האסט געהאט טרעוויל אינשורענס?? (אויב געקויפט מיט א קרעדיט קארד קוק צו די קארט געבט אינשורענס) אויב נישט קען מען נישט באקומען קיין געלד... געווענדליך בשעת מעשה קען מען ריבאקען פאר ביליג אדער בחונם....
אקעי די מעשה איז געווען איך בין געפארן פון דא אויף מאנטריאל און פון דארט געדארפט כאפן א פלייט קיין לאנדאן נישט קיין קאנעקטינג נאר איך האב עס אליינס צוזאמגעשטעלט איך האב געדארפט לאנדן אין מאנטריאל 11:15 און די פלייט אויף לאנדאן 12:45 וואס ע"פ דרך הטבע דארף מען עס רואיג מאכן
למעשה האט די פלייט געסירקעלט אין די הויכע רוימען א עקסטערע האלבע שעה ממילא האב איך פארפאסט די פלייט אויף לאנדאן
סאו יעצט קען איך עפעס טון צוריק צו באקומען מיין געלט אדער יא ??? יישר כח
דאס איז די ריזיקע פון מאכן סעלף קאנעקשאנס, אויב איז עס צוויי אנדערע ערליינס קענסטו געווענליך קלאפן בארן. אויב איז עס די זעלבע ערליין, קען מען האבן אמאל מזל אז זיי וועלן דיר פארשטיין און לייגן אויף די נעקסטע פלייט.
שכח יעדער, למעשה האט מען דיקליינט די טשארדזש אין ס'געווען א מחי'
נישט אזוי זיכער אז עס איז א smart move. מען קען נישט דיקליינען ווען די ביסט שולדיג. און אויב האסטו עס געבוקט דורך אן אונליין טרעוועל עידזשענסי ווי למשל עקספידיע קענסטו האבן פראבלעמען אין די צוקונפט. און אויב איז עס א גרעסערע סכום קענען זיי דיך רופן אין קאורט און זיי וועלן באקומען די געלט פון וויזע און אפילו פון עימעקס, פשוט ווייל עס איז נישט די עירליין שולד.