וואס טוט מען מיט די פיקטשערס?
אקעי, מ'גרייט זיך צום תנאים, נאך עטליכע פאון קאולס און דיסיידן וועלעכע נאכט איז בעסער, באקט מען ענדליך א זאל. שוין, יעצט דארף זיך נעמען צו איינע פון די וויכטיגסטע זאכן, טרעפן דעם בעסטן פאטאגראפירער צו פאראייביגן די פרייליכע מאמענטן. געזאגט און געטוען, די חבר'טע מאמע'ס שוועסטער פון קאנטרי האט געזאגט אז שלומי ריגעלאוו פון פלעטבאש איז די בעסטע, אקעי שוין זאל זיין, אבי מ'איז צופרידן!
די נאכט פונעם תנאים איז אנגעקומען, ממש ווי די באקומענע אינפארמאציע, שלומי האט געמאכט א סופער דזשאב! גוטע פאזעס, דזשאקס צו מאכן לאכן, געלונגערנערהייט אריינגעשטופט אין יעדע רינג פון מענטשן און גענומען קלאוס אפס און בעיקר גארנישט אויסגעלאזט.
יעצט הייבט זיך אן פון פריש א גאנצע עבודה פון מאכן דעם אלבאם. אבער ס'איז דא נאך א גאר נוטיגע זאך, דאס איז דאס אויסוועלן און שיקן די שענסטע בילד פאר באבע און זיידע פון חתן כלה. די בילד האט ספעציעלע הלכה דהיינו 'סדארף קענען ווערן אריינגעלייגט אין אזא סטענד מ'זאל עס קענען ארופלייגן אויפן קיטשען קאונטער אדער אין טשייניק קלאזעט. זאל זיך יעדער איבערצייגן און זען די קיאוט חתן כלה!!
די זיידע באבע קוקן גאר שטארק ארויס אויף די בילדער, טאמער שיקט מען נישט ווערן זיי אביסל נישט אזוי פרייליך, מילד גערעדט.
יעדער פעטער, קאזין מוז זיך באגעגענען מיט די גארדזשעס פיקטשערס. עפעס פלוצלונג דא אויפאמאל איז אוועקגעפאלן דעם גאנצן פראבלעם פון הסתכלות – לא לא תתורו, ווייל ס'איז נאר די אייניקלעך (פעמעלי בלע"ז).
טייערע עלטערן (זיידעס און באבעס), עטס האטס אריינגעלייגט אין אונז אזויפיל מי און פלאג אונז מחנך צו זיין. אוועקגעהאלטן פון אונז אלע ערליי זאכן וואס ברענגען דאס פארקערטע פון יראת שמים. איך רעד אפילו נישט פון דעם זשעלעסי פראבלעם. פארוואס זאלט איר ארויפלייגן בילדער פון חתן כלה אין פאבליק?
איך פארשטיי איר ווילט זען נחת און אין א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער "איי געט דעט". איר פרייט זיך באמת מיט די שמחה, די גאלדענע קייט טוט זיך ווייטער פלעכטן, אבער פארוואס איז א אלבאם אין לעדל נישט פונקט גענוג.
אבער דערווייל איז דא א דילעמא, וואס טוט מען מיט די פיקטשער? זיי וועלן דאך ווערן באליידיגט ווייל אלע אנדערע געשוויסטער האבן אזוי געטוען.