נקדימון'ס נייעס ווינקל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א שריפה ביי א שפיל-ארט אין אינדיע האט געקאסט די לעבנס פון 24 מענטשן. מיינסטנס קינדער וואס האבן פארברענגט אויפן פלאץ.

20240526_020836.jpg
20240526_020836.jpg (205.2 KiB) געזען 5448 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אדאפטאציע. א קעמפנדע מיליטער זאל זיך קענען אדאפטירן איז גאר קריטיש אין צייט פין א מלחמה. די גאנצע קריג איז איין קייט פון אדאפטאציע צו עקזיסטירנדע געפארן און אינאוואציעס צו איבערקליגן די אפאנענט. דאס איז נוגע יעצט אין רוסלאנד-אוקריינע און וועט זיין נוגע אינעם טכינע קריג. עפעס וואס אויבנאויפיג זעט אויס מער און מער א פראגע פון ווען ווי איידער א פראגע פון אויב עס וועט פאסירן.

איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן איבער די קאנסטענט געיעג פאר אדאפטאציע און איז נוגע יעדען טאג און יעדער וואפן. טאקע בעפאר די מאכטפולע היימארס איז אנגעקומען אויפן פראנט. אז די רוסן זענען געווענליך שטייט מיט אדאפטאציע אבער עווענטואל גייען זיך די רוסן באווייזן צו אן עצה געבן מיט די היימארס אטאקעס למחצה ולשליש. די מציאות איז געווען גענוי אזוי. די מאכטפולע רעזולטאטן פון די היימארס די ערשטע שיינע פאר חדשים פון ווען עס איז ערשינען אויפן פראנט איז גאר שטארק געפאלן און היינט איז קיין פארגלייך צו 2022.

קיין איין וואפן איז נישט קיין וואונדער כישוף וואפן און אפי' עס איז גאר מאכטפול אין אנהייב, מיט די צייט וועט דער שונא זיך אדאפטירן וויאזוי צו לעבן מיט די פיינטליכע וואפן און ווי אויך צו פרובירן צו ערפינדן קאנטער מעזשערס צו אפשטעלן די אפעקטיווקייט פונעם וואפן.

פארקערט, די מאכטפולקייט פון די וואפן איז טאקע בעיקר אין אנהייב, נאכדערצו אויב קען עס אנקומען בשתיקה ווען דער שונא קען זיך נאכנישט צוזיך קומען און דערווייל רייסט עס שטיקער. מיט די צייט פארלירט עס אסאך פון די ווערד.

היינט איז געווען אן אינטערסאנטע ארטיקל אין די וואשינגטאן פאסט איבער רוסישע אדאפטאציע קעגן אמעריקאנער וואפן. ספעציפיש דורך עלעקטעראנישע ווארפעיר מיטלען און דזשעמען די וואפנס פון אנקומען צום ציל. דאס הייסט די רוסן ניצן עלעקטאראנישע ווארפעיר מיטלען צו איבערשטרענגן די סיגנאלן וואס עס ליגט אין די עלעקטעראנישע באשטאנדטיילן אין די אוקריינער וואפן ווי דזשי פי עס סיגנאלן און אנדערע אופנים. די רוסישע סיגנאלן שיסט ארויף אין א דרייעק פארעם און צומישט די אריינקומענדיגע מיסילס און באמבעס.

די ארטיקל מיט ציטריט צו א עטליכע געהיימע אפשאצונגען פון די אוקריינער ארמיי שרייבט אז א צאל מערב וועלט וואפנס זענען באזייטיגט געווארן פונעם שלאכטפעלד אדער רעדוצירט געווארן נאך וואס זיי האבן זיך אנגעשטאלפערט אין א ווידערשטאנד פון רוסישע דזשעמינג מיטלען ווי וואפנס האבן פארלוירן אסאך צו גאר די גאנצע שוויות דערפון.

דאס רעכנט אריין GPS געצילטע ארטילעריע רונדעס, היימארס ראקעטן און אנדערע וואפן און קיעוו האט זיך געוואנדן צו איר אליאירטע פאר הילף פאר אפגרעיטס פון די וואפן פאבריצירער פירמעס.

דאס איז לויט געוויסע, איינע פון די סיבות פארוואס רוסלאנד האט באוויזן צוריק צו נעמען די איניציאַטיווע אויפן פראנט. דאס איז נישט פשט אז פאר רוסלאנד גייט גוט אבער זיי האבן גענומען די ווארט צו קאנטראלירן ווי און וואספארא עקשען עס זאל געשען.

די אמעריקאנער געצילטע ארטילעריע רונדעס, (איך זע אסאך מאכן די טעות, דאס איז נישט די געהעריגע ארטילערי שעלס וואס אמעריקע שיקט כסדר. דאס זענען פול טייערער און [פלעגט] ווערן געשיקט אין קלענערע קוואנטומען).

די געצילטע רונדעס איז געווען אנהייב גאנץ סוקסעספול. באקאנט אלץ "איין שאס-איין ציל". אנטרעפענדיג מער פון 50 פראצענט פון די צייט. דאס זענען גרויסע 155 מילימעטער ארטילעריע רונדעס וואס ווערן ארויסגעשאסן דורך האוויטצער קאנאנען.

די געצילטע ארטילעריע רונדעס

20240526_023753.jpg
20240526_023753.jpg (15.3 KiB) געזען 5257 מאל

נאך עטליכע חדשים האט זייער אקוראטקייט אנגעהויבן פאלן אזש זיי האבן געגרייכט אין ציל בלויז אונטער 10 פראצענט פון די צייט. אזוי ווייט אז די אוקריינער האבן עס פשוט אויפגעהערט ניצן זינט עס איז כמעט געווארן ווערטלאז. די געצילטע ארטילעריע רונדעס איז שווערער צו נוצן ווי די פשוט'ע שעלס. עס פארלאנגט מער פראגראמירונג און באקאנטשאפט וויאזוי זיי צו נוצן.

די אוקריינער האבן איינגעמאלדן די אמעריקאנער אויף די רעזולטאטן וואס זיי זעהן און אמעריקע האט עס אויפגעהערט צו סופלייען אין די וואפן פעקלעך.

די אוקריינער שאצונג באצייכנט די געצילטע שעלס, אז זי האט פארלוירן איר פאטענציאל און רעפוטאציע פאר דערווייל. דאס איז ביז די פענטאגאן און די פאבריצירער דערפון וועלן אדרעסירן די פראבלעם און אויפקומען מיט א לעזונג.

אן אוקריינער באאמטע זאגט אז דאס איז נישט נאר מיט די אמעריקאנער ארטילעריע וואס ארבעט מיט GPS נאר אפי' פון אנדערע מערב וועלט לענדער וואס אפערירט מיט אנדערע סארט טעכנעלאגיע האבן זיי אויך די פראבלעם, און דערווייל אן קיין געהעריגע לעזונג.

די זעלבע איז מיט די JDAM שוועבענדע מיסילס וואס פליען פון די פליגער פויגלען אין די הייעך. דאס זענען טויטליכע אבער נערישע שוואך געצילטע באמבעס און ווערן באהאפטן מיט א דזשי פי עס פליגל פעקל וואס מאכט עס זאל טרעפן אין ציל.

די ווערד דערפון איז שטארק געפאלן צוליב רוסישע דזשעמינג מיטלען.

ווען עס איז אריינגעברענגט געווארן אויפן שלאכטפעלד אנהייב 2023 האבן די אוקריינער געהאקט שטיקער אבער נאך עטליכע וואכן זענען די גוטע צייטן געקומען צו אן ענדע. די באמבעס האבן אנגעהויבן פאלן גאר ווייט פון די ציל. פון 60-70 פיס אוועק ביז גאנצעטע גאסן אוועק. אזוי ווייט ווי א דריי פערטל מייל אוועק פונעם טארגעט.

די אמעריקאנער האבן זיך אדאפטירט און געלייגט א באנדאזש דערויף און דערווייל ארבעט עס מיט שיינע סוקסעסן. ווען עס איז געגאנגען צו אריבער 60 פראצענט אין ציל.

ענדליך צו די אויבנדערמאנטע שוועבענדע באמבעס האבן די אמעריקאנער געארבעט דורך באואינג און סאאב פירמעס במשך א יאר צו אהערשטעלן די דזשי-על-עס-די-בי באמבעס. דאס זענען געצילטע שוועבענדע באמבעס אבער אנשטאט ווערן ארויסגעלאזט דורך פליגער זענען זיי מאדיפיצירט געווארן צו ווערן ארויסגעלאזט דורך היימארס טרעקלעך.

מען האט געווארט 12 חדשים דערפאר אבער איז כמעט תיכף נאך אנקומען אויפן פראנט זענען זיי אראפ פון די פאליצעס זייענדיג אומאפעקטיוו קעגן די דזשעמעריי פון די רוסן.

לאַ-פּלענט פון די פענטאגאן זאגט אז א געוויסע וואפן האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ אומאפעקטיוו צוליב עלעקטראנישע ווארפעיר מיטלען און אנדערע סיבות. ער האט נישט געזאגט אז ער רעדט פון די דזשי-על-עס-די-בי באמבעס אבער איז כמעט ווי אנגענומען אז די רעדע איז פון די וואפן.

"ווען דו שיקסט וואפן פאר מענטשן וואס קעמפן פאר זייער לעבן", זאגט לאַ-פּלענט, "וועלן זיי עס אויספרובירן דריי מאל אז עס ארבעט נאכאלץ נישט, ווארפן זיי עס אוועק"

עס איז געגלייבט אז מען ארבעט אויף אן אפגרעיד דעפאר.

די באמבעס פון די דזשי-על-עס-די-בי שוועבענדע באמבעס אליינס אן ארויספליען דורך א היימארס טרעקל, ווען זיי טראסקענען דורך אטאקע עראפלאנען האבן זיי יא א גאר מאכטפולע סוקסעס פון באלד 90 פראצענט פון די צייט.

GBU-39 באמבעס פון אוקריינישער פליגער
20240526_023025.jpg
20240526_023025.jpg (95.69 KiB) געזען 5257 מאל

אן אוקריינער מיליטערישע באאמטע זאגט אז זיי האבן געארבעט אויף די אפשאצונג במשך די לעצטע זעקס חדשים און האבן דאס צוגעשטעלט פאר די אמעריקאנער און אנדערע אליאירטע פאריגער חודש מיט די ציל צו ברענגן די וואפן פאבריצירער צום טיש און טרעפן לעזונגען צו די פראבלעמען. זיי זאגן אז די ביוראקראטישע פראצעדורן זענען גאר שטארק און דאס שטערט פון טון תכלית תיכף ומיד.

א באאמטער פון די פענטאגאן האט איינגעשטימט און געזאגט אז עס איז א קאנסטענט בעטעל און מיר ארבעטן צו צושטעלן די אוקריינער מיט לעזונגען דערצו. ער האט אוועקגעמאכט אז ביוראקראטישע פראצעדורן זאל זיין א שטער זאגנדיג אז די אמעריקאנער מיט די וואפן פראדעצירער ארבעטן קעסל כלים און צומאל האבן זיי א לעזונג פון געציילטע שעות אדער טעג.

די אוקריינער רעגירונג שרייבט אויך אז זיי זענען אין פארבינדונג מיט די פענטאגאן און מיט די וואפן פראדעצירער צו באקומען אפגרעיטס און פארבעסערן די וואפנס (פון רוסישע קאנטער מעזשערס).

אין א קאנווענציאנאלע קריג וועט אמעריקע געוויס נישט האבן די פראבלעמען אויף די זעלבע שטאפל. נאך אלעם מיט זייער מאכטפולע לופטוואפע און אייגענע פארגעשריטענע קאנטער מיטלען איז עס גאנץ אן אנדערע באל-געים. דאך שאפט דאס קאפוויי און פארלאנגט כסדר'דיגע אינאוואציע און חידושים.

טא, עס פארמאגט א גיטע זייט צו זיך אויך אז אמעריקע צו אנדערע האלטן אינאיין אויפקומען מיט חידושים און טרעפן אן די פראבלעמען און דאס אלעס ווען זייט גופא זענען אפי' נישט דירעקט פארמישט צו ליידן פארלוסטן.

און פונקט ווי די אוקריינער טיילן מיט מיט די אמעריקאנער, טיילן די רוסן מיט מיט די כינעזער. און אפי' ווען נישט, האלטן די כינעזער זייער שמאל-געפאסטע אויגן די מערסטע אפן שייך צו מיטהאלטן וואס עס קומט פאר אין אוקריינע ווען א טכינעזער קאמף וועט פאסירן.

היימארס איז אויך א וואפן וואס אנהייב איז עס געווען עקסטרעם סוקסעספול און מיט די צייט איז די סוקסעס ראטע געפאלן אזש איין אוקריינער באאמטע באצייכנט עס אלץ אומאפעקטיוו. מען פארנוצט א טייערע מיסיל פאר סאך שוואכערע און נישט אזאנע וויכטיגע צילן.

(איך וואלט עס נישט באצייכנט אומאפעקטיוו ווען היימארס טוט נאך פיין אויף אבער די קאנצעפט איז קלאר אמת און ריכטיג)

אינטערסאנט אז עטליכע חדשים צוריק האט די אוקריינער מיליטער אריינגעגעבן א בקשה אז זיי ווילן אומגעצילטע ראקעטן אנגעפילט מיט קליינע קלאסטער מוניציע באמבעלעך. דאס זענען נישט קיין גאידעד ראקעטן און שטייען בעסער קעגן רוסישע עלעקטאראנישע ווארפעיר מיטלען אבער עס אנטהאלט פילע קלאסטער מוניציע וואס צושפרייט זיך צו אלע זייטן. סא, אפי' עס איז נישט אזוי פונקטליך האט עס נאך די אלע קליינע באמבעס וואס צושפרייטן זיך וואס מאכט נאך געניג און נאך שאדנס פאר די רוסן.

די היימארס ראקעטן קען טרעפן ביז 50 פיס צו אפי' נאך ווייטער אוועק פונעם ציל אדאנק די רוסישע קאנטער מעזשערסַ. טא ווען עס קומט צו צילן א שמאלע פאנטאן בריק - זאגט אן אוקריינער באאמטע - וועט עס געווענליך לאנדן אין וואסער אנשטאט אויפן בריק.

אן אוקריינער קאמאנדיר פארציילט אז א שטיק צייט צוריק האט ער דראון-אבזערווירט א היימארס אטאקע אויף א רוסישער פאזיציע אין באכמוט אבער ער איז געבליבן קוקען מיט וואונדער ווי איין נאך די צווייטע זענען די היימארס מיסילס אוועקגעפאלן פונעם ציל.

אוקריינער שלאפט אבער נישט. מען ארבעט פעסט אויף אלע פראנטן.

אין אנהייב איז די היימארס געווען גאר סוקסעספול. די טרעקל איז אנגעקומען. געפארקט אינמיטן שאסיי. ארויסגעשיקט א פעקל און אפגעפיצט.

היינט ארבעטן די אוקריינער מיט דראונס צו פרובירן ארויסנעמען רוסישער עלעקטאראנישע ווארפעיר מיטלען וואס שטערן און דערנאך שיקט די היימארס ארויס איר טויטליכע שלאכמאנעס מיט אסאך מער שאנסן צו טרעפן אין ציל.

אזוי אויך טוהן די אמעריקאנער אויסשטאפירן די היימארס מיט פרישע מיטלען צו קענען אנטרעפן אין ציל.

די שלאכט איז אן אנגייענדע און ביידע זייטן ארבעטן פעסט צו צומישן די פיינטליכע וואפן און ארבעטן נאכאנאנד אויף אינאוואציעס צו איבערקליגן דעם אפאנענט. וואס איז זיכער איז אז טייוואן און כינע שלאפן זיכער נישט און נעמען וויפיל אינפארמאציע זיי קענען פון די יעצטיגע קריג צו אימפלימענטירן אינדערהיים אויב/ווען עס וועט אויספעלן.

---
דריי פון די אפעקטירטע וואפנס, JDAM מיסילס פון אטאקע פליגער, ראקעטן פון היימארס ארויסשיסערס און געצילטע ארטילעריע רונדעס פון האוויטצער קאנאנען

20240524_174312~2.jpg
20240524_174312~2.jpg (86.75 KiB) געזען 5257 מאל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שיינע אנאליז.

ביי די אוקריינאר זעהט מען אויך אזוי סאך די באנוץ פון דזשעמינג?
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

אויב די רוסן דזשעמען די אוקריינער, פארוואס דזשעמען נישט די אוקריינער די רוסן¿
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ארץ ישראל איז געקומען אונטער א באראזש פון ראקעטן. כאמאס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט דערויף. מדינת ישראל זאגט אז זיי זענען געשאסן געווארן פון רפיח
20240526_091335.jpg
20240526_091335.jpg (234.7 KiB) געזען 4605 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 3:50 am
שיינע אנאליז.

ביי די אוקריינאר זעהט מען אויך אזוי סאך די באנוץ פון דזשעמינג?
עס גייט ביידע וועגן. די רוסן האבן געהאט אריינגעלייגט אסאך כוחות אין עלעקטעראנישע ווארפעיר מיטלען אבער די אוקריינער זיצן נישט מיט פארלייגטע הענט.

איך געדענק ליינען א לאנגע צייט צוריק שוין, אז פון די אלע קליפס פון קליינע דראונס וואס רייסן אויף טאנקן און טרעקלעך וכדו', אז דאס זענען בלויז 10-15 פראצענט. די ריזן מערהייט איז נישט סוקסעספול מיט צילן און טרעפן און א עיקר סיבה איז די עלעקטראנישע ווארפעיר מיטלען פון ביידע זייטן וואס לייגן אוועק די דראונס פון זיין סוקסעספול.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ייישר כח נקדי.
די EW וואס די רוסן האבן איז א פראגע פון צייט ביז די פרישע שיפמענט וועט דארפן נאך אן אפגרעיט.

דאס איז די חילוק צעווישן פייטן צו געווינען ווערסעס פייטן לשם פייטן צו דיפענדן.

אמעריקע פייט צו געווינען, נעמט נישט קיין טשאנס און מאכט זיכער אז די איין שאס איין ציל דארף מען נישט איבערשיסן נאכאמאל און א האלב יאר ארום.
מ׳קומט מיט א אווערוועלמיג (overwhelming) פארס און מען גייט על הסדר צו פריווענטן טאקע דאס אז די דער שונא זאל ניטאמאל קענען דרייען דעם קאפ אדער האבן צייט צו טראכטן וויאזוי מען קאונטערט.

אזא זאך גייט נאר סיסטעמאטיש.
דאס איז די צוהל פון די סטעלט פליגער, צו איבערקומען די ער דיפענס און חרוב לייגן ווי עס פעלט אויס קודם, אז געווענליכע פליגער זאלן האבן א וועג אריין צום שונא.

איינמאל זיי זענען אינעווייניג זוכט מען אויף נאך דיפענס צילן און דאס איז אלעס די ערשטע פרייאריטי.
מיט די געווענליכע פליגערס פליען מיט F18 growlers
דאס איז א ספעציעלע וועריענט וואס טוט נאר EW ארבייט. עס באשוצט די ארומיגע פליגערס און זאמעלט איין קריטישע אינפאו פון די שונא׳ס EW מעגליכקייטן און לויט דעם tweaked מען די אייגענע EW.

EW איז א ענדלאזע פעלד פון שעפערישקייט. ס׳איז נישט געמאכט צו זיין אפעקטיוו פארן לאנגן טערמין. ווייל וואס ארבייט היינט וועט מען דארפן טוישן מארגן.
די אויפגאבע איז טאקע דאס אז מ׳זאל עס נישט דארפן איבערניצן. איינמאל מ׳האט עס געניצט זאל די שלאס זיין אפן, און איינמאל מ׳איז אריין זאל מען אלעס מסדר זיין.

אין אוקריינע איז גאנץ מעגליך אז די טויש אינעם EW דארף זיין צוריק ווי עס איז געווען א יאר צוריק… ס׳איז ווי א רעדיאו טשענעל וואס מ׳טוישט ארום. מ׳קען דאך נישט דשעמען יעדע סארט פריקווענסי פול פארס, מ׳דארף וויסן וועלכע רעינדש און דאס דשעמען.

אויב דארף מען טוישן פריקווענסי פון איין עקסטרעם צום אנדערן, דארף מען פיזיקעל טוישן די אנטענעס וואס געבן עס ארויס.

למשל, א סוב וואפער געבט ארויס בעיס, עס קען נישט ווערן א הארן וואס געבט ארויס נאר היי פריקווענסי.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

וועלקאם צו לאנדיניסטאן

אן אנהענגער פון די "פאראייניגטע מאנטשעסטער" פיס-טאבע גרופע איז געזען געווארן שפאנצירן אין לאנדאן מיט א העמעדל וואס באלאנגט צו די טיעם אבער ארויפגעשריבען די ווארט כאמאס מיט די ציפער 7...

~ ענגלישער דעילי מעיל
20240526_105254~3.jpg
20240526_105254~3.jpg (68.75 KiB) געזען 4175 מאל
קשורה בנפשו
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 11:06 am
וועלקאם צו לאנדיניסטאן

אן אנהענגער פון די "פאראייניגטע מאנטשעסטער" פיס-טאבע גרופע איז געזען געווארן שפאנצירן אין לאנדאן מיט א העמעדל וואס באלאנגט צו די טיעם אבער ארויפגעשריבען די ווארט כאמאס מיט די ציפער 7...

~ ענגלישער דעילי מעיל

20240526_105254~3.jpg
מיר דארפן אן אנאליז וואס דיין שאצונג איז, ווילאנג עס וועט נעמען ביז די שאריא געזעצן וועלן אריינגיין אין קראפט אין ענגלאנד און ווילאנג עס וועט נעמען ביז פראנקרייך און דייטשלאנד וועלן עס אינפארסירן...
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:44 am
אדאפטאציע. א קעמפנדע מיליטער זאל זיך קענען אדאפטירן איז גאר קריטיש אין צייט פין א מלחמה. די גאנצע קריג איז איין קייט פון אדאפטאציע צו עקזיסטירנדע געפארן און אינאוואציעס צו איבערקליגן די אפאנענט. דאס איז נוגע יעצט אין רוסלאנד-אוקריינע און וועט זיין נוגע אינעם טכינע קריג. עפעס וואס אויבנאויפיג זעט אויס מער און מער א פראגע פון ווען ווי איידער א פראגע פון אויב עס וועט פאסירן.

איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן איבער די קאנסטענט געיעג פאר אדאפטאציע און איז נוגע יעדען טאג און יעדער וואפן. טאקע בעפאר די מאכטפולע היימארס איז אנגעקומען אויפן פראנט. אז די רוסן זענען געווענליך שטייט מיט אדאפטאציע אבער עווענטואל גייען זיך די רוסן באווייזן צו אן עצה געבן מיט די היימארס אטאקעס למחצה ולשליש. די מציאות איז געווען גענוי אזוי. די מאכטפולע רעזולטאטן פון די היימארס די ערשטע שיינע פאר חדשים פון ווען עס איז ערשינען אויפן פראנט איז גאר שטארק געפאלן און היינט איז קיין פארגלייך צו 2022.

קיין איין וואפן איז נישט קיין וואונדער כישוף וואפן און אפי' עס איז גאר מאכטפול אין אנהייב, מיט די צייט וועט דער שונא זיך אדאפטירן וויאזוי צו לעבן מיט די פיינטליכע וואפן און ווי אויך צו פרובירן צו ערפינדן קאנטער מעזשערס צו אפשטעלן די אפעקטיווקייט פונעם וואפן.

פארקערט, די מאכטפולקייט פון די וואפן איז טאקע בעיקר אין אנהייב, נאכדערצו אויב קען עס אנקומען בשתיקה ווען דער שונא קען זיך נאכנישט צוזיך קומען און דערווייל רייסט עס שטיקער. מיט די צייט פארלירט עס אסאך פון די ווערד.

היינט איז געווען אן אינטערסאנטע ארטיקל אין די וואשינגטאן פאסט איבער רוסישע אדאפטאציע קעגן אמעריקאנער וואפן. ספעציפיש דורך עלעקטעראנישע ווארפעיר מיטלען און דזשעמען די וואפנס פון אנקומען צום ציל. דאס הייסט די רוסן ניצן עלעקטאראנישע ווארפעיר מיטלען צו איבערשטרענגן די סיגנאלן וואס עס ליגט אין די עלעקטעראנישע באשטאנדטיילן אין די אוקריינער וואפן ווי דזשי פי עס סיגנאלן און אנדערע אופנים. די רוסישע סיגנאלן שיסט ארויף אין א דרייעק פארעם און צומישט די אריינקומענדיגע מיסילס און באמבעס.

די ארטיקל מיט ציטריט צו א עטליכע געהיימע אפשאצונגען פון די אוקריינער ארמיי שרייבט אז א צאל מערב וועלט וואפנס זענען באזייטיגט געווארן פונעם שלאכטפעלד אדער רעדוצירט געווארן נאך וואס זיי האבן זיך אנגעשטאלפערט אין א ווידערשטאנד פון רוסישע דזשעמינג מיטלען ווי וואפנס האבן פארלוירן אסאך צו גאר די גאנצע שוויות דערפון.

דאס רעכנט אריין GPS געצילטע ארטילעריע רונדעס, היימארס ראקעטן און אנדערע וואפן און קיעוו האט זיך געוואנדן צו איר אליאירטע פאר הילף פאר אפגרעיטס פון די וואפן פאבריצירער פירמעס.

דאס איז לויט געוויסע, איינע פון די סיבות פארוואס רוסלאנד האט באוויזן צוריק צו נעמען די איניציאַטיווע אויפן פראנט. דאס איז נישט פשט אז פאר רוסלאנד גייט גוט אבער זיי האבן גענומען די ווארט צו קאנטראלירן ווי און וואספארא עקשען עס זאל געשען.

די אמעריקאנער געצילטע ארטילעריע רונדעס, (איך זע אסאך מאכן די טעות, דאס איז נישט די געהעריגע ארטילערי שעלס וואס אמעריקע שיקט כסדר. דאס זענען פול טייערער און [פלעגט] ווערן געשיקט אין קלענערע קוואנטומען).

די געצילטע רונדעס איז געווען אנהייב גאנץ סוקסעספול. באקאנט אלץ "איין שאס-איין ציל". אנטרעפענדיג מער פון 50 פראצענט פון די צייט. דאס זענען גרויסע 155 מילימעטער ארטילעריע רונדעס וואס ווערן ארויסגעשאסן דורך האוויטצער קאנאנען.

די געצילטע ארטילעריע רונדעס

20240526_023753.jpg

נאך עטליכע חדשים האט זייער אקוראטקייט אנגעהויבן פאלן אזש זיי האבן געגרייכט אין ציל בלויז אונטער 10 פראצענט פון די צייט. אזוי ווייט אז די אוקריינער האבן עס פשוט אויפגעהערט ניצן זינט עס איז כמעט געווארן ווערטלאז. די געצילטע ארטילעריע רונדעס איז שווערער צו נוצן ווי די פשוט'ע שעלס. עס פארלאנגט מער פראגראמירונג און באקאנטשאפט וויאזוי זיי צו נוצן.

די אוקריינער האבן איינגעמאלדן די אמעריקאנער אויף די רעזולטאטן וואס זיי זעהן און אמעריקע האט עס אויפגעהערט צו סופלייען אין די וואפן פעקלעך.

די אוקריינער שאצונג באצייכנט די געצילטע שעלס, אז זי האט פארלוירן איר פאטענציאל און רעפוטאציע פאר דערווייל. דאס איז ביז די פענטאגאן און די פאבריצירער דערפון וועלן אדרעסירן די פראבלעם און אויפקומען מיט א לעזונג.

אן אוקריינער באאמטע זאגט אז דאס איז נישט נאר מיט די אמעריקאנער ארטילעריע וואס ארבעט מיט GPS נאר אפי' פון אנדערע מערב וועלט לענדער וואס אפערירט מיט אנדערע סארט טעכנעלאגיע האבן זיי אויך די פראבלעם, און דערווייל אן קיין געהעריגע לעזונג.

די זעלבע איז מיט די JDAM שוועבענדע מיסילס וואס פליען פון די פליגער פויגלען אין די הייעך. דאס זענען טויטליכע אבער נערישע שוואך געצילטע באמבעס און ווערן באהאפטן מיט א דזשי פי עס פליגל פעקל וואס מאכט עס זאל טרעפן אין ציל.

די ווערד דערפון איז שטארק געפאלן צוליב רוסישע דזשעמינג מיטלען.

ווען עס איז אריינגעברענגט געווארן אויפן שלאכטפעלד אנהייב 2023 האבן די אוקריינער געהאקט שטיקער אבער נאך עטליכע וואכן זענען די גוטע צייטן געקומען צו אן ענדע. די באמבעס האבן אנגעהויבן פאלן גאר ווייט פון די ציל. פון 60-70 פיס אוועק ביז גאנצעטע גאסן אוועק. אזוי ווייט ווי א דריי פערטל מייל אוועק פונעם טארגעט.

די אמעריקאנער האבן זיך אדאפטירט און געלייגט א באנדאזש דערויף און דערווייל ארבעט עס מיט שיינע סוקסעסן. ווען עס איז געגאנגען צו אריבער 60 פראצענט אין ציל.

ענדליך צו די אויבנדערמאנטע שוועבענדע באמבעס האבן די אמעריקאנער געארבעט דורך באואינג און סאאב פירמעס במשך א יאר צו אהערשטעלן די דזשי-על-עס-די-בי באמבעס. דאס זענען געצילטע שוועבענדע באמבעס אבער אנשטאט ווערן ארויסגעלאזט דורך פליגער זענען זיי מאדיפיצירט געווארן צו ווערן ארויסגעלאזט דורך היימארס טרעקלעך.

מען האט געווארט 12 חדשים דערפאר אבער איז כמעט תיכף נאך אנקומען אויפן פראנט זענען זיי אראפ פון די פאליצעס זייענדיג אומאפעקטיוו קעגן די דזשעמעריי פון די רוסן.

לאַ-פּלענט פון די פענטאגאן זאגט אז א געוויסע וואפן האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ אומאפעקטיוו צוליב עלעקטראנישע ווארפעיר מיטלען און אנדערע סיבות. ער האט נישט געזאגט אז ער רעדט פון די דזשי-על-עס-די-בי באמבעס אבער איז כמעט ווי אנגענומען אז די רעדע איז פון די וואפן.

"ווען דו שיקסט וואפן פאר מענטשן וואס קעמפן פאר זייער לעבן", זאגט לאַ-פּלענט, "וועלן זיי עס אויספרובירן דריי מאל אז עס ארבעט נאכאלץ נישט, ווארפן זיי עס אוועק"

עס איז געגלייבט אז מען ארבעט אויף אן אפגרעיד דעפאר.

די באמבעס פון די דזשי-על-עס-די-בי שוועבענדע באמבעס אליינס אן ארויספליען דורך א היימארס טרעקל, ווען זיי טראסקענען דורך אטאקע עראפלאנען האבן זיי יא א גאר מאכטפולע סוקסעס פון באלד 90 פראצענט פון די צייט.

GBU-39 באמבעס פון אוקריינישער פליגער

20240526_023025.jpg

אן אוקריינער מיליטערישע באאמטע זאגט אז זיי האבן געארבעט אויף די אפשאצונג במשך די לעצטע זעקס חדשים און האבן דאס צוגעשטעלט פאר די אמעריקאנער און אנדערע אליאירטע פאריגער חודש מיט די ציל צו ברענגן די וואפן פאבריצירער צום טיש און טרעפן לעזונגען צו די פראבלעמען. זיי זאגן אז די ביוראקראטישע פראצעדורן זענען גאר שטארק און דאס שטערט פון טון תכלית תיכף ומיד.

א באאמטער פון די פענטאגאן האט איינגעשטימט און געזאגט אז עס איז א קאנסטענט בעטעל און מיר ארבעטן צו צושטעלן די אוקריינער מיט לעזונגען דערצו. ער האט אוועקגעמאכט אז ביוראקראטישע פראצעדורן זאל זיין א שטער זאגנדיג אז די אמעריקאנער מיט די וואפן פראדעצירער ארבעטן קעסל כלים און צומאל האבן זיי א לעזונג פון געציילטע שעות אדער טעג.

די אוקריינער רעגירונג שרייבט אויך אז זיי זענען אין פארבינדונג מיט די פענטאגאן און מיט די וואפן פראדעצירער צו באקומען אפגרעיטס און פארבעסערן די וואפנס (פון רוסישע קאנטער מעזשערס).

אין א קאנווענציאנאלע קריג וועט אמעריקע געוויס נישט האבן די פראבלעמען אויף די זעלבע שטאפל. נאך אלעם מיט זייער מאכטפולע לופטוואפע און אייגענע פארגעשריטענע קאנטער מיטלען איז עס גאנץ אן אנדערע באל-געים. דאך שאפט דאס קאפוויי און פארלאנגט כסדר'דיגע אינאוואציע און חידושים.

טא, עס פארמאגט א גיטע זייט צו זיך אויך אז אמעריקע צו אנדערע האלטן אינאיין אויפקומען מיט חידושים און טרעפן אן די פראבלעמען און דאס אלעס ווען זייט גופא זענען אפי' נישט דירעקט פארמישט צו ליידן פארלוסטן.

און פונקט ווי די אוקריינער טיילן מיט מיט די אמעריקאנער, טיילן די רוסן מיט מיט די כינעזער. און אפי' ווען נישט, האלטן די כינעזער זייער שמאל-געפאסטע אויגן די מערסטע אפן שייך צו מיטהאלטן וואס עס קומט פאר אין אוקריינע ווען א טכינעזער קאמף וועט פאסירן.

היימארס איז אויך א וואפן וואס אנהייב איז עס געווען עקסטרעם סוקסעספול און מיט די צייט איז די סוקסעס ראטע געפאלן אזש איין אוקריינער באאמטע באצייכנט עס אלץ אומאפעקטיוו. מען פארנוצט א טייערע מיסיל פאר סאך שוואכערע און נישט אזאנע וויכטיגע צילן.

(איך וואלט עס נישט באצייכנט אומאפעקטיוו ווען היימארס טוט נאך פיין אויף אבער די קאנצעפט איז קלאר אמת און ריכטיג)

אינטערסאנט אז עטליכע חדשים צוריק האט די אוקריינער מיליטער אריינגעגעבן א בקשה אז זיי ווילן אומגעצילטע ראקעטן אנגעפילט מיט קליינע קלאסטער מוניציע באמבעלעך. דאס זענען נישט קיין גאידעד ראקעטן און שטייען בעסער קעגן רוסישע עלעקטאראנישע ווארפעיר מיטלען אבער עס אנטהאלט פילע קלאסטער מוניציע וואס צושפרייט זיך צו אלע זייטן. סא, אפי' עס איז נישט אזוי פונקטליך האט עס נאך די אלע קליינע באמבעס וואס צושפרייטן זיך וואס מאכט נאך געניג און נאך שאדנס פאר די רוסן.

די היימארס ראקעטן קען טרעפן ביז 50 פיס צו אפי' נאך ווייטער אוועק פונעם ציל אדאנק די רוסישע קאנטער מעזשערסַ. טא ווען עס קומט צו צילן א שמאלע פאנטאן בריק - זאגט אן אוקריינער באאמטע - וועט עס געווענליך לאנדן אין וואסער אנשטאט אויפן בריק.

אן אוקריינער קאמאנדיר פארציילט אז א שטיק צייט צוריק האט ער דראון-אבזערווירט א היימארס אטאקע אויף א רוסישער פאזיציע אין באכמוט אבער ער איז געבליבן קוקען מיט וואונדער ווי איין נאך די צווייטע זענען די היימארס מיסילס אוועקגעפאלן פונעם ציל.

אוקריינער שלאפט אבער נישט. מען ארבעט פעסט אויף אלע פראנטן.

אין אנהייב איז די היימארס געווען גאר סוקסעספול. די טרעקל איז אנגעקומען. געפארקט אינמיטן שאסיי. ארויסגעשיקט א פעקל און אפגעפיצט.

היינט ארבעטן די אוקריינער מיט דראונס צו פרובירן ארויסנעמען רוסישער עלעקטאראנישע ווארפעיר מיטלען וואס שטערן און דערנאך שיקט די היימארס ארויס איר טויטליכע שלאכמאנעס מיט אסאך מער שאנסן צו טרעפן אין ציל.

אזוי אויך טוהן די אמעריקאנער אויסשטאפירן די היימארס מיט פרישע מיטלען צו קענען אנטרעפן אין ציל.

די שלאכט איז אן אנגייענדע און ביידע זייטן ארבעטן פעסט צו צומישן די פיינטליכע וואפן און ארבעטן נאכאנאנד אויף אינאוואציעס צו איבערקליגן דעם אפאנענט. וואס איז זיכער איז אז טייוואן און כינע שלאפן זיכער נישט און נעמען וויפיל אינפארמאציע זיי קענען פון די יעצטיגע קריג צו אימפלימענטירן אינדערהיים אויב/ווען עס וועט אויספעלן.

---
דריי פון די אפעקטירטע וואפנס, JDAM מיסילס פון אטאקע פליגער, ראקעטן פון היימארס ארויסשיסערס און געצילטע ארטילעריע רונדעס פון האוויטצער קאנאנען

20240524_174312~2.jpg
זייער אינטערסאנט שכח @נקדימון !

דאס שטרייכט נאכאמאל אונטער די געוואלדיגע טובה וואס אמעריקע האט פון געבן די אלע עקוויפמענט פאר אוקריינע. אזאנס צו געוואר ווערן פארן זיין אין אן אמת'ן קריג איז דאך אזויפיל ווערד! דאס צאלט זיכער אויס די אלע ביליאנען וואס מען שפענד דא.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:51 am
אין פאַפואַ ניו גיני (נעבן אויסטראליע) האט פאסירט א מאסיווע לענדסלייד אין א שטעטל. ארטיגע איינוואוינער פארציילן אז מען רעדט פון אזויפיל ווי אריבער הונדערט טויטע אין די געשעעניש.

די יונייטעד נעישאנס האט ארויפגעריקט די צאל טויטע פון די שווערע לענדסלייד צו אריבער 670 נפשות

20240526_151054.jpg
20240526_151054.jpg (277.37 KiB) געזען 3268 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ציוניסטישע פאליציי אין מירון 😡
20240526_155816~2.jpg
20240526_155816~2.jpg (48.74 KiB) געזען 3013 מאל
אוועטאר
אביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:26 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביש »

יעקב פריינד האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 12:41 pm
נקדימון האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:44 am
20240524_174312~2.jpg
זייער אינטערסאנט שכח @נקדימון!

דאס שטרייכט נאכאמאל אונטער די געוואלדיגע טובה וואס אמעריקע האט פון געבן די אלע עקוויפמענט פאר אוקריינע. אזאנס צו געוואר ווערן פארן זיין אין אן אמת'ן קריג איז דאך אזויפיל ווערד! דאס צאלט זיכער אויס די אלע ביליאנען וואס מען שפענד דא.
פון די אנדערע זייט, קלער איך, איז אפשר פונק פארקערט,
אויב וואלט אמעריקע נישט סאפלייט זייערע טעכנעלאיגע פאר אוקריינע דאן וואלטן די רוסן אין גלייכצייטיג די כינעזע איראנישע וכו' נישט אפגרעטעד זייערע וואפן עס צו קענען בייקומען.
לעת עתה, אויב מאכט זיך ה"י א קריג שטייט אמעריקע אויפן זעלבן מצב ווי פארן אקריין-רוס קריג אין טערמס פון פארגעשריטנקייט קעגן דעם שונא.
לעצט פארראכטן דורך אביש אום זונטאג מאי 26, 2024 6:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יואב זינגערצווייג
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 05, 2024 3:47 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב זינגערצווייג »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:01 pm
ציוניסטישע פאליציי אין מירון 😡

20240526_155816~2.jpg
ווי איז די ״דיסלייק-שקויעך-פארן-ברענגן״ קנעפל

שווער צי דריקן ״לייק״ אויף אזא בילד

ישר כח פארן ברענגן און פאר די אשכול בכללות. גאר א געשמאק ווינקל.

ואמרתם ״כה לחי״…
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

עס זעט אויס ווי עס איז דא א ריזן צאל פארוואונדעטע/טויטע מיט פייער פלאמען ביי אן אונר"א געצעלטן לאגער אין רפיח, נאך מדינת ישראל אקטיוויטעטן. דערווייל נישט קלאר צופיל דעטאלן.

---
מדנ"י זאל בעסער ארויסקומען ווי פריער מיט אן הסברה בשעת די געשענישע פארשפרייט זיך מיט די פייער צינגען...

נקדימון האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:37 pm

מדינת ישראל נעמט פאראנטווארטליכקייט (אויב נתניהו האט שוין אמאל באגעגענט די ווארט פאראנטווארטליכקייט...) אויף די אטאקע. פרעמיער מיניסטער נתניהו זאגט אז דאס איז געווען א "טראגישע טעות" און וועט ווערן אויסגעפארשט

20240527_124209.jpg
20240527_124209.jpg (110.89 KiB) געזען 1745 מאל
אזוי!
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 9:49 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי! »

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:42 pm
נקדימון האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:37 pm
עס זעט אויס ווי עס איז דא א ריזן צאל פארוואונדעטע/טויטע מיט פייער פלאמען ביי אן אונר"א געצעלטן לאגער אין רפיח, נאך מדינת ישראל אקטיוויטעטן. דערווייל נישט קלאר צופיל דעטאלן.

---
מדנ"י זאל בעסער ארויסקומען ווי פריער מיט אן הסברה בשעת די געשענישע פארשפרייט זיך מיט די פייער צינגען...
מדינת ישראל נעמט פאראנטווארטליכקייט (אויב נתניהו האט שוין אמאל באגעגענט די ווארט פאראנטווארטליכקייט...) אויף די אטאקע. פרעמיער מיניסטער נתניהו זאגט אז דאס איז געווען א "טראגישע טעות" און וועט ווערן אויסגעפארשט

20240527_124209.jpg
וואס איז געשין דארטען?
ווי פיל טויטע?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

@אזוי

מדינת ישראל האט באמבאדירט אויף/נעבן א געצעלטן לאגער מיט ציווילע פליטים. מדנ"י זאגט אז זיי האבן געצילט 2 כאמאס פישלעך אבער האט בטעות געקאסט די לעבנס פון נאך. צו פון די באמבאדירונג דירעקט צו די פייער וואס האט זיך פארשפרייט.

די אנגעבליכע ציפער (פון עזה אוטאריטעטן) שטייט ביי 45 פאטאליטעטן און נאך ארום 200 פארוואונדעטע
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

געוויסע צייגן אן אז די שווערע אטאקע אין רפיח מיט א גרויסע צאל ציווילע פארוואונדעטע און אומגעקומענע איז געשען דורך אמעריקאנער צוגעשטעלטע באמבעס. די GBU-39 שוועבענדע באמבעס

צו נעמען אין באטראכט, די GBU-39 באמבעס איז פיל קלענער ווי די גרויסע מארק-84 באמבעס וואס אמעריקע האט צוגעשטעלט. די GBU-39 איז בעסער געאייגנט (אויף וויפיל שייך צו זאגן געאייגנט אין אזא פאל...) ווען עס קומט צו צילן אין געדעכט באוואוינטע געגענטער. עס איז פיל קלענער מיט די צאל אויפרייס מאטריאל. איבער 20 מאל ווייניגער אויפרייס מאטריאל ווי די מארק-84 באמבעס

אזוי אויך וועט עס געווענליך הארגענען אין די 1100 פיס ארום אנשטאט ביז 3.5 טויזנט פיס ארום וואס די מארק-84 באמבעס טוהן.

20240527_133257.jpg
20240527_133257.jpg (191.71 KiB) געזען 1480 מאל
20240527_133613.jpg
20240527_133613.jpg (22.58 KiB) געזען 1480 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

"איראנ"יומע שטיק זעצט פאר

AP נייעס אגענטור מיט צוטריט צו א באריכט פון די אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור בראשות רפאל גראס וואס געבט זיך אפ מיט נוקלעארע אנגעלעגנהייטן ציטירט, ווי די באריכט לויטעט זעצט איראן פאר מיט א שטארקייט צו בארייכערן אוראניום פאר שעדליכע וואפנס און אנפילן איר ארסענאלן. איראן האט צוגעזען נאך 45 פונט פון בארייכערטע אוראניום זינט זייער לעצטע באריכט 3 חדשים צוריק. דאס שטעלט זיי ביי ארום 315 פונט פון בארייכערטע אוראניום צו אריבער 60% שטאפלען. דאס איז נישט צו ווייט פון זיין גרייט געניצט צו ווערן פאר שעדליכע וואפן.

נאך די שטארבן פון פרעזידענט ראיסי זענען די קאמוניקאציע צווישן די אגענטורן אין די איראנער רעזשים נישט פארגעזעצט געווארן
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

טראמפ וויאזוי ער פלאנט צו באהאנדלן די פראטעסטירער אין די אוניווערסיטעטן אויב ער ווערט ערוועלט אלץ פרעזידענט. טראמפ זאגט אז ער פלאנט צו צוריק ווארפן די (שעדליכע) באוועגונג מיט א 25-30 יאר אויף צוריק
20240527_143347~2.jpg
20240527_143347~2.jpg (151.25 KiB) געזען 1203 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פראגרעסיווע קאנגרעס מיטגלידער קארי בוש און אילהאן אומאר האבן פארמישט די היינטיגע "מעמאריעל דעי" חאגע צו געדענקען און באקלאגן די געפאלענע טויטע זעלנער וואס האבן געדינט אין די אמעריקאנער ארמיי מיט "וועטעראנען טאג" חאגע צו באעהערן און צושטעלן די באדערפענישן פון אמעריקאנער מיליטערישע וועטעראנען

ביידע האבן שוין פארמעקט זייער ווארימע מעלדונגען
20240527_144517~2.jpg
20240527_144517~2.jpg (73.44 KiB) געזען 999 מאל
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4913
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:53 pm
פראגרעסיווע קאנגרעס מיטגלידער קארי בוש און אילהאן אומאר האבן פארמישט די היינטיגע "מעמאריעל דעי" חאגע צו געדענקען און באקלאגן די געפאלענע טויטע זעלנער וואס האבן געדינט אין די אמעריקאנער ארמיי מיט "וועטעראנען טאג" חאגע צו באעהערן און צושטעלן די באדערפענישן פון אמעריקאנער מיליטערישע וועטעראנען

ביידע האבן שוין פארמעקט זייער ווארימע מעלדונגען

20240527_144517~2.jpg
צו פארשטיין...
מעמאריעל דעי איז צו געדענקן די די בראווע וואס זענען "געפאלן" אינערהאלב די דינסט אין די מיליטער. וועטעראנען דעי געדענקט מען אלע.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

רוסישע אויסערן און יוסטיץ מיניסטעריום האבן אריינגעגעהן אן אפיציעלע פארשלאג אז פרעזידענט פוטין זאל אראפנעמען די טאליבאן פון די ליסטע פון טעראריסטישע ארגאניזאציעס. די טאליבאן איז אויפן ליסטע שוין פאר אריבער 20 יאר.

מיט אראפנעמען די טאליבאן פון די ליסטע, שטעלט עס נאנטער אז רוסלאנד זאל איינערקענען די טאליבאן אלץ די לעגעטימע פירענדע רעגירונג אין אפגאניסטאן
20240527_155209.jpg
20240527_155209.jpg (95.54 KiB) געזען 604 מאל
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:53 pm
פראגרעסיווע קאנגרעס מיטגלידער קארי בוש און אילהאן אומאר האבן פארמישט די היינטיגע "מעמאריעל דעי" חאגע צו געדענקען און באקלאגן די געפאלענע טויטע זעלנער וואס האבן געדינט אין די אמעריקאנער ארמיי מיט "וועטעראנען טאג" חאגע צו באעהערן און צושטעלן די באדערפענישן פון אמעריקאנער מיליטערישע וועטעראנען

ביידע האבן שוין פארמעקט זייער ווארימע מעלדונגען
20240527_144517~2.jpg
20240527_144517~2.jpg (67.51 KiB) געזען 555 מאל
אזוי אויך זאל מען זיכער מאכן אויסצוטיילן די סנעקס פאר כיתה ז' און ח'. אבער געדענקט ס'איז דא גענונג פאר יעדן. נישט כאפן...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”