א גוטן טאג. גיימער אריינגיין אין עטוואס דיטעילס פון לאדשיסטיקס און פארוואס ס׳איז אזוי וויכטיג אז ס׳זאל זיין אויסגעהאלטן מיט הלכות סאונד כדי דער עולם זאל האבן די עכטע גוטע עקספיריענס.
לאמיר קודם אנהייבן מיט א וויכטיגע נקודה. ס׳איז נישט מעגליך בדרך הטבע צו מאכן אלעס קלאפן אויף 200 פראצענט. ווארשיינליך אין בית המקדש האט עס יא געקלאפט יעדע איינציגע פרט. אבער אונז דא אין גלות גייט יעדע זאך האבן עפעס א סעקרעפייס, און די חכמה איז צו פיקן אין טשאָזן וואס וועט זיין די בעסטע פארן דשאב וואס פעלט זיך אויס.
טאם דענלי זאגט עס און שרייבט עס אלץ, אז מ׳דארף גיין און מ׳קען נאר גיין לויט די רולס און די רולס זענען די געזעצן פין פיזיקס. אויף יעדע פון זיינע מאדעלס וואס ער בויעט וועט ער אייביג זייער קלאר מסביר זיין ווי אזא סארט מאדל ספיקער פיט אריין און אלע פראו׳ס און קאַן׳ס פינעם מאדעל, און ווי ער האט געפאוקעסט און די סעקרעפייס וואס ער האט געדארף מאכן צוליב זיין ציל אז די מאדעל זאל דעליווערן א געוויסע ציל.
מיט דעם אין מיינד פארשטייט מען נאך וויכטיגער אז ס׳איז נישטא אזא זאך ווי א פרי קעיק... נאר מען דארפן טאן דאס בעסטע לויט די אומשטענדן און פאקט באווייזט אז מיט צולייגן קאפ קען מען דעליווערן גאר גאר הויעכע קוואליטי סאונד.
די רגע מען לייגט אריין ״עני״ סאונד סאָרס אין א פארמאכטע פלאץ, קומען אריין א ים מיט וועריעבּלס וואס האט א השפעה וויאזוי די סאונד גייט אויסווירקן, און א מענטש וואס שטייט דערין וועט נישט באקומען די סאונד ווי ער באקומט עס און א ריזן ליידיגע אפענע מדבר. יעדע רום נישט קיין חיליק די סייז וועט טוישן די מציאות. היות די רום קען מען נישט טוישן, עס בלייבט נאך אלץ א רום, וועט מען דארפן ״דילן דערמיט״, דאס מיינט ״סעקריפייזן״.
אן אריינגיין אין טיפע ענינים לאמיר גיין סימפל צו לאדשיסטיקס. ס׳איז דא א גרויסע שוהל. מ׳קען עס אויסשטעלן וויאזוי מען וויל נאר. ווי זאל מען לייגן די סאונד סטעידש? ווי גייען די ספיקערס? און ווי גייען די זינגערס און שפילערס?
קאמען סענס זאגט, אז דארט ווי דער עולם שטייט, דארט זאל דארף מען דעליווערן די סאונד. און די סאונדש סטעידש זאל גיין ווי עס שמעקט זיי. הו קערס? דער עיקר אז די ״ספיקערס״ זענען די בעסטע וואס איז שייך, און די בעסטע מאדעל וואס איז די בעסטע פאר ״די איצטיגע״ איווענט, און דער עולם זאל הערן קלאר ס׳זאל זיין א מחיה.
ס׳איז אבער נישט אזוי פשוט... לאמיר געבן א ביישפיל. לאמיר אויסשטעלן דעם שוהל. די אויבן אן מיט די רבנים זענען ביי מזרח. דרום און צפון האבן פארענטשעס מעריב שטייט א שיינער ציבור וואס ווילן מיטהאלטן און הנאה האבן פונקט ווי יעדן איינעם.
אקעי, האמיר שוין אן אויסשטעל. ווי לייגט מען ספיקערס?! די בעסטע פלאץ איז אויף מזרח הענגען העכער דעם אויבן אן. א מאדעל ספיקער וואס האט א 90 דעגרי האריזאנטל קאווערעדש עננגל אויף די רעכטע זיין נעבן די פארענטשעס, און א צווייטע זעלבע מאדל אויף די לינקע זייט נעבן די פארענטשעס.
מיט אזא סעט אפ וועלן די פארענטשעס זיין פיין געקאווארט און היות די ענגל ווערט ברייטער ווי ווייטער עס איז פינעם ספיקער, וועט זיך עס צוזאמקומען ביי דעם צווייטן זייט אז דער עולם אויף מעריב זייט וועלן האבן פיינע קאווערעדש.
די טשעלענדשעס זענען, אז מ׳וויל נישט אז די קאווערעדש פון ביידע ספיקערס זאלן זיך אווערלעפּן איינער דעם צווייטן, ווייל אויב יא וועט זיין געוויסע פריווענסיס וואס וועלן ווערן שטערקער און געוויסע וואס וועלן זיך קענסלען. סאו דא קומט אריין סעקרעפייז. און די פראפעשאנעל וועלט ווען געלט שפילט נישט קיין ראלע, וועט מען בויען א ספיקער קאסטאם מעיד אז ס׳זאל זיך נישט אווערלעפּן און ס׳זאל ממש זיין מערקבאר ווי די רעכטע ספיקער ענדיגט און די לינקע נעמט איבער. אבער אין א שוהל איז נישטא די סארט אפשן אנלעס מען וויל אינסטאלירן ספיקערס און זיך לאזן קאסטן, און דאן ״אייביג״ אויסשטעלם די שוהל אויפן אינטש די זעלבע וועג.
היות די ספיקערס איז העכער מזרח, וועט ממש אינטערן ספיקער נישט זיין קיין קאווערעדש, וועט מען דארפן צולייגן א Fill ספיקער. א קליינע ספיקער דשאסט צו קאווערן דעם אויבן אן. און די קליינע ספיקער׳ס קאווערעדש איז געדרייט צו מזרח, סאו דאס וועט נישט אריינקרעשן אין די קאווערעדש פון די מעין ספיקערס.
ווי זאלן די זינגערס און שפילערס גיין? נו.... טראכט אליין... ווי מאכט די מערסטע סענס? לאמיר טראכטן צוזאמען. סאונד טרעוולט זייער שטייט... איר כאפט שוין?! זאלן מען לייגן דעם סטעידש ערגעץ אויף מעריב זייט, וועלן זיי שפירן ווי ס׳איז דא א געפּ פון ווען זיי זינגען ביז זיי הערן עס פינעם מעין ספיקער... דאס מאכט שוידערליך נערוועז און מ׳קען אזוי נישט זינגען און שפילן. סאו יעדער פארשטייט אז די ״סטעידש״ וואס פראדוצירט סאונד זאל זיין אויפן זעלבן זייט פינען ספיקער אויף מזרח. ניטאמאל טריי פון זיי לייגן אינדערמיט ווייל א מענטש איז זייער סענסעטיוו צו הערן זייער קול ארויסקומען שפעטער אפילו מיט עטליכע מילי סקונדעס. סאו סיי באלאנגען אויף מזרח. בעסער געזאגט, זיי באלאנגען דארט ווי די מעין ספיקער הענגט.
איך האב געליינט די גאנצע זאך אינעם פי די עף איין זאך פארשטיי איך נישט וואס העלפט עמפליפייער ס'איז נאר א שטיקל וואס מ'לייגט צו? (אדער ווייס איך נישט וואס א עמפליפייער איז)
איך האב געליינט די גאנצע זאך אינעם פי די עף איין זאך פארשטיי איך נישט וואס העלפט עמפליפייער ס'איז נאר א שטיקל וואס מ'לייגט צו? (אדער ווייס איך נישט וואס א עמפליפייער איז)
זייער פשוט. א מענטש רעדט. די כח פונעם קול קומט פונעם מענטש. ווי הויעך ער קען ארויסגעבן קול, ווענד זיך וויפיל ענערדשי ער האט. דאס צו מאכן העכער ״עמפּליפייען״ דארף מען פרישע ענערדשי מיט מער קראפט. ניצט מען עלעקטריק צו נעמען די סאונד ענערדשי און צולייגן קראפט דערצו וואס מיינט אז די קול הערט זיך העכער. די עמפליפייער לייגט צו די קראפט, און די ספיקער געבט עס ארויס. פארשטייט זיך אז די ספיקער דארף קענען נעמען די קראפט, אויב נישט וועט זיך עס סימפל פארברענען. אזוי ווי מ׳ניצט א דינע ווייער פאר א זאך וואס דארף אסאך עלעקטעריק. א פרידשדער האט א דיקערע ווייער ווי סעלפאון טשארדשער. און די ווייערס אריין צו יעדע הויז איז נאך דיקער, די ווייערס אויף די גאס וואס לויפט צום גריד איז נאך דיקער.
טראכט פון א רום פול מיט מענטשן. יעדע מענטש האט עטוואס פלאץ זיך צו רירן. אבער די רום איז אנגעפילט נישטא קיין איבריג פלאץ אריינצולייגן נאך איינעם.