טעותים אין בר יוחאי
האב איך באמערקט עטליכע טעותים וואס ער'ט געמאכט אזוי נישט מיר נישט דיר…
א. מושב טוב ישבת, יום נסת יום אשר "ברכת"-געבענטשט. וצ"ל "ברחת"-אנטלאפן.
ב. יוד חכמה קדומה, השקפת לכבודה פנימה "לב"-הארץ. וצ"ל "למ"ד בי"ת"-32.
ג. אור מופלא רום מעלה, יראת מלהביט כי רב לה, תעלומה "ואין"-נישט דא ווער. וצ"ל ואין-מיט א פתח. (פירוש מילת אין-עיין תניא/פריהארץ/ושאר ספרי חסידות).
איי פארוואס שרייב איך??? פארוואס נישט…. קודם כל, מען שטעלט דאך צו זאגערלעך פאר א סיבה.
אויך אפשר נעקסטע יאר וועלן זיינע הענט זיין מער טרוקן…. אדער וועט ער כאטש קענען בעיסי"ק עברי.
גוט יום טוב,
יחזקאל.
נ.ב. אנטשולדיגט איך ווייס נישט וויאזוי מען לייגט נקודות.