איך האף אז נעקסטע יאהר וועט מען שוין נישט דארפן ארויפברענגען
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
טהור-עיניים האט געשריבן: אקעי, רבותי לכבוד לג בוימער, וויל איך זיך באהעלפן מיט די געטרייע חברים דא.
איימאל האבעך שוין געהאט אזא פראבלעם און די חברה דא האבן מיר געהאלפן, אפשר וועטעס יעצטויך געלונגען, איז לאמיר זען.
איך האב אמאל געהאט א דשיקוב'ער טעיפ מיט זייער א הערליכן ניגון אויף בר יוחאי, א שטייטער ניגון, נישט קיין שנעלער, אבער עפעס געוואלדיג שיין, מיט א ריכטיגן טעם זקנים אזש איך פלעג זיך באלעקן די פינגער מיט דעם ניגון, אזא פארצייטיש חסידיש זמר'ל וואס צוגייט אין אלע גלידער און לאזט איבער א טעם אויף א לאנגער צייט דערנאך.
אבל דא עקא, אז ס'קאסעטל איזמער נעלם געווארן ווי אין ים אריין, און פאר קיין געלט קען איך עם געפונען.
ע"כ בקשתי שטוחה לפני כל באי בית קרעטשמא הזה. ביטע העלפט ארויס א ברודער אין א שווערע צייט. אויב האט איר דעם טעים אדער סידי ערגעץ, אדער גאר דעם ניגון. דאן טיט דאס פליז ארויפלאדענען אינעם כלי אריין אז מ'זאלעס קאנען אראפלאנדענען און אויסהערן דא יעדער'ער ביי זיך.
מיט גרויס דאנק פון פראנויס.
הק' המבקש בתחנונים,
טהור עיניים
גאליציאנער האט געשריבן: בס"ד
ווי אן אינזעל אינמיטן די ימי הספירה וואס זענען דאך ימי אבל, קומט צוגיין דער הייליגער טאג ל"ג בעומר. און טוט מונטערען די געמיטער, טרייסטען די נשמות, עס טוט ווי באזאלבען די געפאלענע הערצער פון די יודעלעך וואס זענען טיף איינגעזונקען אין דעם לאנגען גלות, און קלאמערען זיך מיט די לעצטע כוחות אין די תורה הקדושה, און אין די הייליגע אמונה. און אין דעם טאג טוט ארויס לייכטען די לעכטיגקייט, די שטארקע שיין פין די חלק הסוד פין די תורה וואס דער הייליגער תנא האט מגלה געווען. אןן אפילו אין לנו עסק בנסתרות, אבער ווען עס קומט דער טאג, טוט די לעכטיקייט שיינען אויף יעדע יוד ווי ווייט ער איז נישט פארקראכען, 'מה הקב"ה לכל אף ר' שמעון לכל' זיין תורה און הייליגקייט איז נאך ביז היינט מגין אויף אונז, און אויף אונזערע קינדער, תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי.
הייליגער תנא ר' שמעון, ביסט דאך געווען אזוי נאנט צום הייליגען באשעפער, אזוי נאנט צו זיין ליבען נאמען, יעצט ווען עס קומט דיין יומא דהילולא, בעט פאר'ן כסא הכבוד פאר'ן פאלק ישרא-ל קוק ווי ווייט אונז זענען פונעם הייליגען באשעפער, קוק ווי ווייניג אונז שפירן דעם אור ה', קוק ווי ווייט אונז זעמער פון פארשטיין אין די סודות התורה, וואס דו האסט עוסק געווען מיר זענען דאך אזוי פארזינקען אינעם גלות, אזוי ווייט פון אביסל אמת'דיגע יראת שמים אין אהבת השם, קוק ווי יודען מוטשענען זיך פאר א ביסל פרנסה; א ביסל נחת, קוים וואס מען האט צייט צי לערנען א יודיש ווארט.
בעט ביים רחום וחנון ער זאל שוין שיקן דעם מלך המשיח אויסצולייזן זיין געפלאגט פאלק. און אפילו ביז דאן, זיי משפיע בני חיי ומזוני רויחי, און אויך משפיע זיין רוחניות, יודען זאלן זיין נאנט צום באשעפער, און קענען טוהן זיין רצון מיט הרחבת הדעת און מנוחה. עד ביאת גואלינו במהרה בימינו. אמן
חיים אלכסנדר האט געשריבן: וואס גייט זיין דאס יאר?
וועלן עירליינס פארן?
וועט מדנ"י אריין לאזן?
וועט מירון זיין אפן?
חיים אלכסנדר האט געשריבן: וואס גייט זיין דאס יאר?
וועלן עירליינס פארן?
וועט מדנ"י אריין לאזן?
וועט מירון זיין אפן?
עס איז א עכטע מעשהנאטורליך האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 24, 2007 1:25 pmטענק יא גאליציאנער, ווערי אימפרעסיוו.
איך בין נאך נישט דארט געווען ל"ג בעומר אבער איך בין געווען דעם פארגאנגענעם חל המועד סוכות. איך קען אייך גארנישט זאגען די הרגשים זייענדיג במקום קדוש. איך האב זיך אראפגעזעצט לערנען מיט מיין אינגעלע אביסעל מאמרי ר' שמעון עס איז געווען מעין עולם הבא.
א ברעסלאוו זיס אידעל איז אריין געקומען אין אוהל און געמאכט א גרויסען אייערשפייז און געגעסען חוץ לסוכה. פרעג איך אים היתכן. זאגט ער ר' שמעון וויל הערען די ברכה. נו גיי ארויס אין די סוכה, עס אפ און נאכ'ן גיין אין ביה"כ וועסטו צוריק קומען מאכען דא דעם אשר יצר.
און ווען וועט רבי שמעון הערען מיין המוציא?, פרעגט ער מיט א פשטות.