אשריך שראיתנו בכך! (ל"ג בעומר)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

אשריך שראיתנו בכך! (ל"ג בעומר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

ל"ג בעומר



איש אלוקים קדוש הוא,
התנא הקדוש ר' שמעון בר יוחאי,
יכול לפטור העולם נאך דערצו,


די הייליגע תנאים ר' יודא ר' יוסי און ר' שמעון,
זענען זיך אין בהמ''ד צוזאם געקומען,
אין די טיפע ימים של תורה געשווימען,
פתח ר' יודא, ער האט דאס ווארט גענומען,

כמה נאים ווי שיין זענען די רומיים'ס זאכן,
גוטע שווקים האבן זיי געטון מאכן,
בריקן פון איין פלאץ צום צווייטן דערגרייכן,
מרחצאות האבן זיי געמאכט הערליך און רייכן,

ר' יוסי איז געזיצן א שטילן,
ר' שמעון טוט דעם שטולקייט אנפילן,
און זאגט, די רומיים טוען עס פון זייער אייגענע ווילן,
פשוט די אייגענע תאות צו ערפילן,

דאס האט ר' יודא בן גרים פאר א חבר געטון פארציילן,
נישט בדווקא איז די שמועה געפארן מיילן,
צום מלכות אויערן האט זיך עס געטון איילן,
נגזר גזרה פאר ר' שמען מיתה ל''ע צו טיילן,

איז ר' שמען בר יוחאי מיט אלעזר זיין זוהן,
אנטלאפן פון דער היים מורא געהאט פונעם דין,
אין בית המדרש באהאלטן האבן זיי זיך געטון,
די ווייב האט געברענגט צו זיי עסן יעדן טאג אהין,

ר' שמען האט אבער געהאט א טוב עין,
און געזאגט אז נשים דעתן קלה עליהן,
די רומיים, זייער גוט זיי דאס פארשטייען,
צווינגען די ווייב זאל אויס זאגן זיי גייען,
ווי איך מיט אלעזר טוען זיך דרייען,

ממילא לאמיר אונזער באהעלטעניש שנעל בייטן,
אוועק גיין פון דא צו א אנדערע פלאץ איך גיי-טון,
איז ר' שמעון מיט זיין זוהן געגאנגען צו א באהעלטעניש א צווייטן,
כדי די רומיים זאלן זיי חס ושלום נישט קענען וויי-טון,

האבן זיי זיך אין א מערה א הייל געטון באזעסן,
און סאיז געשעהן מיט זיי א גרויסע נס-אין,
פארנט פונעם הייל א באקסער בוים געוואקסן צו עסן,
און פון א קוואל האט הקב''ה אויך נישט געטן פארגעסן,

זיי זענען געזיצן א גאנצען טאג אין די זאמד,
אזוי זענען זיי געזיצן צוועלעף יאר און געלערנט באטעמ'ט,
אתא אליהו וקם אפיתחא דמערתא און אויס גערופן,
ווער קען זאגן פאר ר' שמעון אז דער קעניג איז אראפ פון אמט?

ר' שמעון מיט זיין זוהן ר' אלעזר האבן געטון באשטומען,
אז זיי וועלן יעצט נאך צוועלעף יאר פון מערה ארויס קומען,

אזוי גייען זיי ארום אויפן גאס זיי ביידע,
און אויף וועם זיי האבן געקוקט האט געשאדט א קפידה,

זיי האבן נישט געקענט פארשטיין די וועלט,
אלעס און אלעס דרייט זיך נאר ארום געלט,

אויף ווער ס'ארבעט איז געגאנגעו די צארן,
און פונעם קפידה זענען זיי גלייך פארברענט געווארן,

איז ארויס פון הימל א בת קול,
להחריב עולמי איז געוועהן ענקער גאול?
צוריק אין מערה ר' שמעון שוין גיין ער זאל,
זענען זיי צוריק אינעם מערה אריין אינעם חול,

נאך צוועלעף חדשים פונעם טאג יענעם,
האט ר' שמעון געמאכט א חשבון פון די משפט בגיהנום,

איז א בת קול פון הימל ארויס,
עטס קענטס שוין צוריק גיין צו ענקער הויז,

און דעמאלטס וואס זיי האבן נאר געזעהן,
מיט א גוטע אויג דן געוועהן,


שמע ר' פנחס בן יאיר אז זיי טוען זיך שוין נישט באהאלטן,
איז ער געקומען זיין איידעם זעהן א שלום עליכם ערהאלטן,
ווען ער האט געזעהן אויף ר' שמעון'ס גוף שפאלטן,

אמר לו אוי לי שראיתנו בכך,
איך דיין שווער,
זעה דיך אזוי שוואך,
אין פון זיין אויגן
פאלט א טרער,

די טרער איז געפאלן אויף ר' שמעון'ס ווייען,
און פאר ווייטאג האט ער געטון שרייען,

ענטפערט ר' שמעון: עס איז נאר א שבח,
און ער זאגט אשריך שראיתני בכך!

ווייל ווען נישט איך קוק אויס אזוי-איך,
וואלט איך נישט געוועהן אין אזא מדרגה הויעך.



די מעשה צו אן ענד קומט-זי,
פון די גאנצע זאך נמצא,

אז ווען נישט די אלע יסורים קשות,
און אלע מסירת נפשות,

און ווען ר' שמעון די הייליגע צדיק,
איז זיך נישט אין תורה אזוי מהדק,

וואלט קיין יכול לפטור העולם נישט געוועהן,
און אזא גרויסע מצב פון ר' שמעון נישט געשעהן,

ר' שמעון וואלט געוועהן אן אנדערע בריה,
עס וואלט נישט געוועהן קיין טיהר את עיר טבריה,

די הייליגע גרויסע טאג ל''ג בעומר,
ווי א אנדערע טאג וואלט נישט געוועהן אזוי-מער,



נו מיין חבר מיר אויסהער,
אפילו סאיז דיך אמאל שווער,
פון די מסירות נפש פון ר' שמעון קלער,
וועסטו וואקסן מער און מער,

ווייל נאר אזוי אנגעקומען איז ער,


!א גוט יו''ט
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: אשריך שראיתנו בכך! (ל"ג בעומר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

זייער שיין א שאד נישט געזען פאר יו"ט...
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!

    אוועטאר
    די זוהן פון קהלת
    שר חמש מאות
    תגובות: 734
    זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

    Re: אשריך שראיתנו בכך! (ל"ג בעומר)

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

    סופער סופער ארבעט
    #קיע"פ_אי"ט_קאמינ"ג
    דברי חכמים כדרבונות
    שרייב תגובה

    צוריק צו “פאעזיע און גראמען”