איז אזוי, קודם האב איך גוט געסאפערט. דעס איז געווען מיין ערשטע סטעפ.
איך בין געווארן אראפגעקוקט פון פילע מענטשן וואס האבן נאר געזעהן מיין דרויסן. מענטשן וואס היינט האט דער באשעפער געמאכט דארפן צומאל מיין הילף
דערנאך בין איך געגאנגען פאר טערעפי. נאך צוויי טערעפיסטן וואס האבן געטויגט אויף כפרות. (עקטשולי ניטאמאל כפרות, כפרות האבן א ניצן.) בין איך אנגעקומען צום גוטן שליח.
דערנאך איז געקומען אפאר יאר פון טערעפי, בכלל נישט קיין גרינגע ארבעט. דארט האב איך איינגעזעהן אז די סאשעל ענגזייעטי איז סך הכל א שלייער פאר אנדערע זאכן, און מיט די צייט געלויבט גאט מער נישט געהאט די ענגזייעטי + געווארן באקוועם אין מיין אייגענע הויט.
אראפצושרייבן די טערעפי פראסעס איז נישט קיין גרינגע מעשה בכלל.
איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אזוי גוט אראפצולייגן מיין לעבן אויפן האר
איך וויין... אוי טאטע!
גראדע קומט מיר אריין א הרגש אז דאס איז ספאנסערד ארבעט פון איינעם מיט כוונהפינגעראפדריקן פון פגצו אויפשאקלען דעם עולם פון אינעווייניג דעם עולם פון וואס אזויפיל היימישע אידן זענען, אז דאס איז ווי א לעבן פון טויט!
למעשה צו יא צו נישט דארף זיך אויפוועקן אביסל עורו ישנים משנתכם פארוואס איז דא אזויפיל יונגעלייט וואס מוטשענען זיך מיטן זיך טרעפן דאס,פלאץ און בית מדרש אדער און כולל, פלען וועגן מקומט פון א אנדערע שטאט און מקען קען נישט צופיל חברים פון דארט און מען זיצט אליין! ועד ועוד ועוד...
ר' איד הער מיך גוט אויס: די טראכטסט פוןדיר, און דיין חבר/שותף/קינד/ווייבטראכט פוןזיך....פינטל.
גיין דארט נישט פאר מיר עס פאסט,איך בין נישט דיין אורח דיין גאסט,אפילו די האסט די מאה און איך בין די דל גאה,צומיר די זאלסטיך בייגען,מיר קען מען נישט זייגען.
פארלאפען זענען די יארען,ביקשתי את שאהבה נפשי,די פארגעסענע יונגעלע,וואס פאר די מענטשען נישט געברויכט געפעלען,גגעלוימט און די גאסען פון חעלעם. רחצתי את רגלי איככה אטנפם, כאב מיך שוין א במה אויפגעבויעט,וויאזוי קריכט מען אראפ,די וואנט די דיקע,א לץ א גוטע,פון די עליטע, וואו קער איך מיר צוריק,צו מיין געפיל מיין פרינציפ, איך וויל לעבן מיט אן אמת,לא כי בני החי ובנך המת, לאמיך שוין זיין א שוטה וואו איידער א טויטע,
אשפוך לפניו שיחי צרתי לפניו אגיד,בהתעטף עלי רוחי ואתה ידעתי נתבתי,באורח זו אהלך טמנו פח לי,הבט ימין וראה ואין לי מכיר אבוד מנוס ממנו אין דורש לנפשי,זעקתי אליך ד, אמרתי אתה מחסי חלקי בארץ החיים, הוציאה ממסגר נפשי להודות את שמך,
בי יכתירו צדיקים כי תגמול עלי
די אויבערשטער ער העלפט,ווען צו עם מטוט זיך אן אומקער,א לייער נאך א לייער פון די איגאו ספאלט,מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, א קליינע שיין אריבער דעם וואנט ערשינען,אחזתי ולא ארפנו,די שיטות סטוט צורינען,לאמיר פון דעם חושך וצלמות אנטרינען.
איך זיץ, ליין, און וויין. האסט עס גאר גוט ארויסגעברענגט מיט אלע קאלירן איך קום פון דארטן, און בעזר הבורא, וברוב רחמיו וחסדיו האב איך מיר ארויסגעדרייעט דערפון. אבער פון צייט צו צייט כאפט עס מיר נאך אן פאר א טאג צוויי אדער מער, און פיינפול איז נישט דאס ווארט, עס איז ממש א בחינה פון עולם חשך, דער רבוש''ע זאל שוין היילן אלע אידן.
אפשר שרייבסטו ווי אזוי האס דיר ארויסגעדרייט פון עס? אסאך אידן דא ווארטען נאך פאר הילף
@מיטלייד ביטע טייל מיט, טאמער ס'שטערט דיך נישט.
אין קורצן: 1. זיך געמוטשעט פאר בערך 20 יאר. 2. זיך געוואנדן פאר הילף. 3.געגאנגען פאר א איינס אהאלב יאר אויף טעראפי. 4. גענומען מעדיקעשאון פאר איינס אהאלב יאר. 5. איך האלט קלאנעפין ביי מיר צו יעדע צייט, אז אויב איך פיל ווי איך פאל אריין אין די סייקל נעם איך. (איך האב גענומען בערך 4 מאל אין די לעצטער 4-5 חדשים.) איך וועל פרובירן שפעטער מאריך צו זיין מער אין יעדע פון די 4 שטאפלען.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז), האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.
א גרויסער חלק פון די פראבלעם איז נישט בעצם דאס זיצען אליינס און בית מדרש פארמאכט און זיך איינרעדען אז דער קוקט אויף מיר דער רעדט פון מיר דער האט יעצט געלאכט פון מיר, נאר נאך סך גרעסער איז אז ער רעדט זיך איין אז יעדער באמערקט אז ער זיצט זיך פארמאכט און יעדער איז פארנומען רעדן נישט סתם פון אים נאר גאר פון זיין פראבלעם.
ממילא וויבאלד ער רעדט זיך איין אז יעדער טראכט יעצט אז ער האט סאשעל ענעקזייטי פראבירט ער מיט זיינע גרעסטע כוחות צושפילען כאילו ער האט נישט מורא פון קיינעם און מאכט זיך אויסזעהן א פנים כאילו ער איז מיטן פולסטען רואעקייט באקועם אויף זיין מקום.
די גוטע נייעס איז אז דאס לאזט אליינס נאך דער עלטער מען ווערט.
די וועלט זאגט א ווערטעל אז:
פון די 20 ביז די 40 איז מען נאר פארנומען טראכטן וואס יענער זאגט אויף מיר וואס יענער טראכט פון מיר.
פון די 40 ביז די 60 הייבט מען אן לעבען און א מצב ווי וואס גייט מיך אן וואס יענער זאגט כהאב אים סייווי פארפאקט.
פון די 60 ומעלה הייבט מען אן זעהן אז יענער האט קיינמאל ניטאמאל געטראכט פון דיר.
יא יא. איך קום אויך פון דארט און איך בין נאך דארט. און זומער תשע"ה האב איך אויך געשריבן דא א סעלפ פיטי ארטיקל. מען פיהלט כלו כל הקיצין, מען שרייבט אפאר ווערטער אויף אייוועלט דער עולם אוהט און אהט וחוזר חלילה. איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט און וואס דיין אגענדע איז. אזויפיל קען איך דיר זאגן אז עס ווערט נישט בעסער פון זיך אליינס און אויב דו האסט א פראבלעם גיי פאר הילף. ואם אין אתה עושה בגינך עשה בגין אשתך ואם אין אתה עושה בגינה עשה בגין בניך.
אויב ביסטו אזוי ווי מיר און ווארטס אז הילף זאל קומען צו דיר דעמאלט קום אין אישי און מיר וועלן שרייבן צוואה צוזאמען.
BIKUR CHOLIM CRISIS LINE 845-715-4499
אגב איך האלט (איך וויל נישט צאלן דערפאר) עס וואלט געדארפט זיין א דעדיקעיטעט ליין וואס איינער ענטפערט גלייך. איך האב שוין אפאר מאהל געהאט, ווען איך האב געשפירט אז איך קען שוין נישט, האב איך גערופען און עס הייבט זיך אן, פרעס דיס פרעס דעט ביז איך בין געווארן אינגאנצן דעפרעסט און אראפ געלייגט.
ויה"ר שישלח מהרה רפואה מן השמים רפואת הנפש ורפואת הגוף לכל חולי עמך ישראל.
יא יא. איך קום אויך פון דארט און איך בין נאך דארט. און זומער תשע"ה האב איך אויך געשריבן דא א סעלפ פיטי ארטיקל. מען פיהלט כלו כל הקיצין, מען שרייבט אפאר ווערטער אויף אייוועלט דער עולם אוהט און אהט וחוזר חלילה. איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט און וואס דיין אגענדע איז. אזויפיל קען איך דיר זאגן אז עס ווערט נישט בעסער פון זיך אליינס און אויב דו האסט א פראבלעם גיי פאר הילף. ואם אין אתה עושה בגינך עשה בגין אשתך ואם אין אתה עושה בגינה עשה בגין בניך.
אויב ביסטו אזוי ווי מיר און ווארטס אז הילף זאל קומען צו דיר דעמאלט קום אין אישי און מיר וועלן שרייבן צוואה צוזאמען.
BIKUR CHOLIM CRISIS LINE 845-715-4499
אגב איך האלט (איך וויל נישט צאלן דערפאר) עס וואלט געדארפט זיין א דעדיקעיטעט ליין וואס איינער ענטפערט גלייך. איך האב שוין אפאר מאהל געהאט, ווען איך האב געשפירט אז איך קען שוין נישט, האב איך גערופען און עס הייבט זיך אן, פרעס דיס פרעס דעט ביז איך בין געווארן אינגאנצן דעפרעסט און אראפ געלייגט.
ויה"ר שישלח מהרה רפואה מן השמים רפואת הנפש ורפואת הגוף לכל חולי עמך ישראל.
3)וועסטו גיין צו א דאקטער און באקומען מעדיצין, וועט קיינער נישט וויסן פון דיין פראבלעם. וועסטו נישט גיין צום דאקטער, קענסטו זיין זיכער אז ביום מן הימים וועט יעדער וויסן דערפון!
אונטער אנדערע דיאגנאזן איז דא הונטערליגענדע סיבות וואס ברענגען עס צו, למשל, אויף דיפרעשאן קען מען זאגן אז טראומע ליגט אונטער דעם, דאס הייסט אז טראומע איז עס גורם, אבער נאך אלעם איז עס דיפרעסיע. ער פילט דיפרעסעד. און פונקט ווי קיינער גייט נישט זאגן אז ליגן אין בעט איז א דיסארדער, ממילא זאל מען אים קויפן א דינערע מאטראץ אז ס'זאל נישט זיין אזוי באקוועם... ס'איז אין קאנצעפט דיפרעסיע, ס'קלאפט אויס מיטן ליגן אין בעט. אזוי אויך SAD איז אין קאנצעפט נישט אז ער האט מורא פון מענטשן, נאר אז ער האט מורא פון זיך אליין, ס'קלאפט אויס אויך ביי אנדערע מענטשן, אנדערע מענטשן זענען א טריגער צו אויפבלאזן דעם שוואכן זייט פונעם "זיך".
גערעכט, אבער אסאך מאל איז עס ממש א צירקל וואס ענדיגט זיך נישט, אסאך מאל מוז מען צוקומען אז סאיז די געבוירענע נאטור וואס קוועטשט.
ספעציעל ביי SAD? וואס מיינסטו מיט "צירקל"? ס'איז זיכער אז נאטור איז א גרויסע פאקטאר, נישט קיין שאלה. נעיטשור און נארטשור. און אפילו אזוי קען מען עס גרינגער מאכן. די שאלה איז "וואס" איז די נאטור גורם? אז מ'דארף איבעריגע פארזיכערונג אז מ'איז אקעי? דאס איז דאך אויך נישט דוקא "סאשעל" געבונדן.
איך זעה אפט מענטשן וואס קאמפלעינען וועגן עקסטרעים SAD, און מיך זעט עס אויס צו זיין גאר עפעס אנדערש.
נישט באצויגן ספעציפיש צו עניטינג, אין דזשענערעל.
למשל צו ענקייעטי ברענגט דעפרעסיע אדער ווייס ווערסע, זאג איך אז דאס ענדלאזע צירקל. ----- דא למשל זעהט טאקע אויס די sad צו זיין א תולדה, ווי ער שרייבט אז די נאענטע וועם ער שעמט זיך נישט, איז עס צוליב ווייל זיי ווייסן און אנערקענען זיינע טאלאנטן.