הילף פאר הויקער - Posture
כ'פלעג עס איגנארירן ביז ס'האט מיר ממש אנגעהויבן אפעקטירן אינעם טאג טעגליכן לעבן. כ'האב אנגעהויבן שפירן ווי כ'שלעפ אויפ'ן רוקן שווערע משאות און פיל מאל לייד איך אויך פון היפשע לחץ אויפ'ן גענאק. דאס איז אויסער וואס כ'זע אז ס'קומט נישט צו אן אפשטעל נאר ס'גייט קרומער און קרומער.
שאלה איז וואס מען קען דא טון און צו וועמען מען קען זיך ווענדן פאר הילף דאס צו אויסגראדן און פרעווענטן פאר'ן עתיד.
כ'האב שוין פראבירט מאכן עקסערסייז און כ'האב שוין פראבירט צו האלטן דעם קאפ גראד וכו' און שוין דורכגעליינט מיליאן אנליין עצות און הדרכה.
לעצטנס האב איך אנגעהויבן קיין צום דר. מילער דער קייראפראקטער אין ברוקלין. ער האט מיר געזאגט אז עכט וועט עקסערסייז נישט העלפן, וויבאלד מ'דארף פשוט צוביסלעך אויסגראדן די מעשה דארט, עפעס וואס לדעתו קען ער פיין מסדר זיין נאר ס'נעמט שטאט און מערערע קביעות'דיגע סעסיעס. אזוי אויך זאגט ער אז נאך א מזל אז כ'האב עס געכאפט אין מיין יארגאנג און נישט אויף דער עלטער. גראדע בעט ער נישט טייער. ארום $325 פאר זעקס סעסיעס. יעדע סעסיע באשטייט פון ארום 5 מינוט. בשעת'ן סעסיע מאכט ער פארשידענע מאנעווערעס מיט'ן קאפ, גענאק און שדרה, און ביים אנהויב און ענדע פון יעדע סעסיע מעסט מיט א מעסטער ער די ווייטקייט פונעם קאפ פונעם רוקן, בקיצור. לדבריו מאכט עס אימפראוומענט און עס ריקט זיך ארום א סענטימעטער צוויי דריי יעדע סעסיע, אבער למעשה זע איך עפעס נישט קיין דראסטישע שינויים און דער מצב איז נאר מתדרדר והולך.
טראכטנדיג לעצטנס מער און מער איבער דעם נושא האב איך מיר אביסל געעפנט די אויגן אין שול, און ס'איז ניכר אז גאר אסאך, אפילו יונגעלייט האבן גאנץ א קרומע ריקן און ממש א שאד אז מ'נעמט נישט קעיר דערפון אין די יונגערע יארן וויבאלד דאס קען האבן גאר שטארקע אפעקטן אין די שפעטערע יארן. ואין כאן המקום להאריך.
ווארשיינליך איז דאס עפעס וואס איז שטארק מצוי ביי אונז וויבאלד מיר אידן זיצן אסאך איבערגעבויגן איבער הויות דאביי ורבא און להבדיל זיצט מען אין אפיס וכו'.
איז די שאלה אויב איינער האט דא עפעס עקספיריענס וואס מען קען טון און צו וועמען מען קען זיך ווענדן.
יישר כח