Re: עקסעל: הילף אין עקסעל
עס ארבעט מורא'דיג!קנאפער ידען האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 9:22 pmפאר דער קומענדיגער מאל שרייב מער פונקטליך "וואו" און "וואס" עס איז נישט גוט. (וויבאלד דו האסט געמאכט דער שיעט ווייסטו וואס דו ווילסט און וואו, אבער פאר א דרויסענדיגער עס צו לערנען פארן קוקן דער אישו נעמט איבריגע צייט, און עס איז א שאד.)ידיעות התורא האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 7:23 pmואתא תורא..
כ'קוק יעצט, סוף טאג, איבער אלע תגובות, און עס איז באמת וואונדערבאר ווי דער עולם קומט אריין מיט אזא גוט הארץ ארויסצוהעלפן..! ייש"כ פאר יעדעם, אלעס האט צוגעהאלפן 'פארן בעגינער' 'זיך צו לערנען' פאר נעקסט טיים. כ'הייב אן צו כאפן די יסודות פונעם 'if' און 'and'
יעצט האלט איך ביים צווייטן און ביים דריטן קאלום און כ'מאך עס איבער לויט דעם, כ'מיין אז עס פונקטליך געמאכט, אבער פאר סאם ריזען האלט ער נישט ביים קאאפערירן.. ?
זעה דא די לינק דערפון
אויף גוגל זעה איך יעצט אז עס גייט יא, נאר אויף עקסעל (געדאונלאודט) גייט עס נישט
וואס געשעט אין P7 (#VALUE! ערראר) איז א רעזולטאט פון דער פאקט אז ער מאכט + אויף א סעל (P6) וואס האט אין זיך "עפעס" וואס איז נישט א נומער (עס איז דער רעזולטאט פונעם פארמולע וואס איז "ליידיג", עס איז נישט עכט ליידיג נאר עס איז א געשריבענע ליידיג...), סאו ער קען נישט רעכענען און ווערט משוגע, 1+א+2 קומט אויס צו?... (משא"כ גוגל שיעטס זאגט: "ליידיג" מיינט דאך 0 איז עס א גוטע חשבון.)
און דער סיבה דערצו פאנגט אן אן מיט דעם אז דו האסט אויסגעלאזט שורות 5 און 6. פארוואס טאקע?
א וועג ארום דעם איז דא אפאר מהלכים. איין וועג איז צו צולייגן צו דער P6 אינעם אינעם פארמולע אז עס זאל קוקן אויב עס איז נישט א נומער און ער זאל עס מאכן פאר א נומער (דהיינו 0) מיט דער NUMBERVALUE פונקציע:א צווייטע מהלך איז צו דראפן (אויסמעקן) דער שורה 4 (וואס זעט מיר אויס איז בלויז דארט ווייל דו זאלסט קענען לייגן אינעם פארמולע "א שורה פריער". ריכטיג?) און מאכן דער SUM אין יעדע שורה:קאוד: וועל אויס אלע
=IF(AND(A5="",C5=""),"",A5-C5+NUMBERVALUE(H4))
נעם אין אכט: איך האב געשריבן די פארמולעס פאר דער ערשטער צעל מיטן פארמולע, נישט פאר דער צווייטער קאלום. דו קענסט עס טוישן צו וואו עס דארף גיין.קאוד: וועל אויס אלע
=IF(AND(A4="",C4=""),"",SUM(A$1:A4)-SUM(C$1:C4))
יעצט כאפ איך מער די גאנצע ענין, (אויסגעלאזט שורות 5 און 6 ווייל פשוט נישט אייביג איז דארטן דא א טשעק און עס דארף ארבעטן ביינאזאם מיט די אנדערע קאלום לויטן טאג וכו'),
איך האב גענוצט די צווייטע קאוד, ווייל דאס סאונדט מער די ריכטיגע וועג דערפאר.
די $ סימבאל מיינט לכאו' אז ער זאל נישט רעכענען דארט, עפעס אזוי, ניין?
אויך וואס זענען די אלע מינע קאלירן וואס ער געבט כ'קען נישט כאפן אויב עס האט עפעס א מהלך אדער שיסט סתם קאלירן אין די וועלט אריין יעדע צעל באקומט נאך א קאליר פאר די געשמאק..