישט דער גרעסטער חסיד פון דיאגנאזן. אבער פארוואס ווערט עס אויס עכטע דיאגנאז ווייל עס איז דא עפעס טיפער דערין?
אונטער יעדע דיאגנאז איז דא עפעס טיפער, גארנישט איז פאר סתם.
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:Oceania

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

Wow just wow
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6707
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:45 am
מיין נישט סייענטיפישע אפיניאן איז אז "סאשעל ענקזייעטי" איז עכט נישט קיין עכטע דיאגנאז. ס'איז אלעמאל עפעס טיפער פון דעם. די וועג צו ארבעטן אויף סאושעל ענקזייעטי איז נישט צו איבערצייגן דעם מענטש אז "מענטשן קוקן אים נישט אראפ", נאר אז "ער זאל זיך נישט אראפקוקן", ער זאל זיין באקוועם מיט זיך, און אויטאמאטיש וועט די SAD אוועקגיין.

כ'בין נייגעריג צו הערן דעת החולקים.. אויב איינער קען שערן פארקערט ווי דעם...
פונקט אזוי
אני הוא הנער, נער המדבר
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

שטארקע אור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:49 am
מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:45 am
מיין נישט סייענטיפישע אפיניאן איז אז "סאשעל ענקזייעטי" איז עכט נישט קיין עכטע דיאגנאז. ס'איז אלעמאל עפעס טיפער פון דעם. די וועג צו ארבעטן אויף סאושעל ענקזייעטי איז נישט צו איבערצייגן דעם מענטש אז "מענטשן קוקן אים נישט אראפ", נאר אז "ער זאל זיך נישט אראפקוקן", ער זאל זיין באקוועם מיט זיך, און אויטאמאטיש וועט די SAD אוועקגיין.

כ'בין נייגעריג צו הערן דעת החולקים.. אויב איינער קען שערן פארקערט ווי דעם...
איך בין נישט דער גרעסטער חסיד פון דיאגנאזן. אבער פארוואס ווערט עס אויס עכטע דיאגנאז ווייל עס איז דא עפעס טיפער דערין?
אונטער יעדע דיאגנאז איז דא עפעס טיפער, גארנישט איז פאר סתם.
אונטער אנדערע דיאגנאזן איז דא הונטערליגענדע סיבות וואס ברענגען עס צו, למשל, אויף דיפרעשאן קען מען זאגן אז טראומע ליגט אונטער דעם, דאס הייסט אז טראומע איז עס גורם, אבער נאך אלעם איז עס דיפרעסיע. ער פילט דיפרעסעד. און פונקט ווי קיינער גייט נישט זאגן אז ליגן אין בעט איז א דיסארדער, ממילא זאל מען אים קויפן א דינערע מאטראץ אז ס'זאל נישט זיין אזוי באקוועם... ס'איז אין קאנצעפט דיפרעסיע, ס'קלאפט אויס מיטן ליגן אין בעט. אזוי אויך SAD איז אין קאנצעפט נישט אז ער האט מורא פון מענטשן, נאר אז ער האט מורא פון זיך אליין, ס'קלאפט אויס אויך ביי אנדערע מענטשן, אנדערע מענטשן זענען א טריגער צו אויפבלאזן דעם שוואכן זייט פונעם "זיך".
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:01 pm

ריכטיג.
עס איז אזוי ווי ווען איינער וואס האט OCD זיך צו אפגיסן אסאך מאל, וועט מען זאגן אז ער האט א טעפל דיסארדער.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

גערעכט, אבער אסאך מאל איז עס ממש א צירקל וואס ענדיגט זיך נישט, אסאך מאל מוז מען צוקומען אז סאיז די געבוירענע נאטור וואס קוועטשט.
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

יא יא. איך קום אויך פון דארט און איך בין נאך דארט. און זומער תשע"ה האב איך אויך געשריבן דא א סעלפ פיטי ארטיקל. מען פיהלט כלו כל הקיצין, מען שרייבט אפאר ווערטער אויף אייוועלט דער עולם אוהט און אהט וחוזר חלילה. איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט און וואס דיין אגענדע איז. אזויפיל קען איך דיר זאגן אז עס ווערט נישט בעסער פון זיך אליינס און אויב דו האסט א פראבלעם גיי פאר הילף. ואם אין אתה עושה בגינך עשה בגין אשתך ואם אין אתה עושה בגינה עשה בגין בניך.

אויב ביסטו אזוי ווי מיר און ווארטס אז הילף זאל קומען צו דיר דעמאלט קום אין אישי און מיר וועלן שרייבן צוואה צוזאמען.

BIKUR CHOLIM CRISIS LINE 845-715-4499

אגב איך האלט (איך וויל נישט צאלן דערפאר) עס וואלט געדארפט זיין א דעדיקעיטעט ליין וואס איינער ענטפערט גלייך. איך האב שוין אפאר מאהל געהאט, ווען איך האב געשפירט אז איך קען שוין נישט, האב איך גערופען און עס הייבט זיך אן, פרעס דיס פרעס דעט ביז איך בין געווארן אינגאנצן דעפרעסט און אראפ געלייגט.

ויה"ר שישלח מהרה רפואה מן השמים רפואת הנפש ורפואת הגוף לכל חולי עמך ישראל.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5869
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

snax האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:45 pm
יא יא. איך קום אויך פון דארט און איך בין נאך דארט. און זומער תשע"ה האב איך אויך געשריבן דא א סעלפ פיטי ארטיקל. מען פיהלט כלו כל הקיצין, מען שרייבט אפאר ווערטער אויף אייוועלט דער עולם אוהט און אהט וחוזר חלילה. איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט און וואס דיין אגענדע איז. אזויפיל קען איך דיר זאגן אז עס ווערט נישט בעסער פון זיך אליינס און אויב דו האסט א פראבלעם גיי פאר הילף. ואם אין אתה עושה בגינך עשה בגין אשתך ואם אין אתה עושה בגינה עשה בגין בניך.

אויב ביסטו אזוי ווי מיר און ווארטס אז הילף זאל קומען צו דיר דעמאלט קום אין אישי און מיר וועלן שרייבן צוואה צוזאמען.

BIKUR CHOLIM CRISIS LINE 845-715-4499

אגב איך האלט (איך וויל נישט צאלן דערפאר) עס וואלט געדארפט זיין א דעדיקעיטעט ליין וואס איינער ענטפערט גלייך. איך האב שוין אפאר מאהל געהאט, ווען איך האב געשפירט אז איך קען שוין נישט, האב איך גערופען און עס הייבט זיך אן, פרעס דיס פרעס דעט ביז איך בין געווארן אינגאנצן דעפרעסט און אראפ געלייגט.

ויה"ר שישלח מהרה רפואה מן השמים רפואת הנפש ורפואת הגוף לכל חולי עמך ישראל.
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

intellectual האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:09 pm
מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:01 pm
שטארקע אור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:49 am
מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:45 am
מיין נישט סייענטיפישע אפיניאן איז אז "סאשעל ענקזייעטי" איז עכט נישט קיין עכטע דיאגנאז. ס'איז אלעמאל עפעס טיפער פון דעם. די וועג צו ארבעטן אויף סאושעל ענקזייעטי איז נישט צו איבערצייגן דעם מענטש אז "מענטשן קוקן אים נישט אראפ", נאר אז "ער זאל זיך נישט אראפקוקן", ער זאל זיין באקוועם מיט זיך, און אויטאמאטיש וועט די SAD אוועקגיין.

כ'בין נייגעריג צו הערן דעת החולקים.. אויב איינער קען שערן פארקערט ווי דעם...
איך בין נישט דער גרעסטער חסיד פון דיאגנאזן. אבער פארוואס ווערט עס אויס עכטע דיאגנאז ווייל עס איז דא עפעס טיפער דערין?
אונטער יעדע דיאגנאז איז דא עפעס טיפער, גארנישט איז פאר סתם.
אונטער אנדערע דיאגנאזן איז דא הונטערליגענדע סיבות וואס ברענגען עס צו, למשל, אויף דיפרעשאן קען מען זאגן אז טראומע ליגט אונטער דעם, דאס הייסט אז טראומע איז עס גורם, אבער נאך אלעם איז עס דיפרעסיע. ער פילט דיפרעסעד. און פונקט ווי קיינער גייט נישט זאגן אז ליגן אין בעט איז א דיסארדער, ממילא זאל מען אים קויפן א דינערע מאטראץ אז ס'זאל נישט זיין אזוי באקוועם... ס'איז אין קאנצעפט דיפרעסיע, ס'קלאפט אויס מיטן ליגן אין בעט. אזוי אויך SAD איז אין קאנצעפט נישט אז ער האט מורא פון מענטשן, נאר אז ער האט מורא פון זיך אליין, ס'קלאפט אויס אויך ביי אנדערע מענטשן, אנדערע מענטשן זענען א טריגער צו אויפבלאזן דעם שוואכן זייט פונעם "זיך".
גערעכט, אבער אסאך מאל איז עס ממש א צירקל וואס ענדיגט זיך נישט, אסאך מאל מוז מען צוקומען אז סאיז די געבוירענע נאטור וואס קוועטשט.
ספעציעל ביי SAD? וואס מיינסטו מיט "צירקל"? ס'איז זיכער אז נאטור איז א גרויסע פאקטאר, נישט קיין שאלה. נעיטשור און נארטשור. און אפילו אזוי קען מען עס גרינגער מאכן. די שאלה איז "וואס" איז די נאטור גורם? אז מ'דארף איבעריגע פארזיכערונג אז מ'איז אקעי? דאס איז דאך אויך נישט דוקא "סאשעל" געבונדן.

איך זעה אפט מענטשן וואס קאמפלעינען וועגן עקסטרעים SAD, און מיך זעט עס אויס צו זיין גאר עפעס אנדערש.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5709
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:45 am
מיין נישט סייענטיפישע אפיניאן איז אז "סאשעל ענקזייעטי" איז עכט נישט קיין עכטע דיאגנאז. ס'איז אלעמאל עפעס טיפער פון דעם. די וועג צו ארבעטן אויף סאושעל ענקזייעטי איז נישט צו איבערצייגן דעם מענטש אז "מענטשן קוקן אים נישט אראפ", נאר אז "ער זאל זיך נישט אראפקוקן", ער זאל זיין באקוועם מיט זיך, און אויטאמאטיש וועט די SAD אוועקגיין.

כ'בין נייגעריג צו הערן דעת החולקים.. אויב איינער קען שערן פארקערט ווי דעם...
אוודאי געוויס. די בעסטע זאך איז צו ארבייטען אויף די סעלף עסטיעם און סעלף ווערד

ווען א מענטש האט סעלף עסטיעם פילט ער זיך באקוועמער צווישן מענטשן

מענטשן זענען נישט אזוי שרעקעדיג...
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

fiena nieas האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:21 pm
מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:45 am
מיין נישט סייענטיפישע אפיניאן איז אז "סאשעל ענקזייעטי" איז עכט נישט קיין עכטע דיאגנאז. ס'איז אלעמאל עפעס טיפער פון דעם. די וועג צו ארבעטן אויף סאושעל ענקזייעטי איז נישט צו איבערצייגן דעם מענטש אז "מענטשן קוקן אים נישט אראפ", נאר אז "ער זאל זיך נישט אראפקוקן", ער זאל זיין באקוועם מיט זיך, און אויטאמאטיש וועט די SAD אוועקגיין.

כ'בין נייגעריג צו הערן דעת החולקים.. אויב איינער קען שערן פארקערט ווי דעם...
אוודאי געוויס. די בעסטע זאך איז צו ארבייטען אויף די סעלף עסטיעם און סעלף ווערד

ווען א מענטש האט סעלף עסטיעם פילט ער זיך באקוועמער צווישן מענטשן

מענטשן זענען נישט אזוי שרעקעדיג...
מיט סאושל ענגזייעטי זענען מענטשן זייער שרעקעדיג..
יחיאל זאנוויל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:52 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל זאנוויל »

ליטווישער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:22 pm
fiena nieas האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:21 pm
מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:45 am
מיין נישט סייענטיפישע אפיניאן איז אז "סאשעל ענקזייעטי" איז עכט נישט קיין עכטע דיאגנאז. ס'איז אלעמאל עפעס טיפער פון דעם. די וועג צו ארבעטן אויף סאושעל ענקזייעטי איז נישט צו איבערצייגן דעם מענטש אז "מענטשן קוקן אים נישט אראפ", נאר אז "ער זאל זיך נישט אראפקוקן", ער זאל זיין באקוועם מיט זיך, און אויטאמאטיש וועט די SAD אוועקגיין.

כ'בין נייגעריג צו הערן דעת החולקים.. אויב איינער קען שערן פארקערט ווי דעם...
אוודאי געוויס. די בעסטע זאך איז צו ארבייטען אויף די סעלף עסטיעם און סעלף ווערד

ווען א מענטש האט סעלף עסטיעם פילט ער זיך באקוועמער צווישן מענטשן

מענטשן זענען נישט אזוי שרעקעדיג...
מיט סאושל ענגזייעטי זענען מענטשן זייער שרעקעדיג..
די גאנצע ביהמד איז אויף א מיסיע מיך צו אינטערברענגען...
ונפשי שפכי כמים
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ונפשי שפכי כמים »

יעצט געראפן
viewtopic.php?t=40778&start=50
זכריהו
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

די ווייטאג איז איום ונורא ווי יעדע שטיק צייט קומען דא ארויף אויף אייוועלט אנדערע גייסטישע פראבלעמען, און ס׳זעט נישט אויס ווי זיי זענען גרייט זיך צו לאזן העלפן - ס׳מער געשמאקער צו לעבן אין לו-לו לאנד. זיי ווילן ענדערש הערן דעם ״יוי, נעבעך״ פונעם עולם.

איך האב דאס שוין געשריבן דא
viewtopic.php?p=4537762#p4537762

און דאסמאל וועל איך שרייבן זייער קלאר.

1) עס איז דא מעדיצין פאר דעם, און עס איז 100% גאראנטירט אז מען ווערט א נארמאלע מענטש בעזה״י!

2) דער מעדיצין קען מען נישט טרעפן אויפ׳ן אינטערנעט, און נישט ביי קיין חבר, מ׳רעדט נישט דערפון אויף אייוועלט, און נישט ביי דיין טאטעס מלוה מלכה. דער מעדיצין קען מען טרעפן בלויז נאכ׳ן גיין צו א דאקטער! מען דארף נישט קיין געלט, אינשורענס צאלט עס.

3) וועסטו גיין צו א דאקטער און באקומען מעדיצין, וועט קיינער נישט וויסן פון דיין פראבלעם. וועסטו נישט גיין צום דאקטער, קענסטו זיין זיכער אז ביום מן הימים וועט יעדער וויסן דערפון!

4) טעראפי אויף די פוס העלפט נאכדעם וואס מען האט עס געפיקסט, טעראפי אויף די מוח העלפט אויך נאכדעם וואס מען האט עס געפיקסט. קודם גיי צום דאקטער, און נאכדעם צום טעראפיסט!

5) ווילאנג דו האסט נישט גענומען מעדיצין טראכסטו נישט גראד, און אלעס וואס דו טראכסט איז בחזקת WRONG! אריינגערעכנט די מוראדיגע עצה פון קומען עפענען א טיפע אשכול אויף אייוועלט. א פייער בעל וואס איז צובראכן קען מען נישט טראסטן, ביסט א צובראכענע פייער בעל! עס פייפט און פייפט, גיי שטעל עס אפ! גיי שוין צום דאקטער!
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:00 pm
intellectual האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:09 pm
מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:01 pm
שטארקע אור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:49 am
מתעלם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:45 am
מיין נישט סייענטיפישע אפיניאן איז אז "סאשעל ענקזייעטי" איז עכט נישט קיין עכטע דיאגנאז. ס'איז אלעמאל עפעס טיפער פון דעם. די וועג צו ארבעטן אויף סאושעל ענקזייעטי איז נישט צו איבערצייגן דעם מענטש אז "מענטשן קוקן אים נישט אראפ", נאר אז "ער זאל זיך נישט אראפקוקן", ער זאל זיין באקוועם מיט זיך, און אויטאמאטיש וועט די SAD אוועקגיין.

כ'בין נייגעריג צו הערן דעת החולקים.. אויב איינער קען שערן פארקערט ווי דעם...
איך בין נישט דער גרעסטער חסיד פון דיאגנאזן. אבער פארוואס ווערט עס אויס עכטע דיאגנאז ווייל עס איז דא עפעס טיפער דערין?
אונטער יעדע דיאגנאז איז דא עפעס טיפער, גארנישט איז פאר סתם.
אונטער אנדערע דיאגנאזן איז דא הונטערליגענדע סיבות וואס ברענגען עס צו, למשל, אויף דיפרעשאן קען מען זאגן אז טראומע ליגט אונטער דעם, דאס הייסט אז טראומע איז עס גורם, אבער נאך אלעם איז עס דיפרעסיע. ער פילט דיפרעסעד. און פונקט ווי קיינער גייט נישט זאגן אז ליגן אין בעט איז א דיסארדער, ממילא זאל מען אים קויפן א דינערע מאטראץ אז ס'זאל נישט זיין אזוי באקוועם... ס'איז אין קאנצעפט דיפרעסיע, ס'קלאפט אויס מיטן ליגן אין בעט. אזוי אויך SAD איז אין קאנצעפט נישט אז ער האט מורא פון מענטשן, נאר אז ער האט מורא פון זיך אליין, ס'קלאפט אויס אויך ביי אנדערע מענטשן, אנדערע מענטשן זענען א טריגער צו אויפבלאזן דעם שוואכן זייט פונעם "זיך".
גערעכט, אבער אסאך מאל איז עס ממש א צירקל וואס ענדיגט זיך נישט, אסאך מאל מוז מען צוקומען אז סאיז די געבוירענע נאטור וואס קוועטשט.
ספעציעל ביי SAD? וואס מיינסטו מיט "צירקל"? ס'איז זיכער אז נאטור איז א גרויסע פאקטאר, נישט קיין שאלה. נעיטשור און נארטשור. און אפילו אזוי קען מען עס גרינגער מאכן. די שאלה איז "וואס" איז די נאטור גורם? אז מ'דארף איבעריגע פארזיכערונג אז מ'איז אקעי? דאס איז דאך אויך נישט דוקא "סאשעל" געבונדן.

איך זעה אפט מענטשן וואס קאמפלעינען וועגן עקסטרעים SAD, און מיך זעט עס אויס צו זיין גאר עפעס אנדערש.
נישט באצויגן ספעציפיש צו עניטינג, אין דזשענערעל.

למשל צו ענקייעטי ברענגט דעפרעסיע אדער ווייס ווערסע, זאג איך אז דאס ענדלאזע צירקל.
-----
דא למשל זעהט טאקע אויס די sad צו זיין א תולדה, ווי ער שרייבט אז די נאענטע וועם ער שעמט זיך נישט, איז עס צוליב ווייל זיי ווייסן און אנערקענען זיינע טאלאנטן.
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

זכריהו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:26 pm
נישט אריינגייענדיג אין דיין פוינט בכלל, אבער ווער זאגט אז די אלע מענטשן וואס קומען ארויף אויף אייוועלט ווילן זיך נישט העלפן?

אפשר נעמט ער יא מעדעצין אדער גייט ער יא פאר העלפ, אבער וויל זיך נאך אלס אויסגעבן די געפילן אדער באקומען חיזוק?

זייער נישט עטיש דיין אטאקע.
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”