אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/רצונות וכדו'?

א. אודאי יא, עס איז זייער וויכטיג פאר שלום בית.
18
13%
ב. ניין, עס פעלט בכלל נישט אויס.
30
22%
ג. לכתחילה זאלן זיי זיין ווי מער ענדליך, אבער מען קען אויך האבן גוטע שלום בית מיט גאנץ אנדערע נאטורן.
46
34%
ד. ניין, עס איז גאר בעסער אויב מען האט אנדערע נאטורן.
42
31%
סך הכל שטימען: 136

נישטא
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 15, 2023 3:15 pm

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן זיין די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטא »

כ'האב אמאל געהערט בשם די קדושת לוי אז מאן און ווייב וואס האבן די זעלבע נאטור, קענען נישט מוליד זיין
אויב איז דא אזא קדושת לוי קען מען עס צוברענגען?
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן זיין די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

כ'האב געוואויט ב. אבער איך וואלט אפגעטיילט נאטורן פון רצונות
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5301
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן זיין די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

נישטא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 4:04 pm
כ'האב אמאל געהערט בשם די קדושת לוי אז מאן און ווייב וואס האבן די זעלבע נאטור, קענען נישט מוליד זיין
אויב איז דא אזא קדושת לוי קען מען עס צוברענגען?
דאס איז פון חכמת התורה ל
Screenshot 2023-08-24 132007.jpg
Screenshot 2023-08-24 132007.jpg (27.3 KiB) געזען 797 מאל
הגרש"ק
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן זיין די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

גראַדע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 3:30 pm
איינער וואס איז מער א רואיגע נאטור גייט קיינמאל ווערן א היציגע נאטור..
אבער פון זיך אויפפירן אזוי לאנג היציג גייט ער ווערן א היציגער.
וויפיל זאכן האסטו נאך די חתונה זיך געדארפט צווינגען עס צו טוהן און היינט איז עס אטאמאטיש? (אנגעהויבן פון זיך באדאנקן אויף יעדע קלייניגקייט...)

נאטורן ארויף נאטורן אראפ פאקטיש טוישט מען זיך!!
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
out of the blue
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 5:53 pm

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן זיין די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך out of the blue »

נישטא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 4:04 pm
כ'האב אמאל געהערט בשם די קדושת לוי אז מאן און ווייב וואס האבן די זעלבע נאטור, קענען נישט מוליד זיין
אויב איז דא אזא קדושת לוי קען מען עס צוברענגען?
של"ה הק'

שלה הק.JPG
שלה הק.JPG (92.94 KiB) געזען 770 מאל
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן זיין די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

א ייש"כ אלע פארן מגיב זיין.

א שטיקל קלארשטעלונג, די ווערטער האב איך נישט דוקא געמיינט אזוי פונקטליך, די עיקר האב איך געמיינט צו פרעגן צו עס איז וויכטיג אז זיי זאלן זיין ענדליך און ליב האבן די זעלבע זאכן.
אך וועל דא אויסרעכענען אפאר משלים, א חלק פון זיי זענען ערענסטערע זאכן און א חלק מילדער.
אויב איך בין א לעבעדיגע זאל זי אויך זיין,
אויב איך האב ליב סדר זאל זי אויך,
אויב איך האב ליב א שטרענגע סיסטעם שטוב זאל זי אויך,
אויב איך האב ליב צו טון חסד זאל זי אויך,
אויב איך האב ליב שיינע זאכן זאל זי אויך,
אויב איך האב ליב פרישקייט, יעדע טאג א נייע געדאנק זאל זי אויך, [א לעבעדיגע שטוב],
אויב איך בין א צוריקגעצויגענע זאל זי אויך זיין,
אויב איך ארלעדיג זאכן איינס צוויי, זי אויך,
אויב איך טראכט אסאך פארן קויפן/טון עפעס, זי אויך אזוי,
אויב איך טו און נאכדעם טראכט איך, זאל זי אויך אזוי טון,
אויב איך נעם נישט ערנסט קאמענטס פון מענטשן, זאל זי אויך נישט מאכן קיין עסק.
ועוד ועוד ................
[דער עולם דארף נאך משלים??? עס איז דא... די והותר!!!!]

הצלחה
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עס איז זייער זייער וויכטיג פאר א אידישע שטוב אז דער מאן און דער פרוי זאלן האבן די מעגליכקייט צו האבן גאר אנדערע נאטורן, ווייל נאר אזוי קומט ארויס א שלימות, לאמיר מאכן א משל, אויב דער מאן איז זייער א פונקטליכער אין זייגער, גייט דער שטוב ווערן געפירט מיט א געוואלדיגער אנגעצויגנקייט איבער זאכן זאלן געטון ווערן צייטליך, יעצט די פרוי איז פארקערט, זי איז מער א שלעפדיגע, רוהיג מיט צייטן, איז אויב זיי ארבייטן עס אויס צווישן זיך מיט פארשטענדעניש און סבלנות איינער צום צווייטענס נאטור גייט ארויסקומען דער שלימות האמיתי, וואס דאס איז "באלאנס", ווייל דער אמת איז דאך אזא אמאל דארף מען זיין פונקטליך מיטן זייגער (צו דער באס, צו די זשאב, צו הדלקת הנרות שבת, און צו סוף זמן ק"ש...) און אמאל איז נישט גוט ווען מען יאגט זיך, במילא אויב קען די מאן און פרוי צווישן זיך משלב זיין זייערע פארקערטע נאטורן און עס צונויפלעכטן אין א וועג וואס עס איז באלאנסירט, דאס איז דער אמתדיגער ציל און תכלית פון א בית נאמן און א געזונטע שטוב מיט געזונטע קינדער בס"ד.
לאידך גיסא, דער "ציל" מוז זיין די זעלבע, און אויב עס איז לכתחילה נישט די זעלבע איז זייער זייער וויכטיג אז מען ארבייט דערויף זייער שווער עס צו מאכן די זעלבע אדער זיך מאכן א דעת תורה וועמען מען פרעגט אן יעדע זאך ביז מען באקומט די זעלבע ציל, ווייל אויב האט יעדער אן אנדערע ציל,סיי ברוחניות און סיי בגשמיות גייט יעדער ציען דעם שטריק צו זיין זייט און מען גייט זיך נישט קענען צוזאמנלעבן סיי פאר זיך אליינס און סיי פאר די קינדער בס"ד, ווען מען האט די זעלבער ציל און יעדערע וויל די זעלבע תכלית דאן שמועסט מען זיך איבער און מען טרעפט דעם מיטל וועג אז אלע נאטורן און מדות זאלן זיך קענען צונויפקומען און פארמירן א הערליכער שטוב בס"ד.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער עיקר פון אלעם איז צו "פארשטיין" דעם צווייטען, אויב ער-זי האט אנדערע נאטורן, יענער איז א אנדערע וועלט אינגאנצן, אנדערע נאטורן געבוירן, אויפגעצויגן אין אינגאנצן אן אנדערע סארט שטוב אדער געגנט, באקומען גאר אנדערע אינפארמעישאן די ערשטע 20 יאר פון לעבן, באקומט נאך אפשר אויך היינט אנדערע מעסעזשעס פון וואס די באקומטס פון קרובים און ידידים און שכנים, במילא פארשטיי אז די האסט עס נישט מחנך געווען און די גייסט עס נישט מחנך זיין אנדערש, עס איז וואס עס איז און דיין איינציגסטע אפשען איז צו גוט פארשטיין.
און נקוט האי כללא בידך: דער ענד ציל פון פארשטיין מיינט "ווען איך וואלט געווען אין דער זעלבער מצב וואלט איך גארנישט אנדערע געטון"!
ווען מען פארשטייט זיך קען מען קומען פון גאר אנדערע פלאנעטן און מען גייט מיט דער צייט זיך אנהויבן צוזאמצולעבן, סיי מען האט גאר אנדערע נאטורן, און אפילו אויב מען האט אנדערע צילן, קענען די צילן ועורן צוביסלעך געריקט פון ביידע זייטן מער צום צענטער פונקט אויב מען באנוצט זיך ביידע זייטן מיט פארשטענדעניש און רעספעקט.
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

נאטורן. ברויך מען בכלל נישט קוקן.
רצונות. עס איז בעסער ווי מער ענליך, אבער עס איז נישט אבנארמאל וויכטיג, און אוודאי נישט קיין מוז.
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

@Ban Mazel מען ברויך נישט ספעציעל שטארק ארבעטן צו האבן א פאראייניגטע ציל.

די איינציגסטע פאראייניגטע ציל וואס ביידע ברויכן האבן. איז זיך צו פארשטיין און אקצעפטירן איינער דעם אנדערן, אויב האבן ביידע דאס, פאלן אוועק אלע מידות און רצונות פראבלעמען.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6941
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן זיין די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ויתן לך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 4:21 pm
נישטא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 4:04 pm
כ'האב אמאל געהערט בשם די קדושת לוי אז מאן און ווייב וואס האבן די זעלבע נאטור, קענען נישט מוליד זיין
אויב איז דא אזא קדושת לוי קען מען עס צוברענגען?
דאס איז פון חכמת התורה לScreenshot 2023-08-24 132007.jpgהגרש"ק
ער רעדט פון קר או חם. נישט בכלליות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

ס"ה פון די אנקעטע ביז היינט
א. אודאי יא, עס איז זייער וויכטיג פאר שלום בית. 10 11%
ב. ניין, עס פעלט בכלל נישט אויס. 22 24%
ג. לכתחילה זאלן זיי זיין ווי מער ענדליך, אבער מען קען אויך האבן גוטע שלום בית מיט גאנץ אנדערע נאטורן. 31 33%
ד. ניין, עס איז גאר בעסער אויב מען האט אנדערע נאטורן. 30 32%
סך הכל שטימען: 93
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

בד''ו @קלארערהייט שוין לאנג נישט דא געווען עפעס א גוטע שלום בית ארטיקל פון אייך. מיר קוקן ארויס דערויף.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:04 pm
בד''ו @קלארערהייט שוין לאנג נישט דא געווען עפעס א גוטע שלום בית ארטיקל פון אייך. מיר קוקן ארויס דערויף.
ייש"כ. עס קומט שוין...
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

עס איז בעסער ווען די ב"ב זענען ווי מער ענדליך, אבער מען קען אויך האבן גוטע שלום בית מיט גאנץ אנדערע נאטורן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

לאמיר דא מיטטיילן מיטן עולם מיינע מחשבות ורעיונות אויף דעם נושא.

בס"ד
ווען עס קומט צו חתונה האבן איז דא א גרויסע שאלה וואס אסאך יונגעלייט ווילן פארשטיין, דארפן מאן און פרוי האבן די זעלבע נאטורן? איז עס א מעלה ווען זיי זענען דומה? קען מען האבן שלום בית ווען מען איז אזוי אנדערש? און אזוי ווייטער.
זייער אסאך יונגעלייט [כמעט אלע] זען זיך מיט אנדערע נאטורן ווי זייער ב"ב, און נאטורליך קען עס באדערן, און זיי ווילן וויסן וויאזוי גייט מען צו צו דעם.

אין דעם מאמר האף איך אדורך צו גיין עטליכע נקודות.
א. עס איז די בעסטע פאר א זיווג צו זיין ווי מער ענדליך איינער צום צווייטן.
ב. עס איז נישט מעגליך אז זיי זאלן זיין ממש די זעלבע.
ג. מען קען האבן שלום בית אפילו ווען מען איז אנדערש איינער פונעם צווייטן.
ד. שליסל נומער 1. וותרנות, מידות טובות, און נישט דארפן אז אלעס זאל קלאפן אויף 100%.
ה. שליסל נו. 2 ארויסהאבן וואס שלום בית איז באמת, זיי זענען נישט קיין "חברים", זיי זענען "מאן און פרוי", דעמאלטס ווערט לייכטער צו האבן שלום בית מיט א אנדערע טיפ ב"ב.

לאמיר אריינגיין אין די נושא.
א. לכתחילה איז בעסער אז זיי זאלן זיין ווי מער ענדליך.
לדעתי איז בעסער ווען מאן און פרוי זענען ווי מער ענדליך. זיי זאלן זיין ווי מער דומה איינער צום צווייטן. וויפיל עס איז שייך,'פונקט' די זעלבע קומט בכלל נישט אריין ווייל עס איז נישט דא! כמו שיבואר להלן.
פארוואס איז בעסער ווי מער דומה? ווייל עס איז בא'טעמ'טער און לייכטער צו וואוינען און צאמארבעטן מיט איינער וואס האט די זעלבע יסודות און צוגאנג ווי דיך.
עס קלאפט אויס אויף כמה כוכמה אופנים, איינקויפן, פרישקייט, געסט, אוועקפארן, ברייטקייט-צמצום, פרומקייט, ביי חינוך שטרענג-נאכגעביג, און אזוי ווייטער.
און מען זעט טאקע אזוי, אז ווען מען זיכט א שידוך זיכט מען פון אן ענדליכע סארט משפחה און ענדליכע נאטורן, עס זאל מער ווייניגער שטימען.
אסאך ווילן זאגן אז זייער אנדערשטקייט איז א מעלה, עס איז גוט ווען זיי האבן אנדערע נאטורן, אבער לדעתי איז עס נישט ריכטיג. איה"נ אז עס איז נישט מעגליך צו האבן איינער וואס איז פונקט די זעלבע און אויך האט עס די מעלה אז עס מאכט דעם מענטש ארבעטן אויף זיך וכדו', אזוי ווי איך וועל באלד שרייבן, אבער דאס מיינט נאכנישט אז דאס איז די בעסטע און געשמאקסטע.
וואס מען זיכט לכתחילה איז ווי מער דומה בדומה.


ב. למעשה, איז נישט שייך אז זיי זאלן זיין ממש די זעלבע.
דאס איז אלעס וואס מען זיכט לכתחילה, וואס טוט זיך למעשה?
איז בכלל מעגליך אז זיי זאלן זיין ממש די זעלבע נאטור? די תירוץ איז אז ניין, עס איז נישטא קיין מאן און פרוי וואס זענען "ממש די זעלבע".
און עס זענען דא צוויי סיבות דערצו
מענער און פרויען זענען פון נאטור אנדערש, מענער און פרויען טראכטן אנדערש, במילא איז נישט מעגליך במציאות שבעולם אז א מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטור.
אפילו צווישן מענער אליינס איז נישטא קיין צוויי מענטשן וואס זענען פונטקליך די זעלבע, רוב מענטשן זענען זייער אנדערש פון דיך, און די וואס זענען שוין יא ענדליך צו דיך, איז אויך דא היבש שטארקע חילוקים ווען מען קוקט אריין טיפער, איז פארוואס זאל בכלל זיין מעגליך צו טרעפן ביי די ווייבער שול איינער וואס איז ממש ווי דיך.

מאנכע וועלן פרעגן, וואס איז די יושר? אויב וואלט בעסער געווען ווען אונז זענען ממש די זעלבע, איז פארוואס האט דער באשעפער געמאכט אז עס זאלן זיין אזעלע חילוקים און שינויים?
די תירוץ איז גאנץ פשוט, די וועלט איז נישט אויסגעשטעלט אז מען באקומט אלעס אויף א גאלדענעם טאץ, פון די שענסטע און די בעסטע.
דיין הויז איז די פערפעקטע וואס דו זיכסט? דיין פרנסה איז די לייכסטע און צאלט די מערסטע? ניין און ניין. און עס איז דוקא אזוי אויסגעשטעלט! די וועלט איז א פלאץ ווי מען דארף ארבעטן אויף זיך.
די זעלבע איז מיט א פרוי, די וועלט איז אויסגעשטעלט אז מען באקומט א פרוי וואס איז נישט ממש ווי דיך 100% דומה בדומה,און מיט דעם ארבעט מען און מען מאכט זיך א שיינע שטוב בעז"ה.
נעם אן דעם געדאנק, אז נישט אלעס מוז דיך קלאפן 100% אויפן בעסטן אופן, און עס וועט דיר גוט ווערן, אויב נישט וועסטו א גאנץ לעבן זיין אומצופרידן, דא מיט די ב"ב, דא מיטן שול, דא מיטן דיין, דא מיט די פרנסה, וכו' וכו'.

ג. עס קען ארבעטן!
יעצט שטעלט זיך די שאלה, קען עס ארבעטן אדער נישט? אויב וואלט געווען בעסער פאר מיך ווען מיין ווייב איז מער ענדליך און נישט אזוי אנדערש, נו, קען איך האבן שלום בית מיט א פרוי וואס איז אנדערש?
[אגב, מענטשן מיינען געווענטליך אז זייער פרוי איז מער אנדערש פון זיי, ווי זי איז באמת, ואכמ"ל.]
די תירוץ אויף דעם איז, יא און יא. טויזנט פראצענט אז יא. מען קען האבן שלום בית מיט א פרוי וואס האט אנדערע נאטורן.
איך וועל קודם ברענגן צוויי ראיות אויף דעם, און נאכדעם וועל איך אביסל אריינגיין וויאזוי קען מען טאקע עס מאכן ארבעטן.
א. ווי געשמועסט איז ביי יעדע שידוך דער מאן און פרוי אנדערש איינער פון צווייטן, עס איז פשוט נישט מעגליך אנדערש, נו, אסאך מענטשן האבן שלום בית, מוז דאך זיין אז מען קען האבן שלום בית אפילו ווען די נאטורן זענען נישט 100% גלייך.
ב. אין אסאך פעלער איז לכתחילה דא א קליינע אויסוואל, למשל ווען איינער האט א ספעציפישע ענין, און אויטאמאטיש ווייסט מען פון פאראויס אז זיי וועלן זיין ווייניגער דומה בדומה ווי געווענליכע זיווגים, און מיט דעם אלעם זיכט מען געהעריג א שידוך, נו, האבן זיי דען אין פלאן זיך נישט גוט צו לעבן? אודאי נישט! זיי פלאנען צו האבן א זיס לעבן אינאיינעם.
און פיל מאל האבן זיי נאך א זיסערע לעבן ווי אנדערע, טאקע ווייל זיי ווייסן אז זיי האבן נישט געהאט אזא גרויסע אויסוואל, במילא האבן זיי נישט דער געווענליכע ווייטאג און איינרעדעניש וואס אנדערע האבן, "איך וואלט געקענט באקומען בעסערס". [וואס אגב איז דער מחשבה'לע איינער פון די גרעסטע גורמים צו שטערן די פרידן אין שטוב, מען רעגט זיך אויף דעם וואס מען איז נישט מצליח צו האבן דאס וואס מען וויל און וואס מען רעדט זיך איין אז מען וואלט געקענט האבן….]

ד. וותרנות
למעשה, וויאזוי קען מען זיך טאקע גוט לעבן ווען מען איז אנדערש? אויף דעם זענען דא צוויי שטארקע יסודות וואס קענען העלפן.
א. וותרנות, גוטסקייט, אויפגעבן יכולת.
ב. פארשטיין, וואס מיינט חתונה האבן - מאן און פרוי - וואס איז זייערע אמת'ע קשר, וואס איז זיי מחבר.

ואפרש שיחתי,
א. וותרנות, גוטסקייט, אויפגעבן יכולת.
דער ערשטע זאך איז וותרנות, מוותר זיין מיט אן אמת.
איך מיין דא דייקא נישט צו זאגן אז מען זאל אויפגעבן אויף די אייגענע רצונות, ניין און ניין!
איך מיין דא דעם ענין אז ווען זאכן גייען נישט 100% אזוי ווי מען וויל זאל מען מסכים זיין און עס אננעמען. ווען דו זעסט אז דו קענסט נישט טוישן די מציאות נעם עס אן פרייליכערהייט.
זיין צופרידן אפילו ווען די האסט נישט די פערפעקטע פרוי, לויט ווי דו האסט זיך אויס'גע'משל'ט, אנגיין מיט א פרישקייט אפילו ווען אירע עסן טעיסטן אנדערש ווי די מאמע'ס…

דער ענין איז זייער וויכטיג בכלליות, ווייל ביי יעדע שטוב זענען דא זאכן וואס קלאפן נישט 100%, דאס איז חוץ פון די נאטורן וואס זענען אנדערש, זענען דא נאך פיל זאכן וואס גייט גיין אנדערש פון וואס דו ווילסט, א חלק פון דעם דורך דיינע טעותים, א חלק דורך אנדערע מענטשן, און א חלק דורך דיין ב"ב, און אלעס קומט פונעם כל יכול.
איז אויב וויל א מענטש זיין שטענדיג צופרידן און גוטמוטיג, מוז ער זיך צולערנען וויאזוי צו זיין צופרידן און אנגיין ווען זאכן גייען נישט זיין וועג.

אודאי זאל א מענטש פרובירן און שטופן מיט גוטסקייט און רואיגקייט אז אלעס זאל יא קלאפן. השתדלות, זייער פיין, מתוך רואיגקייט ונחת, אבער לאחר המעשה, און אויך בשעת מעשה, ווען ער זעט אז דא לוינט אים נישט צו שטופן וואס ער האט געוואלט, דאן מוז ער מקבל זיין די מציאות באהבה.
און אגב, די מענטשן וואס שטופן מיט א רואיגקייט, הערט מען אסאך בעסער אויס, בנחת נשמעים, און זיי האבן געווענטליך א גוטע סאלידע שלום בית.
[נישט ווען מען בעקט ארויס מחמת שוואכקייט, מען זאגט גארנישט און מען בעט גארנישט, דאס איז נישט וותרנות און עס שניידט אריין טיף אין די שלום בית, די פרויען גלייכן עס נישט!]

ה. פארשטיין די ריכטיגע צורת הבית
די צווייטע זאך איז אז מען דארף ארויסהאבן דעם אמת'ן צוגאנג צו שלום בית.
וואס מיינט חתונה האבן? וואס בויעט אויף די קשר צווישן מאן און פרוי? חתונה האבן איז נישט סתם א חבר'שאפט, מען גייט באקומען א נייע חבר, ניין, מען האט נישט חתונה אויף צו באקומען א חבר. מאן און פרוי זענען נישט סתם 'חברים'. ניין, זיי זענען, 'מאן און ווייב'. מען האט אן אהבה איינער צום צווייטן, א שטארקע בעז"ה, אבער נישט א אהבה וואס איז פשוט ווי צוויי חברים, ניין, עס איז אן אהבה פון מאן און ווייב.
דער מאן איז דער משפיע/מנהיג, און די פרוי איז א מקבל און זי וויל ווערן געפירט פון איר מאן, זי פירט די שטוב ווירטשאפט וכדומה, זי האט א מיינונג אויף אלע ענינים, אבער הנהגה וויל זי אז דער מאן זאל פירן.
ווען מען האט דאס ארויס מיט א קלארקייט , טוען די שינויים אין נאטור נאך ווייניגער שטערן.

דער נקודה פון צורת הבית, און וויאזוי דאס טוט טוישן די בליק אויף איר אנדערשטקייט אז עס באדערט אים ווייניגער דארף אן הרחבה ,
איך וועל אי"ה מער מרחיב זיין בקרוב, המשך יבוא.

הצלחה און א גוט שבת.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

מיינע צוויי צענט אויפן נושא
ווען איינער וויל קויפן פאר צוויי חברים א פרישטאג און ער שיקט א פלערער פין טונא און אייער וואס געשענט ווען ביידע האבן נאר ליב טונא?
די טונא ווערט אויס געלעקט און די אייער גייט אין גארביזש פארשעמטע הייט
וואס געשענט ווען איינער האט ליב אייער און איינער טונא?
קען נישט זיין בעסער די גאנצע טעלער ווערט אויס געלעקט
אין לעבן איז נישט פינקטליך אזוי, אבער אויב האט מען פינקליך די זעלבע נאטורן קען געשען אז אסאך מאל אין לעבן וועלן געוויסע אויפגאבן גיין זייער שיף ווייל קיינער פין זיי האבן נישט די נאטורן פאר דען. א שטיקל נקודה למחשבה
מ'דארף נישט אנזעצן און נישט האבן קיין געלט פאר רענט כדי צו ווערן א עושר און זיין סוקסעפול
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

א שטיק געפיל האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:33 pm
מיינע צוויי צענט אויפן נושא
ווען איינער וויל קויפן פאר צוויי חברים א פרישטאג און ער שיקט א פלערער פין טונא און אייער וואס געשענט ווען ביידע האבן נאר ליב טונא?
די טונא ווערט אויס געלעקט און די אייער גייט אין גארביזש פארשעמטע הייט
וואס געשענט ווען איינער האט ליב אייער און איינער טונא?
קען נישט זיין בעסער די גאנצע טעלער ווערט אויס געלעקט
אין לעבן איז נישט פינקטליך אזוי, אבער אויב האט מען פינקליך די זעלבע נאטורן קען געשען אז אסאך מאל אין לעבן וועלן געוויסע אויפגאבן גיין זייער שיף ווייל קיינער פין זיי האבן נישט די נאטורן פאר דען. א שטיקל נקודה למחשבה
ייש"כ פאר דיין תגובה, מיט די גרעסטע כבוד וועל איך פרעגן אפאר קשיות.
דו שטעלסט א משל ווען איינער האט שוין אריינגעשיקט א פלעטער, וואס איז אבער ווען מען טראכט אריין לכתחילה, איז עס געשמאקער ווען ביידע האבן ליב די זעלבע עסן אדער אנדערע?
איך מיין עס איז געשמאקער פאר א יונגערמאן אז ער און זיין ב"ב האבן ביידע ליב די זעלבע מאכלים, ווען נישט ווערט אן עסק וואס זאל מען היינט מאכן פאר פרישטאג, ער זאגט טונא זי זאגט אייער, וואס האט ער פון דעם אז זי האט נישט ליב טונא? אז ער באקומט נישט זיין באליבטע טונא.
איך פארשטיי אז איינער וועט יעצט קומען און זאגן, אה, פאר דעם מאכסטו א עסק???? זאל ער עסן אייער!
אבער דער טונא איז נאר א משל, עס גייט אריבער צו גרעסערע זאכן,
פארן אסאך/ווייניג אויף וואקאציע,
ספענדן/זיין קארג
שטרענג מיט די קינדער/לייכט
טייערע קליידער/פשוטע
כאניאק/נישט כאניאק
וכו' וכו'

זייטס מיך מסביר, די אלע וואס האבן געוואוט אויף ד. ניין, עס איז גאר בעסער אויב מען האט אנדערע נאטורן. 35 מענטשן!
וואס פאר א געשמאק איז עס פאר א יונגערמאן ????
ווען ער האט ליב וואקאציע און זיין ווייב וויל דוקא נישט פארן [או להיפוך]
וואס האט ער פון דעם אז ער וויל טייערע פורניטשער און זיין ווייב וויל פשוטע
ווען ער איז פונקטליך און זיין ווייב בערך
עס איז גאר בעסער ווען מען האט אנדערע נאטורן און רצונות ?????!!!!!!!!

אדרבה, איך וויל הערן
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4227
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

נאטורן נישט. רצונות יא.
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

מיין ב"ב האט אנדערע נאטורן ווי מיך, וואס טו איך? חלק שני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

בס"ד מיין ב"ב האט אנדערע נאטורן ווי מיך, וואס טו איך? חלק שני

אינעם ערשטן חלק האב איך אויסגעשמועסט א. אז לכתחילה זיכט מען אז די ב"ב זאל זיין ווי מער דומה. ב. עס איז נישט שייך 100% דומה. 3. מיט די ריכטיגע מידות וכדומה קען מען זיך גוט לעבן. 4. מיט די ריכטיגע בליק אויף די צורה פון א אידישע שטוב ווערט עס נאך לייכטער און געשמאקער.
יעצט לאמיר ממשיך זיין מער אויסצושמועסן דער ענין וויאזוי איז די ריכטיגע בליק און וויאזוי העלפט עס אויף זיך גוט צו לעבן מיט די ב"ב.

לאמיר יעצט אביסל מער אויסשמועסן דעם ענין,
וואס מיינט דאס מאן און ווייב?
דער מאן איז דער "מאן", און די פרוי איז זיין ווייב און צוזאמען בויען זיי א אידישע שטוב.
כדי צו קענען אנגיין אין לעבן דארף א מאן האבן א פרוי, און א פרוי דארף האבן א מאן. סיי פאר טעכנישע סיבות און סיי פאר עמאשינעל.
דער מאן ברענגט זיין מענערישקייט און זיינע מענערישע נאטורן צום שטוב. פרנסה, שטארקייט, סאלידקייט, קלארקייט, וכדו'.
די פרוי, זי ברענגט אירע פרויערישע זאכן צום שטוב, קאכן באקן, קעיר נעמען, מסדר זיין, ספיקות אומקלארקייט, פרויערישע פעסטקייט [געפיליש], און זי איז תלוי אויף זיין מענערישע סאלידקייט און שכל, דאס געבט איר שטארקייט אנצוגיין.
ער באקומט פון איר, איר אנגעהאנגענקייט, אפגעבן זיך מיט די שטוב, נוצן זיין געלט…, וכדו'. און ער געבט איר א רוקנביין, פרנסה, טראגן די עול הפרנסה וכו'.
א מאן איז מאן, ער ארבעט, טוט און מאכט, ער פירט די שטוב אין גייסט. ער באקומט א פרוי אים צוצוהעלפן אין די עבודת הקודש, און זי פירט די שטוב ווירטשאפט בפועל.

חוץ מזה איז דא די געפילישע עמאשינעל חלק וואס איינער געבט פארן צווייטן, און דאס איז אהבה, כבוד, צוזאמענלעבן. און ביי דעם איז אויך דא א חילוק פון מענער און פרויען. דער מאן האט הנאה צו באקומען דער געפיל וואס ער באקומט פון דעם וואס ער האט א "ווייב". די פרוי ווידער, זי באקומט א גוטע געפיל פון דעם וואס זי האט א "מאן. היפוך להיפוך!!!!! דער מאן איז פאר זיין ווייב 'מיין גרויסע מאן' וואס געבט איר א רוקנביין עמאשינעלי, און ער פירט די שטוב אין חלק פונעם עול הבית, אויך געבט ער איר פרנסה און טראגן די עול הפרנסה.
הקיצור ער געבט איר די פעסטקייט און שטארקייט וואס זי דארף האבן אין לעבן וואס זי האט נישט אינעווייניג אין איר. שאון וויאזוי געבט ער עס איר? דורכן זיין א מאן מיט זיין מענערישע נאטור און שכל'דיגע סאלידקייט.
די פרוי געבט פאר איר מאן די געשמאקע געפיל אז ער האט א פרוי וואס איז תלוי אויף אים זי דארף אים האבן און זו קוקט ארויף אויף אים ווי א שר ומלך. מיט איר פרויערישקייט טוט זי אים געבן א גוטע געפיל און עמאשינעל רואיגקייט.

ווען עס קומט צו אהבה איז אויך דא א יסודות'דיגע חילוק צווישן מאן און פרוי, וואס איז ברענגט צו ביי זיי צו האבן אהבה איינער צום צווייטן.
די אהבה פון א מאן צו זיין פרוי איז געבויט אויף דעם וואס זי איז זיין פרוי, און די אהבה וואס די פרוי האט צו איר מאן איז געבויט אויף דעם וואס ער איז איר מאן.
בייי א פרוי ארבעט עס געווענטליך אז איר אהבה געבויט 'אויפן' רעספעקט און ארויפקוקען וואס זי האט צו 'איר מאן', ומתוך דעם כבוד והערצה קומט אריין צו איר די געפיל פון אהבה.
היוצא לנו מכל זה,
חתונה האבן איז נישט א חבר'שאפט וואס מען ווערט פשוט גוטע חברים, ניין, עס איז א צוזאמען ארבעט פון צוויי אנדערע מיני מענטשן וואס בויען צוזאמען א שטוב, און זיי ווערן נאנט מתוך אהבה וכבוד, יעדע איינער אויף זיין שטייגער מיט זיין אנדערע נאטור.
אשר על כן איז פשוט אז מען קען זיך גוט לעבן און האבן א הערליכע שלום בית אפילו ווען מען איז נישט פונקט די זעלבע נאטור, ווייל יעדע איינער האט זיך זיין חלק וואס ער טוט אין שטוב, די הנהגת הבית ברוח ליגט בעיקר אויפן מאן, ער פירט די שטוב, און די פרוי וויל ער זאל פירן די שטוב, ער זאל איר אויסהערן מתוך אהבה וכבוד, און מאכן די החלטה לויט ווי ער זעהט פאר גוט פאר אים און איר און די גאנצע געזינדל, ווידער די פרוי פירט די שטוב ווירטשאפט, די עניני הבית בפועל האט בעיקר מיט איר, עס איז מער ווייניגער איר דעפארטמענט.
במילא ווען זי האט אן אנדערע נאטור פון אים ווערט ער נישט אזוי איבערגענומען, ער פירט ווייטער די שטוב רואיגערהייט, ער פילט נישט ווי זי טוישט אים און צווינגט אים זיך צו פירן ווי איר, בכלל נישט! [עס איז בעצם נישטא אזא זאך א א פרוי צווינגט איר מאן צו איר וועג, זיי זיכן עס נישט, זיי וארטן דאך אפן מאנס הנהגה.]


ו. א סיבה פארוואס עס באדערט פאר מענטשן אז זי איז אנדערש, ווייל מען קוקט זיך אן ווי חברים.
בעצם די גאנצע געדאנק אז מען דארף זיין פונקט די זעלבע קומט אין גרויסן ווייל מען קוקט זיך אן ווי חברים, און זיי זענען שוה בשוה, יעדע פון זיי האט די זעלבע רעכטן אויף יעדן נושא פונקט ווי דער צווייטע, און די סיבת החתונה איז פשוט פאר התקשרות, און די התקשרות איז נישט געבויט אויף זייערע אנדערשטקייטן, ניין, דאס וויל מען אויסרייסן, מען זאגט אז זיי זאלן זיין ווי מער ענדליך און זיך פשוט מחבר זיין (ענדליכקייט פון צוויי מענטשן ברענג אהבה ביי געווענליכע מענטשן נישט ביי מאן און פרוי...) אויב אזוי איז פשוט אז די אנדערשטקייט שטערט, ווייל אונז זענען דאך דא צו קאנעקטען און פילן ווי איינס, נו, וויאזוי קען איך פילן ווי איינס מיט איינער וואס איז אנדערש פון מיך?

און נאך מער, וואס איז איינס פון די גרויסע שוועריגקייטן וואס מענטשן האבן מיט דעם וואס זייערע פרוי איז אנדערש פון זיי? דאס אז ביי יעדע ענין אין שטוב וואס קומט ארויף האט ער איין צוגאנג און זי א צווייטע, לאמיר זאגן למשל, זיי האבן א שאלה צו מען זאל ברענגן געסט, ער זאגט יא און זי זאגט ניין. זאל מען אוועקפארן, ער יא, זי ניין, צאלן געלט אז די הויז זאל זיין מסודר, ער ניין, זי יא, קויפן שיינע כלים ער ניין זי יא. ספענדן געלט אויף צו געבן א מתנה, ער יא זי ניין
נו דאס איז דאך זייער אומבא'טעמ'ט, אפילו אן דעם וואס מען זאל נאך וועלן האבן אהבה, און אויב איז ער נישט מער בעה"ב און מחליט ווי איר, זעט ער נישט דא קיין שום וועג צו קענען אנקומען און צו טון וואס ער וויל.
פארקערט דער וועג וויאזוי פרויען בעטן און קוועטשן מאכט אז דער מאן זאל זיין דער וואס געבט אלעמאל נאך, וויל ער מיינט דאך אז דאס איז וואס זי וויל, און דערצו לערנט מען אים נאך אויס אז ער זאל דייקא איר נאכגעבן, ווייל ער איז דאך דער מאן ליגט אויף אים די אחריות איר צו מהנה זיין, ער איז דאך דער מנהיג, אבער זי האט פונקט אזוי רעכטן ווי אים, במילא טאר ער נישט שטופן צו שטארק זיין מיינונג און רצונות. בלייבט ער קרח מזה וקרח מזה.
(דאס קומט ווייל מען כאפט נישט אז בעצם וויל זי זיין הנהגה)

איז ווי זעט זיך דער יונגערמאן, ער האט דא א חבר אין שטוב וואס האט אנדערע נאטורן ווי אים, זי פרובירט צו ארויפלייגן אויף אים אירע מהלכים און ער ליידט פון איר אנדערשקייט. איז אודאי טוט אים וויוי אז זי האט נישט זיינע נאטורן און רצונות, [הוספה ו אמור ווייל דאן וואלט זי כאטש פארשטאנען וואס ער וויל און וואלט האפנטליך מסכים געווען און אים געגעבן רשות.]
דאס איז אלעס אויב מען גייט מיטן מהלן פון חברים, פרענדס, שוה בשוה, אבער אויב גייט מען מיטן מהלך וואס איך האב פריער אויסגעשמועסט, דער מאן פירט די שטוב, לויט וואס איז גוט פאר יעדן, מתוך אהבה וכבוד, ער טראגט די עול הבית און עול הפרנסה, ער איז דער רוקנביין פון זיין שטוב און זיין פרוי.
און די פרוי, זי איז אים מחשיב כשר ומלך, זי איז תלוי אויף אים, וואס זי דארף בעט זי אים, זי זאגט איר מיינונג בבקשה, און קוקט ארויס אויף זיין החלטה והנהגה.
זי פירט די שטוב ווירטשאפט לפי רוחו והדרכתו, לויט ווי זי האט געזען אין איר מאמע'ס קאך, על פי 'דרכה',
און דאס גופא, דער צוזאמען ארבעט איז דער גורם צו רואיגקייט און אהבה.

ביי אזא יונגערמאן איז זיין פרוי'ס אנדערשקייט נישט אזא גרויסע עסק, פארוואס דען יא, ער טוט זיינע זאכן ע"פ דרכו, זי טוט אירע זאכן לפי 'רוחו' ועל פי 'דרכה', ווען מען האט א שאלה וואס צו טון, אוועקפארן, מופן, מוסדות, איינקויפן וכו', שמועסן זיי עס אפן אויס, יעדער זאגט וואס ער וויל וכדומה, און נאכדעם פאסט ער א באשלוס לטובת שניהם, איר אנדערשקייט פייניגט אים נישט, איז טאקע איה"נ זי איז אנדערש, אבער זי האט נישט קיין קאנטראל אויף אים, אים צו 'הייסן' אז ער מוז טון ווי זי וויל, [הוספה ו אמור, זי בעט אים וואס זי וויל און ער הערט איר אויס רואיגעהייט נישט מיט קיין געפיל פולן פילן באדראעט פון איר]
ביי אזא שטוב וועט געווענליך די פרוי זאגן איר מיינונג מיט נישט אזא קאנטראל קול, אויך, ווען זי רעדט מיט קאנטראל קול הערט ער ווי זי בעט אים 'הער מיך אויס, לייג צו קאפ, און דו מאך די החלטה', כי כן שפת הנשים שונה משפת אנשים ואין כאן מקומו.

און ווייטער ווען עס קומט צו אהבה והתחברות, האט ער אויך נישט קיין פראבלעם, וויל אזוי ווי א חסיד ותלמיד האט אן אהבה צו זיין רבי, הגם זייערע נאטורן זענען אנדערש, די זעלבע איז דא, זייערע אהבה והתחברות איז נישט געבויט סתם אויף חבר'דיגע סארט אהבה, עס איז א התחברות פון איש ואשה וואס יעדע ברענגט צום שטוב און בנין הבית זיין מציאות זיין נאטור, און זיי האבן חתונה, דהיינו, זיי זיכן זיך צו מחבר זיין, און דוקא זייערע אנדערשקייט, הא גופא איז זייער התחברות והכל על מקומו בא ב'שלום'.
[אסאך מאל איז דייקא דא אזא חשק און געשמאק ביי א יונגערמאן זיך צו לעבן מתוך אהבה מיט זיין פרוי דוקא אזוי ווי זי איז, מיט איר אנדערשקייט, בשעת זי איז אנדערש, ווייל דאס איז אמת'ע אהבה, און עס איז אזא סארט טשעלענדזש, עס איז א זאך וואס איז שווער ביים אלגעמיינעם עולם, און ער האט אבער יא די וועג אנצוקומען דערצו, מען קען האבן אזא ספעציעלע הנאה נצחון סטייל Thrill איך טרעף אהבה אפילו/דייקא מיט מיין אנדערשטע סארט פרוי, דידן נצח! המבין מבין]

סך הכל , אודאי איז ווי נענטער אין נאטור וואס זיי זענען אלס געשמאקער, אבער די וועלט איז אויסגעשטעלט אז עס קומט נישט אזוי אויף 100%, און מיט די ריכטיגע צו גאנג צו, מידות, עבודת ה' און מיט די ריכטיגע בליק אויף א אידישע שטוב איז זייער לייכט צו לעבן בשלום און מיט א נאנטקייט מיט א ב"ב וואס האט אנדערע נאטורן און מנהגים.

חזקו ואמצו
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום פרייטאג יוני 21, 2024 10:18 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: אנקעטע: איז עס וויכטיג אז מאן און פרוי זאלן האבן די זעלבע נאטורן/ רצונות וכדו' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

איך לייג דא ארויף די pdf פון די גאנצע מאמר במילואו
הצלחה.
האסט הנאה? געב א לייק.

שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”