ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

גלאזער האט געשריבן: וואס איז מיט אייך ס'איז א בפירוש'ע בעל שם.
אין ברסלב לויטעט נישט אזאנס. נאר לעתיד לבוא איז דא א מאמר.

שטעל אהער ביידע
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

רבניש האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן: אויך וועמענ'ס תורה אין קבלה האט דער סולם באזירט זיין פירוש?

איז עס א נייע מהלך, אדער א ליקוט פון אלע?

האט ער אויך געארבייט אויף קבלה מעשית?

דער בעל הסולם שרייבט אז ער האט זיך געטראפן מיט איינעם א גרויסער סוחר א ביזנעס מאן וואס איז געווען זייער מפורסם מיט זיינע געשעפטן און יענער איז געווען א בקי בכל סתרי תורה אבער דאס האבן מענטשען נישט געוויסט איבער אים, און ער איז געווען זיין רבי אין קבלה ער איז געווען דבוק אין אים אייביג און איז אפי׳ געווען ביי זיין פטירה.

ער האט אבער קיינמאל נישט געזאגט ווער דער מענטש איז געווען דאס איז פארבליבן א געהיימניס. ממילא ווייסט מען נישט פון ווי זיין מקור קומט דאס לייגט ווייטער א נעפּל פאר נארמאלע מענטשן וואס גייען בסדר העולם אז די זאכן איז נישטא וואס צו באהאטלן, האסט א צדיק א פארשטייער אין רזי דרזין ווער וויל דען נישט מאכן פאפולער זיין רבין וואס איז אזוי גרויס? זה מוזר מאוד און סעלייגט א חשכתדיגן בליק אויף אזאך.

זיין דרך איז נישט קיין ליקוט פון קיינעם נאר פשוט מפרש דעם זוהר אין חלקים פון כתבי אר״י אויף א גאר גרינגען לשה״ק מיט הקדמות, אז יעדער בר נש זאל דאס קענען לערנען, (פארדעם האבן זיך פיל ליידיגייער צו דעם צוגעשארט ווייל סיז אנדערש ווי אייביג וואס איז געווען א באהאלטענער שווערער לימוד געווארן גאר גרינג און מקען אטאמאיש לערנען דערין אייגענע בויך קרעמפן, און בכלל איז אין א״י ביי די סארטן שווינדלער א גאנץ עסק מיסטיקס וואס איז בכלליות זייער נאנט צו דמיונת....) דאס איז א פירוש וואס ער איז געווען דער ערשטער וואס האט אזאנס געמאכט ממש אויף גאנץ זוהר.

ער שרייבט עס און פלעגט דאס זאגן כסדר אז משיח וועט קומען נאר ווען אלע יודן וועלן לערנען זוהר (די זעלבע וואס די משפיע ברסלב זאגן פאר זייערע נאיווע נאכפאלגער אז משיח וועט נאר קומען ווען די גאנצע וועלט וועט זיין דבוק אין רבי נחמן....)

קענסט שוין צו ענדיגן אויף דיין נוסח אז אזוי ווי די משפיעי חסידות זאגן פאר זייערע נאיווע נאכפאלגער אז משיח וועט נאר קומען ווען די גאנצע וועלט וועט זיין דבוק אין בעש"ט..

אין חסידות לויטעט ״נישט״ דער סלאגאן בשום אופן!!

ווי נאך יא? להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי די קריסטן

שוין, דו האסט ביי דיר מחליט געווען פאראויס איהם צו באזייטיגן, וועט גארנישט העלפן. וואס איז אנדערש פון די ווערטער פון תולדות הק' און דגל הק' פר בשלח?

או יאמר בריש גלי, על דרך דאיתא בזוה"ק (ח"ג קכ"ד ב) בספרא דא יפקון מן גלותא ועיין שם שמבואר עוד יותר כשיתגלה הספר הזוהר בדא יפקון מן גלותא, וזהו שמרומז בפסוק ובני ישראל יוצאים היינו מן הגלות כנ"ל ביד רמה ותרגומו בריש גלי בריש ראשי תיבות רבי שמעון בר יוחאי גלי כשיתגלה ספרו הקדוש ספר הזוהר אז בדא יפקון מן גלותא והבן:
או יאמר על פי מה שאמר הרב הקדוש המפורסם מוהר"ר ליפא מחמעלניק ועל דרך דאיתא באגרת הקודש של אא"ז זללה"ה הנדפס בספר הקדוש של הרב מפולנאי ע"ה ששאל למשיח אימתי אתי מר והשיב כשיתגלה תורתך ויפוצו מעינותיך חוצה עיין שם, וזה יש לומר שמרומז בפסוק ובני ישראל יוצאים מן הגלות בריש גלי, בריש ראשי תיבות רבי ישראל בעל שם גלי היינו כשיתגלה תורתו ויפוצו מעינותיו אז יפקון מן גלותא והבן:
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

קודם כל איך האב קיין שום כוונה אים צי באזייטיגן חלילה!

אלא אדרבה פונקט דאס פארקערטע אזוי ווי איך פארמאג זיינע (ותלמידיו) ספרים און איך לערן זיי
וויל איך פשוט האבן א קלארקייט איבער זיינע השקפות און אלגעמיין. צושפירן מער באקוועם מיט זיי!

דאס אז ער האט געהאט אינטערסאנטע פריווייטע השקפות איי דאנט רילי קעיר... דאס אז ער איז געווען א חובב ציון (אויף א נארמאלן אופן) איז דאך נאר א מעלה...

איך האב נאר גערעד בנוגע שייכתו עם קוק, און בנוגע דאס וואס ער איז אפגעפרעגט ביי היימישע קרייזן, וויל איך פשוט וויסן. דאס אלעס!
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

זאגט מען נאך אמאל, קיין עקסטערע שייכות מיט קוק האט ער נישט געהאט. זיין וועג איז אבסעלוט א אנדערע וועג אינגאנצן.
אפילו אין חובב ציון זיינע, ער האט געהאלטן אז ס'איז ערשט נאך אהבת חברים. אהבת חברים קומט לשיטתו פאר אהבת ארץ ישראל. ער האט געהאט א גאנצע שיטה אין דעם [נאנט צו קאמניזם אין די געדאנק].
טייל פון גדולי ישראל האבן איהם מחשיב שטארק. אין גער אויך ביי די רביים איז ער זייער אפגעשאצט, רוב משפחה זיינע און אזוי אויך פון זיין עלטסטע זוהן הרב"ש, זענען גערע חסידים.

אבער דאס וואס ער איז אפגעפרעגט ביי טייל קרייזן, איז וועגן א אנדערע סיבה אינגאנצן, ווי פריערט דערמאנט, ס'איז ארויס א געוויסע רינון אויף זיין מקורות אז נישט אלעס איז ממקור מים חיים, ס'איז אריינגעמישט אויך דעות פון פילאסאפישע וועלט. אנדערע זענען אינגאנצן מכחיש, אויף דעם האב איך געזאגט, אז זיין דירעקטע פירות יוכיחו, אז ס'איז יא אינגאנצן ריין.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

בס' רשומים בשמך (ע' רמ"ט) שהמקובל מה רבי יהודה ליב אשלג זצ**ל מח**ס פירוש הסולם על הזוהר הק', בא פעם אחת למרן המהר"א מבעלזא זי"ע ואמר לו כי גדול חפצו ללמוד אתו בזוהר הקדוש קבלה, אמר לו מרן ז"ל, 'ביי אונז האט מען אפילו כגוונא געזאגט שטיל'.
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע:אין ביבליאטעק

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן: הרה"ק רבי יהודא לייב אשלג זצ"ל נולד ה' תשרי תרמ"ה בליקובא לאביו רבי שמחה.
כבר בילדותו נודע כעילוי עצום,ובגיל 14 היה בקיא בש"ס.
למד בישיבת גור בוורשא,והיה תלמיד של הצדיקים הק' מקאלישין ופאריסאוו.וכן נסע להרה"ק מהרי"ד מבעלז.
מגיל צעיר חשק בלימוד הקבלה,והיה ער לילות שלימים ולומד בטבלו רגליו במי קרח,ובהשימו אבנים חדות במנעליו כדי שלא ירדם.
נשא לאשה את הרבנית מ' רבקה רויזא בת הר"ר מאיר צבי אבראמאוויטש,והוסמך לכהן כמו"ץ ודיין בווארשא.
הוא התייגע שנים רבות ביגיעה שלמעלה מכוח אנושי בעבודת ה' ובלימוד תורת הנסתר בקדושה ובטהרה,ודלה עיניו למרום בגעגועים אין קץ לזכות לפתיחת הלב והמוח בסוד ה',עד שזכה ונתגלה אליו נסתר א' שהיה מוכר כסוחר,,אולם הוא היה מקובל נסתר ולימדו את תורת הסוד,ונעשה מיחידי הדור בידיעת חכמת הנסתר.
בט"ז תשרי תרפ"ב עלה לאר"י,לאחר שאמר לרבנית שהוא מרגיש שכבר גמר את תיקון נפשו ועליו להסתלק,אולם אם יסע לאר"י אז ישאר בחיים.
באר"י התפרנס מיגיע כפיו והעלים א"ע,עד שכעבור זמן גילוהו, וקבוצה של בני עליה התקבצו סביבו והחלו ללמוד ממנו קבלה.
בשנת תרפ"ו נסע ללונדון ושהה שם כשנתיים ע"מ להדפיס שם את ספרו:"פנים מאירות" ו"פנים מסבירות על ספר "עץ חיים",והיה יושב וכותב כמעט בלי הפסק 18 שעות ביממה.
בשנים ההם הרבה לבקש ולפעול להפצת לימוד הקבלה ע"מ להקל את חבלי משיח ולהמשיך ישועה ליהודים.
הוסמך ע"י הגרי"ח זאנענפעלד זצ"ל כמו"ץ בשכונת גבעת שאול בעיה"ק,שם לימד שנים רבות שיעור בקבלה בכל לילה משעה 1 אחר חצות ועד הבוקר,כשתלמידיו צועדים כשעה ע"מ להגיע לשיעור.
הוא כתב ע"ע במכתב לתלמידו שהוא זכה לעיבור נשמת האר"י הק',ואינו יודע מדוע, רק היה זה ברצון השי"ת.
תלמידיו הנאמנים הדפיסו את ספריו במס"נ,ונתנו הרבה מכספם עבור זה.
זמן קצר לפני הסתלקותו אמר לתלמידו: אם יש לך משהו לשאול-תשאל עכשיו את כל מה שיש לך..
ביום הקדוש שנת תשט"ו הורה להקדים תפילת שחרית בשתי שעות,ונסתלק בדיוק כשהש"ץ צעק:"אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתי".
נטמן בהר המנוחות בירושלים,ומסביבו נטמנו תלמידיו.
מספריו: "פירוש הסולם על הזוה"ק,ספר:"תלמוד עשר ספירות","פנים מאירות" הנ"ל,"פרי חכם", ועוד.
בניו המשיכו דרכו בהנהגה,ובלימוד תורת הקבלה.
מתלמידיו: ר' דוד מינצבערג,ר' משה יאיר וויינשטאק,ר' משה ברוך למבערגער, דודי גיסו בזוו''שר' יהודא הערש בראנדוויין,דודי ר' יהושע הורוויץ, הר' געלבשטיין,ועוד.
זי"ע ועכ"י.

ווער איז דער ר' יהושע הורוויץ?
לעצט פארראכטן דורך אום אני חומה אום מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 10:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע:אין ביבליאטעק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

אבן יקרה האט געשריבן: הרב מרדכי שיינבערגער שליט"א, תלמיד וחתן גיסור' יהודה צבי בראנדוויין מתלמידי בעה"ס, ותלמיד הרב"ש, ראש חברת "אור הגנוז"
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

דער דזשירקא רבי הרב אהרן בריזל שליט"א פון בארא פארק האלט זיך אלס א תלמיד פון הר"ר ברוך שלום, ער האט געגעבן א נאמען פאר זיין זון על שמו.
דוד װיזעלטיר
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:29 pm

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד װיזעלטיר »

בעל הסולם
Baal_Sulam_yehuda_ashlag.jpg
Baal_Sulam_yehuda_ashlag.jpg (9.77 KiB) געזען 1073 מאל
וואס? א קיש אין נאז!
דוד װיזעלטיר
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:29 pm

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד װיזעלטיר »

דער יושב אור הגנוז פון ווי דער באקאנטע אור הגנוז וויין קומט איז א געהעריגע קאמוניסטישע שטעטל געבויעט אויפן דרך פונעם בעל הסולם אז א מענטש אליין האט נישט קיין שום עצם אין זיך נאר ער לעבט פאר יענעם אז דורך דיין ארבעט האט א צווייטע איד הנאה, און דורך דעם קומט מען אן צו דבקות בשם, מ'לערענט דארט קבלה אין די פרייע זמנים.
וואס? א קיש אין נאז!
קנקן חדש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 22, 2021 5:38 am

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן חדש »

דוד װיזעלטיר האט געשריבן: דער יושב אור הגנוז פון ווי דער באקאנטע אור הגנוז וויין קומט איז א געהעריגע קאמוניסטישע שטעטל געבויעט אויפן דרך פונעם בעל הסולם אז א מענטש אליין האט נישט קיין שום עצם אין זיך נאר ער לעבט פאר יענעם אז דורך דיין ארבעט האט א צווייטע איד הנאה, און דורך דעם קומט מען אן צו דבקות בשם, מ'לערענט דארט קבלה אין די פרייע זמנים.

פרייע זמנים????????????
זמני קאומרנא? זמני בעלזא?
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2300
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

שמואל בארג האט געשריבן: דער דזשירקא רבי הרב אהרן בריזל שליט"א פון בארא פארק האלט זיך אלס א תלמיד פון הר"ר ברוך שלום, ער האט געגעבן א נאמען פאר זיין זון על שמו.

און זשירקא רבי זאגט אז אדרבה ער האט געהאלטן שטארק קעגן די מדינה און קעגן די רעיון הציונות, ער האט אויף דעם ראיות לרוב.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איך ווייס, אבער די ראיות פארקערט איז מכחיש.
קנקן חדש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 22, 2021 5:38 am

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן חדש »

טראק דרייווער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן: דער דזשירקא רבי הרב אהרן בריזל שליט"א פון בארא פארק האלט זיך אלס א תלמיד פון הר"ר ברוך שלום, ער האט געגעבן א נאמען פאר זיין זון על שמו.

און זשירקא רבי זאגט אז אדרבה ער האט געהאלטן שטארק קעגן די מדינה און קעגן די רעיון הציונות, ער האט אויף דעם ראיות לרוב.

אשלג האלט זיך ציוניסט'ן

האנט נאכט יוד"ק גיסו תלמידו ממשיך דרכו הרה"ק ר' יהודה צבי מסטרעטין תל אביב זיע"א
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

שמעתי (איך נעם נישט קיין אחריות אויף דעם אויב איינער ווייסט מער ביטע שרייבען) אז עס איז געווען א איד וואס איז ארום געגאנגען צו אלע רבנים אין געגעבן במתנה די סעט סולם. אין ער איז אויך געגעבן פאר רבינו הקדוש מסאטמער זללה״ה. אין די רבי האט געהייסען אז מען זאל עס האלטן אין די שטיב אינדערויסן. איינמאל האט די רבי אנגעהויבן צו בלעטרן אינמיטען האט די רבי זיך אפגעשטעלט אין זיך אנגעריפן איך האב געוויסט אז ער וועט עס שרייבען אין פארשיקט די גאנצע סעט.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

רבניש האט געשריבן: גראדע האב איך א שטיקל באשרייבונג אין ד ארכיוון וואס קען זיין אן אשכול מיוחד איבער בית אשלג בכלליות ותורת הקבלה שלהם.

וואס איך מיין אבער אז די סיבה פארוואס רבי יהודא לייב אשלג וספריו הסולם איז נישט אזוי אנגענומען ביי די מער היימישערע קרייזן, נאר בעיקר ביי וועם די רופסט אן נישט ממקור הקדושה
איז ווייל למעשה איז דער בעל הסולם פארבליבן א שטארקער אנהענגער פון רב קוק ותורתו אפי׳ ווען פילע אנדערע האבן זיך שוין אפגעשאקלט פון אים.

און די תלמידים ״אין קבלה״ פון בנו הרב״ש זענען געווען אפי פרייע חברה ממש.

וממילא מוטל בצל ספק אצל ״די היימישע״ את תורת הקבלה שלו.

אפשר לייגסטו עס ארויף לכ׳ חוה״מ?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

רבניש האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן: אויך וועמענ'ס תורה אין קבלה האט דער סולם באזירט זיין פירוש?

איז עס א נייע מהלך, אדער א ליקוט פון אלע?

האט ער אויך געארבייט אויף קבלה מעשית?

דער בעל הסולם שרייבט אז ער האט זיך געטראפן מיט איינעם א גרויסער סוחר א ביזנעס מאן וואס איז געווען זייער מפורסם מיט זיינע געשעפטן און יענער איז געווען א בקי בכל סתרי תורה אבער דאס האבן מענטשען נישט געוויסט איבער אים, און ער איז געווען זיין רבי אין קבלה ער איז געווען דבוק אין אים אייביג און איז אפי׳ געווען ביי זיין פטירה.

ער האט אבער קיינמאל נישט געזאגט ווער דער מענטש איז געווען דאס איז פארבליבן א געהיימניס. ממילא ווייסט מען נישט פון ווי זיין מקור קומט דאס לייגט ווייטער א נעפּל פאר נארמאלע מענטשן וואס גייען בסדר העולם אז די זאכן איז נישטא וואס צו באהאטלן, האסט א צדיק א פארשטייער אין רזי דרזין ווער וויל דען נישט מאכן פאפולער זיין רבין וואס איז אזוי גרויס? זה מוזר מאוד און סעלייגט א חשכתדיגן בליק אויף אזאך.

ער האט טאקע סותם געוועהן ווער דער צדיק נסתר איז געוועהן, אבער היות ער שרייבט אז ער איז אוועק י' ניסן תרע"ט וואלט געדארפט זיין גאנץ גרינג צו מברר זיין ווער דאס איז מיט דער היינטיגע כלים

א סירטש אויף jri טרעפט דריי מציבות אין דער בית החיים פון ווארשא (Okopowa) פון יענע דאטום איינס איז א פרוי דער צווייטע איז איינער אין דער עלטער פון 27 (און ער זעהט נישט אויס צו פרום סיי ווי סיי) דער דריטע איז איינער בגיל 46 און דאס קען שטארק מעגליך זיין דער צדיק נסתר

אין דער ביכער פון דער פטירות אין ווארשא דארף מען אויך זיכען, אבער משנת תרע"ט איז כנראה נאך נישט אינדעקס'ט אויף jri און אין דער ביכער אליין צו זוכען איז יותר מיכולתי
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2300
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

קנקן חדש האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן: דער דזשירקא רבי הרב אהרן בריזל שליט"א פון בארא פארק האלט זיך אלס א תלמיד פון הר"ר ברוך שלום, ער האט געגעבן א נאמען פאר זיין זון על שמו.

און זשירקא רבי זאגט אז אדרבה ער האט געהאלטן שטארק קעגן די מדינה און קעגן די רעיון הציונות, ער האט אויף דעם ראיות לרוב.

אשלג האלט זיך ציוניסט'ן

אז אשלגים האלטן זיך פאר ציוניסטן, מיינט נאך נישט אז דער בעל הסולם אליינס איז געווען. ער פלעגט לערנען מיט יעדן וואס איז געקומען צו אים און געוואלט לערנען, ער האט נישט בודק געווען יענעמס ציצית, ממילא איז געווען אסאך מזרחיסטן וואס זענען אויך געקומען לערנען צו אים און זיי האבן זיך געהאלטן פאר זיינע תלמידים.

דער בעל הסולם אליינס איז כמעט נישט ארויס פון זיין בית המדרש און האט נישט געהאט צופיל שייכות מיט סתם מענטשן, ער פלעגט נישט גיין צו קיין מסיבות וכדומה, ער איז כל כולו געווען אריינגעטוהן אין לערנען, און געהאלטן אלס א תפקיד צו פארשפרייטן זיין אייגנארטיגן דרך אין קבלה. ער איז געווען א קדוש וטהור און א ריז אין קבלה, זיינע פירושים אין קבלה איז ממש מאיר עיניהם און איז מסדר אלע סתירות באופן מבהיל.

אמאל אין א שמועס מיט זשירקע רבי האט ער מיר אנגעצייכנט עטליכע פלעצער ווי דער בעל הסולם אליינס שרייבט שטארק קעגן די הקמת המדינה און קעגן ציונות אז דאס איז א שלעכטע זאך. (דאכט זיך מיר אז דער בעל הסולם האט נישט געהאט כי הוא זה שייכות מיט תורתו פון קוק). ער האט מיר אויסגערעכנט א ליסטע פון כמה גדולי ישראל פון די קנאי'שע קרייזן וואס פלעגן לערנען די פירוש בעל הסולם אויפ'ן זוהר, אריינגערעכנט די היינטיגע ירושלימ'ער רב זז"ג הגאון רבי יצחק טובי', הצדיק רבי לייביש לייזער מפשעווארסק און נאך וואס לערנען דאס. (ער האט געזאגט נאך אסאך שטארקע נעמען, איך געדענק נישט אלע).
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע:גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

אין ספר מלכות שלמה תורות און הנהגות וכו' פון אדמו"ר ר' שלמה בן ציון חיים טווערסקי זצ"ל מהארנאסטייפל מילוואקי, ברענגען זיי אין חלק מנהגי קודש סימן ח' אות ל"ה בזה"ל: הקפיד מאד שלא ללמוד פי' הסולם על הזוה"ק, וכן שמע מהרה"ק מהר"י מסאטמאר זי"ע.

אונטן צייכענען זיי צו ע' ספר אורחות רבינו (פונעם סטייפלער זצ"ל) חלק ה' דף רד אות קלט.
דארט שטייט בזה"ל: מרן החזו"א זצוק"ל ומו"ר [הסייפלער] זצוק"ל לא החזיקו בביתם בספר הסולם פירוש על הזוהר ולא הסתכלו בהם.
וספר לי הגרח"ק שליט"א [זצ"ל] אחד שמוכר את ספרי הסולם על הזוהר מאשלג הכניסם לביהמ"ד של מרן החזו"א, ובא למרן החזו"א לבקש כסף עבורם, אמר לו מרן האם אני בקשתי להביאם, קחם בחזרה
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר נדיר מראשוני הדברים שהדפיס תרצ"ג
אטעטשמענטס
MTA5.jpg
MTA5.jpg (162.8 KiB) געזען 154 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2783
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

יונה פויגל האט געשריבן: פרייטאג יוני 16, 2023 6:57 am
אין ספר מלכות שלמה תורות און הנהגות וכו' פון אדמו"ר ר' שלמה בן ציון חיים טווערסקי זצ"ל מהארנאסטייפל מילוואקי, ברענגען זיי אין חלק מנהגי קודש סימן ח' אות ל"ה בזה"ל: הקפיד מאד שלא ללמוד פי' הסולם על הזוה"ק, וכן שמע מהרה"ק מהר"י מסאטמאר זי"ע.

אונטן צייכענען זיי צו ע' ספר אורחות רבינו (פונעם סטייפלער זצ"ל) חלק ה' דף רד אות קלט.
דארט שטייט בזה"ל: מרן החזו"א זצוק"ל ומו"ר [הסייפלער] זצוק"ל לא החזיקו בביתם בספר הסולם פירוש על הזוהר ולא הסתכלו בהם.
וספר לי הגרח"ק שליט"א [זצ"ל] אחד שמוכר את ספרי הסולם על הזוהר מאשלג הכניסם לביהמ"ד של מרן החזו"א, ובא למרן החזו"א לבקש כסף עבורם, אמר לו מרן האם אני בקשתי להביאם, קחם בחזרה
איר מיינט רבי בנציון חיים שלמה מהארנאסטייפל טשיקאגו

די ספר וואס איר דערמאנט איז א בחורישע ליקוט פיל מיט מאדנע זאכן

די וואס האבן זיך מתנגד געווען צו "שיטתו" פונעם בעל הסולם האבן געהאט א סיבה וואס האט נישט קיין שייכות מיט ציונות.
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

טראק דרייווער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 05, 2021 5:56 pm
קנקן חדש האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
דער דזשירקא רבי הרב אהרן בריזל שליט"א פון בארא פארק האלט זיך אלס א תלמיד פון הר"ר ברוך שלום, ער האט געגעבן א נאמען פאר זיין זון על שמו.
און זשירקא רבי זאגט אז אדרבה ער האט געהאלטן שטארק קעגן די מדינה און קעגן די רעיון הציונות, ער האט אויף דעם ראיות לרוב.
אשלג האלט זיך ציוניסט'ן
אמאל אין א שמועס מיט זשירקע רבי האט ער מיר אנגעצייכנט עטליכע פלעצער ווי דער בעל הסולם אליינס שרייבט שטארק קעגן די הקמת המדינה און קעגן ציונות אז דאס איז א שלעכטע זאך.
זיין פראבלעם איז נישט ציונות, נאר די צורה ווי די מדינה דארף זיך פירן, ער האט געהלטן שטארק פין קאמוניזם. נאר ער זאג אז רוסלאנד איז נישט מצליח מיט דעם ווייל סדארף זיין לשם שמים וכו'.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2783
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

קונטרס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:37 pm
טראק דרייווער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 05, 2021 5:56 pm
קנקן חדש האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
דער דזשירקא רבי הרב אהרן בריזל שליט"א פון בארא פארק האלט זיך אלס א תלמיד פון הר"ר ברוך שלום, ער האט געגעבן א נאמען פאר זיין זון על שמו.
און זשירקא רבי זאגט אז אדרבה ער האט געהאלטן שטארק קעגן די מדינה און קעגן די רעיון הציונות, ער האט אויף דעם ראיות לרוב.
אשלג האלט זיך ציוניסט'ן
אמאל אין א שמועס מיט זשירקע רבי האט ער מיר אנגעצייכנט עטליכע פלעצער ווי דער בעל הסולם אליינס שרייבט שטארק קעגן די הקמת המדינה און קעגן ציונות אז דאס איז א שלעכטע זאך.
זיין פראבלעם איז נישט ציונות, נאר די צורה ווי די מדינה דארף זיך פירן, ער האט געהלטן שטארק פין קאמוניזם. נאר ער זאג אז רוסלאנד איז נישט מצליח מיט דעם ווייל סדארף זיין לשם שמים וכו'.
דו מיינסט סאציאליזם - פרעג נישט יעצט די חילוק.

א גאנצע מהלך פון ואהבת לרעך כמוך
עס איז פארהאן א ישוב אור הגנוז נעבן מירון וואס איז נתייסד געווארען עפ"י שיטתו ומהלכו דורך הרב שינברגר חתנו של רי"צ בראנדוין גיסו ותלמידו הגדול של בעל הסולם.

די נושא האט אבער נישט קיין שייכות מיט זיין שיטה אין קבלה, און ממילא די מתנגדים פון איין נושא האבן נישט דייקא מיט די צווייטע
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: ר' יהודה לייב אשלג "בעל הסולם" זצ"ל - יום הקדוש תשט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

נחום וואהלינער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:47 pm
קונטרס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:37 pm
טראק דרייווער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 05, 2021 5:56 pm
קנקן חדש האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:

און זשירקא רבי זאגט אז אדרבה ער האט געהאלטן שטארק קעגן די מדינה און קעגן די רעיון הציונות, ער האט אויף דעם ראיות לרוב.
אשלג האלט זיך ציוניסט'ן
אמאל אין א שמועס מיט זשירקע רבי האט ער מיר אנגעצייכנט עטליכע פלעצער ווי דער בעל הסולם אליינס שרייבט שטארק קעגן די הקמת המדינה און קעגן ציונות אז דאס איז א שלעכטע זאך.
זיין פראבלעם איז נישט ציונות, נאר די צורה ווי די מדינה דארף זיך פירן, ער האט געהלטן שטארק פין קאמוניזם. נאר ער זאג אז רוסלאנד איז נישט מצליח מיט דעם ווייל סדארף זיין לשם שמים וכו'.
דו מיינסט סאציאליזם - פרעג נישט יעצט די חילוק.

א גאנצע מהלך פון ואהבת לרעך כמוך
עס איז פארהאן א ישוב אור הגנוז נעבן מירון וואס איז נתייסד געווארען עפ"י שיטתו ומהלכו דורך הרב שינברגר חתנו של רי"צ בראנדוין גיסו ותלמידו הגדול של בעל הסולם.

די נושא האט אבער נישט קיין שייכות מיט זיין שיטה אין קבלה, און ממילא די מתנגדים פון איין נושא האבן נישט דייקא מיט די צווייטע
נישט נאר, כהאב געמיינט קומוניזם אלטרואיזם, אין כדארף נישט קיין הסברים.
אין סהאט אסאך צו זיין דרך אין קבלה הרצון לקבל ולהשפיע
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”