Re: געבסטו היטשעס ? יא/ניין, פארוואס ?
9 ריידס, געוויסע מיט מער ווי איין מענטשדעת בעל הבית האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 17, 2024 2:06 pmאיך האב זיך אלץ צוגעזאגט אז איך וועל געבן היטשעס, און אפי’ אפערן פאר מענטשן, ווייל איך קיינמאל געבעטן אפגעזען די וועטער, און געהאפט אז איינער וועט זיך אפשטעלן...
די ערשטע פאר יאר האב איך געגעבן היטשעס פאר יעעעדעם, די ערשטע איז געווען די טאג וואס איך האב געפעסט די ראוד טעסט. איך האב זיך אנגעזאמלט מיט א בינטעלע מעשיות, טאקע ווייל איך האב אריינגענימען אלע מיני זאכן- כ’מיין מענטשן אין קאר.
צוביסלעך האב איך אנגעהויבן פארגעסן.. און ס’איז פשוט געווארן א געוואוינהייט צו ”נישט באמערקן” אז איינער בעט זיך.
יעדע שטיק צייט הייבט מען אן מיט א פרישקייט, און האפענטליך פון היינט און ווייטער נאכאמאל בל”נ
אויב איינער קען ביטע ציטירן מיין תגובה און א וואך ארים פאר א נאמבער וויפיל היטשעס מ’האט למעשה געגעבן, וועט עס אפשר זיין א שטיקל פרעשור טאקע צו געבן, און אויב נישט וועט עס דינען פאר נאך א רימיינדער...
א דאנק פאר די פותח האשכול!