Re: דרשת הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ - אודות הפירצה פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער
איינער האט געמאכט א סורוועי?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
איינער האט געמאכט א סורוועי?
איך האב יא א סמארטפאון און איך באקום נישט קיין חתן כלה בילדער.Kosher Travel האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 5:18 pmהעי, וואס איז מיט אונז? די זיידעס זענען עפעס מלאכים?א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 4:04 pmאון יונגעלייטסמעטענע האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 4:03 pmליידער ביי אסאךא ווייסע ארבעטער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 3:31 pmביי וועם איז עס שוואך?ברכו שמו האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 2:56 pmגעהערט היינט צופרי אויף די דרשה פון הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א מגדולי רבני העיר ב"פ
- אודות הפירצה היינטיגע צייטן פון ארום שיקן חתן-כלה בילדער רח"ל און די מכשולות נישט נאר ברוחניות שאין לזה שום צד של היתר, נאר אלץ א גרויסע רב זאגט ער אז מקען זיך נישט פארשטעלן די פראבלעמען בגשמיות וואס דאס ברענגט ל"ע פון אפלאזן שידוכים, וכו' וכו'
פארוואס איז טאקע די זאך געווארן אזוי לייכט אפילו ביי שטריימל- בעקיטשע יודן?
וואס קענען מיר - לכה"פ אני הקטן - טוען וועגן דעם?
מען דארף מער ארבעטן אויף די שמירת עיניים ביי די בחורים אז די פירצה זאל זיך נישט פארשפרייטן
ביי דעי וועי, איך בין דאך נישט קיין פרומאק. איך דארף נאך ליידער אסאך ארבייטן אויף מיין שמירת עינים. אבער דאס האב איך א באונוס, אז ווייל איך האב נישט קיין סמארטפאון (טאקע ווייל איך בין נישט אזוי פרום, טאר איך עס נישט האבן), זעה איך נישט די חתן כלה בילדער...
לאמיר נישט זיין פון וואס פרעגן קשיות אויף רבנים.אותות ומופתים האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:16 amנישט אוועק צו מאכן די התעוררות, אבער אוודאי איז בימי חז"ל אויך געווען א גרויסער חשבון וויאזוי דער עולם וועט אויפנעמען די גדרים / גזירות וואס זיי האבן געמאכט, פאר די פשוט'ע סיבה אז א גדר / גזירה וואס חז"ל האבן געמאכט האט נישט קיין קיום אויב עס איז נישט נתפשטה ברוב ישראל. אויב דער ציבור פייפט זיך אן דערויף איז עס בטל טראץ דעם וואס די הייליגע חז"ל האבן עס מתקן געווען.
פארשטייט זיך אז עס איז נישט קיין מצוות עשה דוקא צו ז יין פון די יושבי קרנות וואס שפעטן אפ און פרעגן קשיות אויף די רבנים... אוודאי איז דאס נישט די ריכטיגע מהלך. פארט ליגט אבער דער פליכט אויף די רבנים אויב ווילן זיי מעורר זיין אויף עפעס צו זיכער מאכן אז עס איז גוט אראפ געלייגט ומתקבל על הלב כדי עס זאל טאקע זיין דברים נשמעים, און אז נישט איז דא צומאל וואס כך מצוה שלא לומר דבר שלא נשמע.
די פראבלעם איז אז ביי דייקא די 40 יעריגע קען מען שוין נישט טוישן. די 10 יעריגע דארף מען טרעפן א מהלך אויפבויען צו האבן א פחד פון דעם אבער מיט א קלוגע אופן וואס איך ווייס נישט וויאזויבעקעלע.הפוכה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 06, 2024 4:19 pmמזל טוב
ב"ה מיין ברודער האט געטוען ש שידוך מיט זיין זוהן דינסטאג. נחת ושמחות לכל כלל ישראל אכיה"ר
- ער האט מיר דערציילט אז ער ארבייט און א זייער היימישער אפיס אין וומס"ב (לויטער מענער) און נעכטן האט איהם א יונגערמאן געגעבן מז"ט און געזאגט לפי תומו -נישט כאפעדיג מסתמא- איך האב געזעהן א בילד פון דיין זוהן, ער זעהט אויס ווי א לייטישער בחור, אויך די כלה זעהט אויס זייער איידל און באשיידן.
נו שוין - איז די איסור פון ולא תתורו שוואכער ווייל אונז זענען שוין איבער 40?
לבנו יודעים מרת נפשינו מיר מיטליעריגע - אני הקטן זיכער - אז דער יצה"ר שלאפט נישט, פארוואס פעלט עס אויס????